בית פורומים כל העולם כולו

גלעכטער בני יואל-זאלי'ס פעלטשען ווידער לעדערהעד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/2/2011 06:18 לינק ישיר 

לאמיך דיר ענטפערן מיט א ביסל דעת בעל הבית (לאמיר נישט אריינגיין אין די געלט חלק...)

אזויווי איך האב פריער ערווענט איז דאס א געגנט שול און דאס ווערט גענצליך אויסגעהאלטן פון די תושבים דארט, די קהילה האט גארנישט געגעבן פאר די שול, אויסער איין זאך וואס דער פרעזידענט האט דארט אריינגעשטעלט וואו דער רופט אים אן, אימיגראנט-צעפידלטער-משוגענער.

ווען ס'פאסירן רוב פון די זאכען וואס דו האסט אויסגערעכנט אויבען דאן איז דאס צווישן פריוואטע מענטשן, און אפילו אויב ס'האט פאסירט האבען נאך אלץ ביידע פראקציעס געגעבן געלט פאר די שול. מה שאין כן ווען די קידוש מעשה האט פאסירט דאן איז מעגליך אז איין זייט וועט אויפהערן צו געבן געלט.

ווייס איך דאך אז דו וועסט זאגן אז מ'ברויך נישט זייער געלט.
וויל איך דיר זאגען אז מען ברויך עס יא.
ווייל אז זיי וועלן נישט געבן, אןו נאך ארוינים וועלן זיין ברוגז צוליב די חיה שטיק.
דאן וועט דאס אויסקוקען אזוי ווי די קדושת יו"ט שול אויף זופניק.

א נארמאלער ארויני האט אויך נישט ליב קיין מחלוקת, עס איז גענוג וואס מען האט, מען זוכט נישט פרישע.

מיט דעם קען מען פארענטפערן פארוואס דעמאלט האט מען נישט מוחה געווען און איצט יא.

ווייל דעמאלט האט די שול נישט דערלייגט און איצט קענען זיי יא דערלייגען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/2/2011 07:01 לינק ישיר 

א ישר כח ברויפען. יעצט רעדסטו ווערטער יעצט פארשטיי איך שוין אויב די גבאים דארט ווערן פארקויפט פאר אפאר גראשען פאר א ביהמ"ד וואס קאסט נישט מער ווי צוויי דריי הינדערט דאלער א חודש אויסצוהאלטען אפאר בילקעלעך מיט טאנא פאר שבת אין אביסעל לעקטער פאר די פאר פלארעסען'ס פארשטייט מען שוין אז אביסעלע קיגעל שפילט ביי זיי אויך א ראלע שעמאניא



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/2/2011 17:26 לינק ישיר 

לאמיר אריינווארפן מיינע פאר צענט (כאילו אייינער פרעגט מיר)

איך קען דעם יואל קרויס גוט, ער האט זיינע קינדער ביי סאסמאן (דאכט זיך) פשוט ווייל די ווינט האט אים אהינגעבלאזן ער האט ליב רז"ל צוגלייך ווי אונזער רבי, ער איז סך הכל א טאהשער

יעצט, אויב איז אמת וואס בלומבערג זאגט די אלע מעשיות וואס דארט האט שוין פאסירט, קענט איר קיינעם נישט בלעימען פארן טון אזא ווילדע שריט, אוודאי איז עס נישט בארעכטיגט, אבער דו קענסט נישט בלעימען, ווייל ס'איז א טו וועי סטריט, אויב איז יענע צד שטיל גייט קיינעם נישט אן ווי דו שיקסט דיינע קינדער און מען לעבט בשלום ובשלוה, אבער טאמער טוסטו עקסטרעמע שריט קעגן די אנדערע צד, וואס פארלאנגסטו יענער זאל בלייבן שטיל?

כל אחד כדאי לעצמו, אויב דרייט זיך דארט א מענטש וואס רייסט צעטלעך פון קהל, פארוואס זאל א צווייטער מיט היציגע בלוט נישט קיין פארקערטע ווילדע שריט?

און יעצט ברוינפן טייערע, איך ווייס נישט ווי דו באלאנגסט, אבער טוסטו ביסטו נמנה על חסידי רבינו, פארשטייסטו אליין אז אפגעזען צו דוד עקשטיין האט יא געגעבן א פעני פארן שול צו נישט איז דאס ביהמ"ד אז אונטער נשיאות פון רבין שליט"א, און געבן א עלי' פאר א בני יואל בחור-אינגערמאן איז א עולה שאין כמוהו, זאלן מיליאנען רבנים עס מתיר זיין, א ביהמ"ד וואס שטייט תחת נשיאות רבינו אויב געט דאס א עלי' פאר אזא איינעם איז עס א חוצפה, און דו קענסט נישט בלעימען אויב די אנדערע צד טוט ווילדע שריט און זוכט ענג צו מאכן דעם צד שכנגד




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גלעכטער בני יואל-זאלי'ס פעלטשען ווידער לעדערהעד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext