בית פורומים אידישע געדאנק

ראזשינקעס פון דעם גרוש אבותינו טריפ...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/2/2011 20:02 לינק ישיר 
ראזשינקעס פון דעם גרוש אבותינו טריפ...

  לכבוד חודש אדר

ווי באקאנט האט דער גרוש האראוויץ מיט זיין שותף אשר ישעי' האראוויץ אונטערגענומען דעם מעכטיגן "גרוש אבותינו" טריפ ווי מען וועט קענען מהנה זיין דעם עם הארץ מיט א גוטע רייד לכבוד דעם לאנגען ווינטער היי יאר.

 

שוין פון פאריאר ווען עס האט אנגעהויבן ארויסגעקומען דער נייער לוח פון תשע"א האבן דעם עם הארץ'נס משמשים און דאקטוירים זיך דערזען אין א פלאנטער פון די היי יעריגע מחלה וואס רופט זיך אויף אידיש: אן איבער יאר מיט צוויי אדר'ס אין דעם מן הארצ'נס געזונט. וואס מען רופט אויף לשון הקודש דעם 'רבי'ןס כח הקדושה', און דאס איז זייער א שווערער איבערגאנג.

אין די געזונטע יארן האט זיך דער רבי באגעניגט אז מ'וועט גיין מיטן פעלץ פאר נאך פיר וואכן, אבער אין די נישט געזונטע יארן העלפט דאס שוין נישט.

 

נו, וואס טוט מען נישט פארן רבי'נס געזונט?! איז מען געזיצען אין מטכס עצה געווען בכובד ראש אויף פארשידענע פלענער, ביז מען האט זיך פאראייניגט אויף א פלאן און ארויסגעשיקט דעם גרוש האראוויץ אויף די יארכע אז ער זאל אויפטרעפן א פלאץ וואו מ'וועט דעם רבי'ן טראגן פאר זיין געזונט. דער גרוש האט זיך גענומען צו דער ארבעט און זיך צוזאמגעשטעלט מיט דעם רבינס ברודער און נעפיא, שלום אליעזר און יוסי מייזעלס, וואס ביי זיי איז דעם רבינס געזונט בעפאר אלעם, און ביינעזאם האבן די דריי אנגעהויבן אויסטרעטן דעם וועג צו דעם מעכטיגן גרוש אבותינו טריפ אין סיגוט.

 

דער גרוש האראוויץ האט זיך גלייך ארויסגעלאזט קיין רומעניע מיט אן אימפעט. אויפן עם הארץ האט מען גלייך דערקענט א שינו לטובה ווען ער האט געזען דעם נייעם לוח, די כח הקדושה האט זיך דעמאלטס זייער געשטארקט.

אין סיגוט האט דער גרוש האראוויץ אנגעהויבן מאכן ערענסטע קנינים איינס נאכן צווייטען. די וועלט איז איינגעזינקען אין א ריסעשאן, אבער נישט אין סיגוט מיט גרוש האראוויץ. עס האט געפעלט א האר אז דער ראמענישער רעגירונג זאל זיך דערזען אז גאנץ סיגוט איז מער נישט אין זייער טעריטאריע. דאס אלעס האט געברענגט גרויס פרייד פאר די היידפארק - בלאט שרייבער'לעך, עד כדי כך, אז זיי האבן שוין אנגעהויבן צו זען בחוש ווי די זאליס פלאצן אבערהויפט משה גבאי, אין דא האט זיך אנגעהויבן שפינען דאס ערווארטעטע.

 

‫‫דער גרוש האט אנגעברענגט דעם גאנצען ווינטער אין רומעניע פון וואו האט כסדר איבערגעגעבן פארן עם הארץ ווי שוואך אידישקייט איז אין רומעניע, די דעטאלן וועלן מיר נישט אראפברענגען משום צניעות. ביני לביני האט זיך דער גרוש איינקוואטירט אינעם אוהל און דארט זיך געמאכט א געלעגער מיט א קאך, און אנגעהאנגען בילדער פונעם עם הארץ אויף די ווענט. אין אמעריקע האבן די ארונים געטאנצען פאר שמחה אז סיגוט איז זייער'ס.

 

‫‫די ראשי הקהילה פון די ארונים האבן געהאט דעם קאפ אויפן פלאטץ אין האבן גלייך פראקלאמירט אין די ביכער פון קהל יטב לב אז אין סיגוט איז בערל פריעדמאן דער פרעזידענט. מען האט גלייך געלאזט מעלדן די מעמבערס אז צו קענען ליגן אין סיגוט דארף מען האבן א 0 באלאנס אין די קהילה.

פארשטייט זיך די ערשטע זאך וואס די ראשי הקהילה האבן אנגעהויבן צו פארהאנדלען מיטן גרוש איז געווען ווי מען זאל בויען דעם וואנט אזוי אז יעדער זאל זען ווער עס איז בעל הבית.

 

‫‫יעצט אז עס פארט אלעס אויפן גוטן ריכטונג, האט מען אנגעהויבן איינצושפאנען די היידפארק - בלאט שרייבער'לעך אז מען גייט פארן אויף א טריפ מיטן עם הארץ דעם ווינטער אויף סיגוט אין יעדער זאל זיין גרייט. אנ"ש מיט א ווייטן בליק האבן דא גלייך געזען א האפענונג פאר די קראנקע מיט די עקרות, א געלעגנהייט וואס עס מאכט זיך זעלטן.

 

‫‫דער שותף פונעם גרוש, אשר ישעי' האראוויץ אויפגעקומען מיט א באמבע פלאן, אזוי ווי ער איז דאך א בעל בית'ישער וויל ער נישט פארן סתם אויף א נסיעה ווי א שלעפער, א שטייגער ווי מתתי' דייטש פלעגט מאכן זיינע נסיעות, מיטגעשלעפט ווי מיר כאניאקן און שווענץ. במילא איז ער אויפגעקומען מיט א פלאן אז צו קענען מיט פארן אויף דעם טריפ וועט מען דארפן אראפלייגן 18000 אלפים און העכער. אזוי וועט דאס זיין א טריפ צום געדענקען אין דער עם הארץ וועט זיין געהיילט פאר א שיינע פאר וואכן.

 

‫‫פארשטייט זיך אז גלייך האבן זיך אלע בעלי בתים אנגעהויבן מעלדן אין די מאסן מיט די געלט אין די הענט, עס איז תיקף געווארן א מאנגעל אין פלאץ, אבער נישט אויפן פליגער נאר אין... בלאט

 

‫‫דער לאנגער ווינטער איז אנגעקומען אין די ניו יארקער לופטפעלדער האבן באקומען א וועכענטליכער גאסט, דער עם הארץ מיט זיין סוויטע. קודם איז מען געפארן קיין פאלם ספרינגס אויף אפאר וואכן מתקן זיין דעם שובבי"ם כדבעי'.

‫‫

‫‫נאך די חתונה פון דעם עם הארצ'נס אייניקעל איז דער עם הארץ אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע. וואס איז געשען? די שישקעס, אנגעהויבן פון ראביי גלאנץ געענדיגט ביים נייעם גרויסן קאפ, דער גנב גאלדבערגער פון בארא פארק, האבן צוגעזאגט פארן מן הארץ אז די טעג פון באקומען בעלות אויף דעם נייעם שול איז געציילטע, ווייל עס גייט זיין א הירינג ביי די בילדונג דיפארטמענט און ראביי גלאנץ גייט דארט אויפטרעטן אין דאס איז א פארזיכערטע געווינס.

 

‫‫למעשה איז אנגעקומען די הירינג אין דער קאמיסע האט באשטעטיגט אז אויב זיי האבן טענות אין זיי זאלן דאס אפשרייבן אויף פאפיר, ווייל זייער פערדישקייט בפה איז אים גאנץ ווייניג נוגע.

 

דא איז דער געטרייער גבאי פישער באמערקט אז דאס שאדט פאר די כח הקדושה פונעם מן הארץ, איז ער אויפגעקומען מיט די לאטערי, אזוי ווי מען גייט דאך שחט'ן צוויי וואכן בהמות אין מעקסיקא, קען מען אהין פארן זיך פיקטשער'ן, און דער מן הארץ וועט האבן אריינגעריקט נאך א טריפ אן דעם אייגענעם געלעגער אין דעם לאנגען ווינטער, און נאך א זיגל אינעם פאספארט. געזאגט אין געטון, ויסעו, מען איז שוין ווייטער אין עירפארט. פון מעקסיקא אהיים האט דער עם הארץ באוויזען קפיצת הדרך אזאנס אין אזעלעכס. דער עם הארץ האט זיך דערקלערט א "געשטראנדעטער אין די שניי". נו, פארדעם איז דא גבאי פישער דא, וואס פארשטייט גלייך דעם ווינק אז מען קען גיין איבעראל נאר נישט אהיים, דער גבאי פישער האט גלייך געווארפן גורל און דאס גוט מזל האט צוגעשפילט קיין באליטמאר.

 

‫‫ויסעו ויחנו, מ'איז שוין ווידער אין עירפארט. אין באלטימאר האט מען געטראפן נאך אפאר ליבאביטשיקעס וואו מען האט זיך געפיקטשערט, און געגעסן מיט די הענט ווי א קליין אינגל נאכן נישט עסן פאר אפאר טאג. עס איז אפילו געווען א קלער צו פארלעשן דארט די לעקטער אין דער עם הארץ זאל אפברעטשענען א שובבי"ם ת"ת תורה, עס האט זיך נישט צום סוף נישט אויסגעארבייט ווייל דער גבאי האט גע'טענה'ט אז די באלטימאר אידן ברויכען ענדערש חיזוק, און דאס וויינען קען זיי זייער צוקלאפן.

 

אין באלטימאר האט אבער פאסירט א פאנטשער, מען האט געכאפט מער בילדער וויפיל מען מעג. דאס הייסט עס איז געווען בילדער וואס קען אויסקוקען אז ער פאסט נישט שובבי"ם, און דא קען די גאנצע וועלט לעבן אין א שרעקליכן טעות בנוגע דעם מן הארץ און זיין לעבנס שטייגער.

 

‫‫פארדעם האט מען דאך א רבי'ן וואס קען פלפול, האט דער רבי געמאכט אזא פלפול: אזוי ווי מען גייט שוין אט אט פארן אויף דעם גרויסן טריפ, און מען קען דאך נישט וויסן וועגן דעם שניי וואס איז אויפן וועג, און בכלל קען מען כאפן בילדער וואס די וועלט וועט זיך ווייטער טועה זיין אין דעם מן הארץ, האט דער מן הארץ געדרייט מיטן פינגער אז שלא עשנו אשה איז א קעמערע, און מיאוסע בילדער איז שלא כרצונו, בקיצור דער רבי האט געזאגט א פלפול אין דער גבאי האט באקומען שלשול.

 

דער גבאי פישער האט דא ווייטער ארויסגעוויזן פקחות משה גבאי, און גלייך אנגעהויבן זיך זארגן אז דאס קינד איז הייפער עקסיידעט פון די אלע פארגאנגענע און בעפארשטייענדע טריפס אויף די אגענדע, וואס אין אזא פאל איז א מייק אדער בילדער ווי עקסלעקס צו שלשול, במילא מוז מען זען דאס קינד צו קאנטראלירן אין האלטן פארנומען. איז דער גבאי אויפגעקומען אז קול מבשר זאגט אז עס קומט א שניי אין די סיגוטע טריפ שטייט אין א סכנה, און וואס דאס קען אויסמאכן אויפן געזונט פונעם מן הארץ דארפן מיר דאך נישט מסביר זיין, איז מען אויפגעקומען מיט א פלאן 6 אזייגער אינמיטן די נאכט, וואס דעמאלטס שפילט געווענדליך דאס מזל פארן עם הארץ, אז מען זאל פארן אויף פלארידע וואס דארט שנייט נישט און פון דארט פארן קיין סיגוט, אריינגעכאפט נאך א פליגער.

 

דא איז נאך אונטערגעקומען נאך א טריפ וואס אינעם עם הארץ'נס געווענליכן קאלענדער וואלט מען שוין געדארפט זיין אין עירפארט, דאס איז דער שווער זיינער וואס איז אין א שווערן צושטאנד רח"ל. נאר אז מען האט געקענט פארן אויף נא העמפשער ווען די מאמע איז געלעגען אויפן טויטן בעט פארוואס זאל יעצט זיין אנדערש? עס איז דא א טריפ אין זאל דער שווער צואווארטן, אין ערגסטן פאל וועט מען אריינריקן נאך א טריפ קיין ישראל ביי א קומענדיגן געלעגנהייט, דער ווינטער איז דאך נאך גענוג לאנג, און נאך א זעץ פאר די זאליס אז דער עם הארץ איז אויף א פליגער קען אויך נישט שאטן.

 

מ'כאפט זיך ארויס באישון לילה קיין נוארק עירפארט, און מ'איז שוין ווייטער אין עירפארט איינגעהילט אינעם פעלץ ארומגענומען מיט הויעך קוואליפיצירטע אפישעלס אן די היטן, מפני כבוד המלכות. מען האלט געשפאנט דעם ציבור אז דער מן הארץ איז א מנהיג וואס לאזט זיך נישט פארפירן פון די וועטער, שניי און רעגן, גארנישט וועט נישט אפשטעלן דאס ביי ביי געפארעכץ אין אז עס שנייט אין ניו יארק גייט מען ביי ביי קיין פלארידע

 

דעם מעכטיגן פלארידע פלאן האט מען אויסגעארבייט אין די שפעטע נאכט שעות בשעת דער עם הארץ לערנט מכלומרשט די קליינע אויתיות. מען זיכט א פליגער אויף צופרי, דער עם הארץ לאזט א גאנצען צייט הערן דעם דעת קדשו אז עס מוז נאך זיין פארן דאווענען, אזוי וועט קענען זיין נאך א בילד מיט די טלית אויף די פלייצע אריינקוקענדיג אין א ספר אזוי ווי א דריי יעריג אינגעל וואס מען שטעלט אראפ פאר א קעמערע מיט פרישע קאפעל און ציצית אריינקוקענדיג אין א אלף בינה אין ווייסט נישט וואס ער זעט דארט.

‫‫פארטאגס איז מען אודך אין עירפארט. דער עם הארץ כאפט שוין איינוועגס אריין א קנאקעדיגען עירפארט, נישט אין א פריוואטן צומער, לכבוד שובבי"ם און אלס א הכנה פארן דאווענען, אזוי אז די שובבי"ם טרערן זאל נישט זיין אומזיסט.

‫‫דא איז געשען אן אינטערסאנטע זאך וואס נאר קונצלער'ס באווייזען דאס, ער איז ארויף אויפן פליגער מיט פעלץ אין אראפ איז ער מיט א בלויזע רעשוואלקע. אבער אויף איינעם וואס קען די קליינע אויתיות איז עס נישט קיין ווינדער בכלל.

‫‫יעצט האט זיך דער גבאי דערזען מיט א לאנגען טאג פאר זיין אינגעלע וואס איז נאכנישט געשלאפן געהעריג, אין מען דארף דאס אנפילן אויב ווייסט ער וואס איז גוט פאר אים. דער גבאי פישער קומט אויף מיט א גאנג, ער גייט דעם אינגעל פיטערן א גאנצען טאג מיט פרישטאג, אזוי ארום וועט דאס הייליג מויל זיין פיל מיט עסן אנשטאטס מיט פערל רייד.

כדי אנצוגיין מיט דעם קאמפליצירטן פלאן, האט דער גבאי פישער זיך איינגעמאלדן אויף פרישטאג מיט זיין אינגעלע אויף דריי באזונדערע פלעצער. און דער טאג האט זיך אנגעהויבן.

(די דריי פרישטיגס אונטערנעמונג איז גארנישט קיין מוציא מיט האניג פאר פישער, איינע פון די זאכן וואס מען ברויך זייער אכטונג געבן אין אזעלעכע פרישטיגס איז זען צי דאס קינד עסט נישט זאכן וואס איז קעגן דעם געזעץ, למשל אינעם פאס פונעם עם הארץ שטייט אריינגעשריבן אז 6 שעה פארן פליען טאר דאס קינד נישט עסן קיין רעטעך משום סכנה פאר די מיטרייזנדע אויפן פליגער, אבער מיט דעם אלעם האט פישער דאס גענומען אויף זיך)

‫‫צום ערשט איז מען אריבער צום קערעסטירער רבי אין שטוב. דארט האט מען אין איילעניש ארענזשירט עפעס קוויטלעך פארן אינגעל ער זאל זיין העפי. מען האט איינגעשפאנט שמואל בראך און ער זיך געקוויטעלט 3 מאל כמנין שלשה, און ענדליך ווייזט שוין דער זייגער אויף 12. גבאי פישער הייבט אן אפצואטעמען.
פון דארט איז מען זיך געגאנגען פרישטאגן ביי וויינשטאק פון מיעל מארט, דארט ביי וועם מען נוצט נישט קיין שטיין זאלץ, מען שוחט נישט מונחת און שוחטים שלאפן אין פרעמדע געלעגער'ס מיט מעקסיקאנער זאלצערס, מיט אויסגעטראכטע בית יוסף פלייש. אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסל אטענטשאן (ליין: בילדער), ויאכלו ענווים וישבעו אין מען מאכט א שווייג, עס איז ווייטער שטיל.

פון דארט איז מען געגאנגען אויספאסטן צו יצחק מארקאוויטש מיט א פרישקייט. ב"ה דער עם הארץ באקומט צוריק דעם קאליר אויפן פנים פון אזויפיל אויספאסטן שובבים ת"ת. דא האט די פירמע בעגעל טיים מיט די השגחה פון די‪ OU צוגעגרייט דאס עסן, וואס ווי באקאנט איז היינט‪ OU די מהדרין מן המדרין השגחה ביים מן הארץ, אדאנק זיך לאזן פיקטשערן אינעם בית השחיטה צוויי מאל א יאר מיטן עם הארץ נאך דערצו מיט א חלף אין די האנט.

מאנכע זאגן אז דאס צעווילדעוועטע פרעסעריי וואס דער עם הארץ פראוועט לעצטענס איז א פועל יוצא פון דעם אז די וויזניצע רבנית זיינער געפינט זיך די טעג ביים טאטן אין ארץ ישראל, ממילא איז ער אויסגעהונגערט ביז גאר.

 

מיר האלט מיר שוין 5 נאכמיטאג, דאס קינד איז שוין אנגעפיטערט מיט פרישטאג'ס ביז איבערן קאפ. מען האט פרובירט צו לייגן שלאפן דאס קינד פאר שעה אזוי אז ער זאל נישט זיין הייפער ווען מען גייט ביי ביי, דאס קינד האט אבער נישט געקענט איינשלאפן פאר עקסייטמענט.

 

‫‫אז דאס קינד קען נישט שלאפן איז ווי גייט מען חול המועד האלטן? אין עירפארט כמובן, אפילו עס איז פרי, אבער אז דאס קינד גלייכט דאס זייער שטארק האט מען עס נאכגעגעבן. אין עירפארט האט ער זיך דערזען מיט דעם ברודער דער נשיא שלום לעזער און מיט זיין בענאק מענדל. אזוי שמוסענדיג האט דאס קינד געטראכט ביי זיך אזוי ווי ער האט נישט יעצט או דעם טילעפ איז אויב עמיצער וועט כאפן א בילד פון וואו וועט מען וויסן אז ער איז רבי אין נישט שלום לעזער אדער מענדעלע? האט דאס קינד שנעל געמאכט א פלפול און ארויסגעשטופט די פיס פון די בעקעטשע אזוי אז מען זאל זען די ווייסע זאקן מיט די פעפיטע הויזן אז טאמער א מאן דהוא כאפט א בילד זאל מען זען ווער עס איז רבי. דא האט אבער דער פלפול קינד שנעל געכאפט אז דער נשיא מיט זיין בנו הגדול האבן אויך טילעפ'קעס, און דאס קען שטארק שאטן פאר די בילדער, האט דאס קינד געלאזט וויסן פאר דאקטער פישער אז אין סיגוט וויל ער נישט זען קיין איין טילעפ אויסער זיינס, אין דאס וועט ער נישט פארשווייגן, דער דאקטער האט פארשפראכן און געגעבן די נויטיגע רעצעפט פארן נשיא אין פאר בנו הגדול.

 

‫‫בשעה טובה ומצלחת איז מען ארויף אויפן עראפלאן, פורסט קלעס, און מען פארט שוין וויטער ביי ביי. פארשטייט זיך אז דאס קינד פרובירט אויס דעם זיץ צי עס קען ווערן גענוג ליגעדיג, ווייל שובבי"ם איז ער מקפיד נישט צו שלאפן זיצענדיג, און ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אלעס ארבעט אויפן בעסטן איז דאס קינד געווען גרייט צו גיין ביי ביי.

 

‫‫אין וויליאמסבורג האט מען אין די זעלבע צייט איינגעשפאנט אלע עשירים וואס האבן געגעבן די נישטיגע סומע פון אכצען אלפים, און פארשאפט טיקעטס דורכן דעשער בוידעם אלעס כדי דער גרוש אבותינו טריפ זאל האבן א פנים. ווען מען געט א קוק אויף די בילדער ווער עס איז אלץ מיטגעפארן דערזעט מען זיך ארומגענומען נאר מיט ארימעלייט וואס האבן נישט געקענט געבן די אכצען אלפים ל"ע.

 

איינע פון די וועגן וואס מען האט צוגעשטעלט פארן רייכען ציבור איז געווען דורך א פליגער קיין דייטשלאנד. אויף דעם פליגער איז אויך מיטגעפארן דער לאנג יעריגער שומר שלמה זלמן שטיין וואס מען נוצט פאר א בעק סינערי פון די בילדער פונעם עם הארץ אז די זאלי'ס זאלן פלאצן, און די וועלט זאל זען ווער עס איז עכט סאטמאר.

 

‫‫דא האט אבער פאסירט א געפערליכער געשעהניש, מען האט פאר דעם שטיין בכלל נישט פארציילט די פלארידע געשיכטע, און ער האט זיך אנגערוקט אין עירפארט זיין תהילים וואס ער ברענגט כסדר מיט אונטערוועגנס מיטן עם הארץ, אלס חזקה פון דעם ברך משה'ס צייטן, וואס איז אויך אנגעקומען צו דעם שטיין'ס הענט בדרך פלא, ממש אזא נס ווי דער סיגעטער בית החיים, אז איינמאל איז דער ברך משה געווען אונטערוועגנס און מען האט געדארפט ווארטן ערגעצוואו, האט דער ברך משה געבעטן א תהילים, דער שטיין האט געגעבן א תהילים פארן ברך משה. זינט דעמאלטס האלט ער דעם תהילים אין טאש די גאנצע צייט ווען מען פארט אויף א נסיעה, און אלס חזקה אויס האט ער דאס מיטגעברעגט פארן עם הארץ. וואס, דרך אגב, ווייזט דער עם הארץ ארויס אסאך מער אינטערעסע אויף די סטוערטס וואס דרייען זיך אויפן פליגער ווי אויף דעם שטיין בכלל. עכ"פ דער שטיין האט זיך דערזען אין עירפארט מיט זיין תהילימ'על אין מיט נאך אפאר עשירים פון זיין קאליבער וואס פארן ווייל זיי האבן באצאלט די פארלאנגטע אכצען אלפים, דא האט ער אבער געכאפט דעם שאק פון זיין לעבן, ער הייבט אן ארומצורופן און ווערט געוואויר אז דער מן הארץ איז שוין אוועקגעפלויגן פון מיאמי אן תהילים שטיין.

 

‫‫ער האט פרובירט צו באהאלטען זיין ווייטאג אין זאגט פאר יעדעם אז עס איז נארמאל. אבער ווען ער איז ארויף אויפן פליגער האט ער געכאפט אן אטאקע אין עס איז אים שלעכט געווארן, עס איז געווארן א ויצעקו אין מען האט צוריקגעדרייט דעם פליגער. מען האט דעם שטיין געטראגן באזוכען אין שפיטאל.

 המשך יבא



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 06/02/2011 21:30:34




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/2/2011 20:39 לינק ישיר 

זייער CUTE ,, מיט אסאך HUMOR

אבער ס'איז קינדיש.


תוקן על ידי געלע_באס ב- 06/02/2011 20:40:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2011 20:56 לינק ישיר 

ס'איז קינדיש ווייל ער מוז זיך אראפלאזן צום קינד'ס לעוועל....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 00:26 לינק ישיר 

it is so funny you made my day



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 01:23 לינק ישיר 

די מוזט פארזעצן פאר אלע געלטער, איך ווייס נישט אויב יעדעס ווארט איז ממש אמת אבער קרוב לאמת איז עס זיכער, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 01:53 לינק ישיר 

כדרכו כתב:
די מוזט פארזעצן פאר אלע געלטער, איך ווייס נישט אויב יעדעס ווארט איז ממש אמת אבער קרוב לאמת איז עס זיכער, 

אבער עס וואלט געקענט זיין אמת ביי מהרז"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 02:49 לינק ישיר 

אפילו חז"ל זאגן שוין קבל את האמת ממי שאמרו, איז דא א שטיקל פראבלעם. דשיגאן האט שוין געוויזן זיינע לגיונות אפן און גראב ברבים. ווי למשל די דין תורה איבער די ירושה. איך ווארט נאך אלץ אויף א תירוץ ווען און ווי עס איז געווען. א סקונדע נאכן תירוץ וועל איך פארענטפערן דיינע שטותים.

נעבעך דיין רבי זיצט האוז ארעסט ביסטו נעבעך א ביסל מקנא. איך פארשטיי, א שווערע וואך געהאט.(ואין מוקדם ומאוחר)
די הערליכע נסיעה ווי הינדערטע האבן געגעבן טויזענטער פאר די נסיעה.
א גאר א געהויבענע נסיעה. ווי דער גאנצע עולם איז געקומען הערן וואס די רבי וויל זאגן.
מסלתה ומשמנה פון די סאטמארע אינגעלייט זענען דארט געווען (אפילו מאיר ראטה).
א הערליכע וויזיט ביי הרב וואזנער שליט"א וואס דיין רבי קען זיך נאר וואונטשן.
א שיינע קבלת פנים אין ביהמ"ד פונעם שיכון, דארט ווי ענק האבן נעכטן געשריבן אז עס איז ענקערס.
אראפגעקומען פון א פליגער נאך פראטעקציע וואס מ'האט נישט געדארפט צוקומען צו נידעריגמאן.
אויפגעטוהן לכבוד די שחיטה המהודרת
ווי ער איז נאר געגאנגען האט מען אים אויפגענומען בכבוד מלכים
אייגענע ווי פרעמדע האבן גע'חלש'ט צו זעהן צורת קדשו

דארפסטו נעבעך שעפן אביסל חיזוק און געבן אביסל שטרוי פאר דיינע קעלבערלעך. אלזא טייערע זאליבאנער און בני יואל. קומסט שעפן אביסל חיזוק אין אזעלכע שווערע מאמענטן. דער אייבערשטער האט ענק נישט איבערגעלאזט און עס וועט קומען א צייט וואס די גאנצע כלל ישראל וועט איינזעהן אז זלצמן לייב איז דער רעבעזיכרוינעליבראכע אליינס

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 03:26 לינק ישיר 

נעבעך וואס עס ליגט דיר אין קאפ.

גאנץ כלל ישראל וועט איינזען. אז .... איז  דער רעבעזיכרוינעליבראכע אליינס!

דאס משוגעת וואס אהרן איז געשלאגן האט דיך נעבעך געכאפט, ביי אים לויפט דער קאפ א גאנצן טאג איינצורעדן דעם עולם (אדער גאנץ כלל ישראל) אז ער איז פונקט ווי דער אדער יענער, ווייל טאמער איז ער פלעין אהרן טייטלבוים איז ער בכלל נישט העפי, זיין מחלה ווערט נאר געפיטערט אז מען קען איינרעדן אפאר אירע אז ער איז "פונקט ווי......".
ער ווערט נעבעך העפי אז איינער זאגט אויף אים אז ער איז פונקט ווי דער און פונקט ווי יענער.

להוי ידוע, אז קיין איין חסיד פון רבינו שליט"א איז נישט אינטרעסירט אז דער רבי זאל זיין "פונקט ווי".... נאר פונקט ווי ער אליין איז איז מען זייער צופרידן, אשרינו מה טוב חלקינו!.

איך פארשטיי דיין פראבלעם, אז דו זוכסט צו מאכן פון דיין רא"טס מחלות, "ענינים", און דאס וואס ער מוז לצורך הבריאות האלטן אין איין ארומלויפן, אים דיסטרעקטן פון זיינע פראבלעמען, ווילסטו פארהערליכן,

אבער ס'האט נאכנישט ביי דעם אז דו זאלסט דארפן טרייסטן חסידים פון א געזונטן רבין וואס ליידט נישט ב"ה פון די אלע מחלות און סינדראמס.

ליוו יור אן לעגעסי!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 04:36 לינק ישיר 

ברך

סאיז פיין באשריבען,
די CONCEPT איז קינדיש, וועם גייט אן וואס ער טוהט

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 06:43 לינק ישיר 

ברך. אין איין ווארט: די זאליס זענען געווען די וואס האבן אנגעהויבן צו קאמפערן צום רבין ז"ל. יעדע זאך ביי רז"ל איז געווארן א המשכה פונעם רבין ז"ל. סא צי שוין צוריק פון דיינע ווערטער... די ארונים זענען נאך היינט נישט מדמה צו קיינעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2011 07:04 לינק ישיר 

אם אין דעת הבדלה מניין...

אוודאי דארף מען זיך פירן אויף די הייליגע דרכים פון רביה"ק זי"ע, און לערנען זיינע ספרים און זיין מקושר מיט זיין הייליגן דרך.

אבער קיינער האט נישט קיין געברויך צו "קאמפעירן" רבינו שליט"א אז ער איז "פונקט ווי", אדער "גרעסער" וכדומה פון פריערדיגע צדיקים אדער רביים.

אבער ווי עס קוקט אויס וועסטו דאס סיי ווי נישט פארשטיין, דארפסטו זיך נישט פלאגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 17:56 לינק ישיר 

וואס איז געווארן מיט די גרויסארטיגע הנחת אבן הפינה וואס האט געזאלט פארקומען אין סיגעט??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2011 06:03 לינק ישיר 

נאך איינמאל דו וועסט שרייבן אויף א מנהיג ישראל אן א ר', וועט די הנהלה טון אזוי ווי די תקנות און דיך מוזן חוסם זיין.

דאס איז די לעצטע ווארענונג!!!


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 08/02/2011 14:48:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2011 08:15 לינק ישיר 

זאג פאר דיין רבי עס איז פונקט נישט אזוי פעיר אז זאל זאל זיין אזא היפאקריט
 דא שרייט ער איינער וואס מאכט די ברכה שלא עשני אשה דער טאר נישט האלטן א פאטאגראפיר מאשינדל, דערנאך שטעלט ער זיך אליינס פאר די קאמעראס.
 איינמאל איז קאשוי רב ביי אים א שגץ פאר מעורר זיין אויף כשרות, אויפאמאל איז ער געווארן דער וואס פארפירט אליין.
יעדע מאנטיג און דאנערשטיג טוישט ער זיך זיין מיינונג עס איז נישט פעיר אז א מנהיג ישראל זאל טוישן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2011 16:14 לינק ישיר 

ברךמשהחסיד כתב:
אם אין דעת הבדלה מניין...

אוודאי דארף מען זיך פירן אויף די הייליגע דרכים פון רביה"ק זי"ע, און לערנען זיינע ספרים און זיין מקושר מיט זיין הייליגן דרך.

אבער קיינער האט נישט קיין געברויך צו "קאמפעירן" רבינו שליט"א אז ער איז "פונקט ווי", אדער "גרעסער" וכדומה פון פריערדיגע צדיקים אדער רביים.

אבער ווי עס קוקט אויס וועסטו דאס סיי ווי נישט פארשטיין, דארפסטו זיך נישט פלאגן...
פון דעם רעד איך! די זאליס זאגן אז רז"ל איז דער רבי ז"ל אליינס. די ארונים אז מען דארף "טון" ווי דער רבי האט/וואלט געטון



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2011 17:19 לינק ישיר 
??????

ספרינטער כתב:
וואס איז געווארן מיט די גרויסארטיגע הנחת אבן הפינה וואס האט געזאלט פארקומען אין סיגעט??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ראזשינקעס פון דעם גרוש אבותינו טריפ...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext