בית פורומים אידישע געדאנק

מזל טוב מקודשת: נאך א חתונה אין בני יואל זאל אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2011 20:19 לינק ישיר 

משה'לע: ר' יצחק מאנדל האט נישט געוואלט מסדר קידושין זיין ווייל דעמאלס וועלן אלע משה'לעך שרייבן מיט גרויסע באלט ווערטער "ר' יצחק מאנדל געבעטן רשות פון פרה דאתרא"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2011 20:45 לינק ישיר 

וואס_נאך כתב:
משה'לע: ר' יצחק מאנדל האט נישט געוואלט מסדר קידושין זיין ווייל דעמאלס וועלן אלע משה'לעך שרייבן מיט גרויסע באלט ווערטער "ר' יצחק מאנדל געבעטן רשות פון פרה דאתרא"

 אפס האסט מיך אויסגעכאפט..
אגב, די נעכטיגע חתונה איז שוין פון די 'דריטע מנין' חתונות אין עטרת מאיר צבי! אין ווינציגער ווי 13 חדשים!!
דוכט זיך אזאנע מעכטיגע דורכפעלער.. הערט מען נישט אזוי אפט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2011 21:31 לינק ישיר 

ביז נישט צי לאנג צוריק איז געווען פארקערט אז פלוני בן פלוני האט זיך מתחצף געווען קעגן רא"ט, היינט צוטאגס איז עס אז פלוני בן פלוני האט זיך נישט מתחצף געווען קעגן רא"ט
 
ר' ישראל מאיר ראזענבערג (בן ר' אברהם) מלמד אין ק"י (מהר"א) חתן ר' חיים הערמאן. איז זיך נישט משתתף ביי די חתונה

תוקן על ידי liner1 ב- 09/02/2011 05:43:30

[/quote]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2011 22:32 לינק ישיר 

אז דער שארמאשער איז מסדר קידושין בלי רשות איז נישט קיין נייעס, און אזוי אויך דער טשאדער מיטן גז''ל, אבער אז ר' יצחק מאנדל וואס איז דאך א ענקערער זאל נישט וועלן מסדר קידושין זיין בלי רשות, דאס איז יא נייעס, (און מיט רשות לאזט נישט דער שארמאשער ווייל... רבי אהרן איז א טעראריסט, כא... כא...  כא...) 

און ביידען טייערער, קיינעם אינטרעסירט נישט וואס ר' טודרוס האט געטון, קיינער האט זיך נישט געפרייט אז ער וויל נישט מסדר קידושין זיין, ווייל קיינער האט עם נישט מכבד געווען,

17 חתונות אין 19 חדשים איז קיין געווינס, דאס איז ווייניגער ווי א חתונה א חודש, און ווי שוין פריער געשריבן, אפילו עס וועט זיין 20 חתונות א חודש מיינט נישט גארנישט, דאס מיינט נאר אז 20 מחוצפים האבן מחליט געווען אין איין חודש אנצופייפן דעם דברי יואל, דעם דברי יואלס פסק ווערט נישט נשתנה מיטן נומבער פון עזות פנים'ער, פונקט ווי דער נומבער פון הולכי להבחירות וואס איז אין די שווערע צענדליגע טויזענטער אידן יראים ושלמים (ווי דער רבי זי''ע רופט זיי אן אין ספה''ק ויואל משה) טיט נישט פארמינערן דעם כבוד פון בעל דברי יואל, משה אמת ותורתו אמת,  


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 09/02/2011 22:33:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2011 23:15 לינק ישיר 

איך פארשטיי אויך נישט פארוואס מען דארף יעדעס מאל נאכאמאל מאכן עסק פון א חתונה אין "עטרת מאיר צבי", דאס איז שוין היינט א נאטורליכע זאך, און איז בכלל נישט קיין נייעס.

אוודאי איז א שמחה צו זען, ווי עס ווערן מקוים די ווערטער פון הייליגן ברך משה זי"ע, וועלכער האט געווארנט "לבני אהרן", אז ער אויב ער שטעלט נישט אפ די ערכאות איז ער א מועל בשליחות און ער פארלירט די רעכט פון סידור קידושין אין קרית יואל.

ליידער ליידער האט רא"ט נישט מקיים געווען דעם "שמע בני מוסר אביך", און נישט צוגעהערט די עצה פון זיין טאטן, און ווייטער געגאנגען און טמא'נעם קאורט, ממילא האט ער פארלוירן די מערכה אין קרית יואל.
און היינט צו טאגס זענען דא טויזנטער נפשות וואס האבן מיט אים נישט קיין שום שייכות, מיט גארנישט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2011 23:42 לינק ישיר 

און ווער מאכט זיכער א די געפעלשטע צוואה פונעם לבני אהרן בריף ווערט מקויים? נאר די געטרייע ווערעמיגע חסידים פון הייליגן ברך משה זכותו יגן עלינו...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 02:20 לינק ישיר 

דער מכתב "לבני אהרן" איז נישט קיין צוואה, ס'איז דעם טאטנס שטראף רייד, אז דער רא"ט זאל זיך אפלאזן פון זיינע זינדיגע מעשים און תשובה טאן, ארויסגיין פון די טריפה'נע ערכאות און נישט מועל זיין בשליחות.

די צוואה אז רבינו שליט"א זאל ממלא מקומו זיין איז עקסטער מקוים געווארן.

גדולים מעשי צדיקים!


און דער ביד"צ האט עקסטער באשטעטיגט אז ס'איז נקי מחשש "תולעים". (ס'איז נישט ווערעמדיג)...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 03:15 לינק ישיר 

נו משהלע מאך דעם חשבון לשיטתך  אז בני יואל באשטייט נישט מער ווי עטליכע ווערעמיגע קומט אויס אז יעדע בני יואל מאכט דארט חתונה נישט אזוי???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 04:50 לינק ישיר 

ברךמשהחסיד כתב:
דער מכתב "לבני אהרן" איז נישט קיין צוואה, ס'איז דעם טאטנס שטראף רייד, אז דער רא"ט זאל זיך אפלאזן פון זיינע זינדיגע מעשים און תשובה טאן, ארויסגיין פון די טריפה'נע ערכאות און נישט מועל זיין בשליחות.

די צוואה אז רבינו שליט"א זאל ממלא מקומו זיין איז עקסטער מקוים געווארן.

גדולים מעשי צדיקים!


און דער ביד"צ האט עקסטער באשטעטיגט אז ס'איז נקי מחשש "תולעים". (ס'איז נישט ווערעמדיג)...

האסט א שטיקל טעות, דער ממלא מקום איז קלאר רבינו הק' שליט''א, אבער איך דארף מודה זיין אז  דיין רבי איז דער ממשיך דרכו, ער איז ממשיך דעם דרך פון ברך משה בסוף ימיו, ער לערנט וויפיל ער האט געלערנט אין די ניינציגער, ער ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו פונקט ווי זיין טאטע ביי די תשעים, ער זאגט אזוי פיל תורה ווי דער ברך משה האט געזאגט אין די לעצטע יארן, אין זיינע חסידים האבן פאר עם פונקט אזויפיל דרך ארץ ווי מען האט געהאט פארן ברך משה בסוף ימיו ווען ער איז געבליבן נאר מיט די שונאים, הקיצור א ריכטיגער ממשיך דרכו, אבער זיכער נישט ממלא מקומו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 04:51 לינק ישיר 

משה משה,

5% שכל דארף מען האבען צו זעהן אז דעי מערכה איז פארלוירן
5% שכל דארף מען האבען נישט צו רעדן מער פון א דארעכגעפאלענע מערכה
5% מענטשען פון אזא גרויסע חסידות מינימום וואלטען ווען געדארפט האבען די מינימום 5% שכל

אין פאקט האט זיך נאך קיינער ביי  ענק נישט אויפגעשטעלט אין געזאגט סטאפ!
די מיט אלע ענקערע פערדען וועלן קאאכען אויף דאס וואס עטס שיסט ענק אליין

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 04:55 לינק ישיר 

ביידען כתב:
נו משהלע מאך דעם חשבון לשיטתך  אז בני יואל באשטייט נישט מער ווי עטליכע ווערעמיגע קומט אויס אז יעדע בני יואל מאכט דארט חתונה נישט אזוי???

ניין! נישט אזוי!!!!, נישט יעדער ווערעמיגער מאכט דארט חתונה, נאר ווער עס מאכט דארט חתונה איז ווערעמיג!!!
פלענטי ווערעמיגע שוינען די קינדער, און ווילן זיי נישט אריין לייגן אין א פגום דילעמע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 05:44 לינק ישיר 

געלע_באס כתב:
משה משה,

5% שכל דארף מען האבען צו זעהן אז דעי מערכה איז פארלוירן
5% שכל דארף מען האבען נישט צו רעדן מער פון א דארעכגעפאלענע מערכה
5% מענטשען פון אזא גרויסע חסידות מינימום וואלטען ווען געדארפט האבען די מינימום 5% שכל

אין פאקט האט זיך נאך קיינער ביי  ענק נישט אויפגעשטעלט אין געזאגט סטאפ!
די מיט אלע ענקערע פערדען וועלן קאאכען אויף דאס וואס עטס שיסט ענק אליין

_________________



ווי פארסטו מיט די געלע_באס, צו די נוירסערי אדער צו די קינדערגארטן, ווי מערכה ווען מערכה, ס'איז נישטא א מערכה, ס'איז דא א פסק פון הייליגן דברי יואל און דאס איז אונז מחייב, פונקט ווי פאר די בחירות הטמאות שיקן מיר ארויס א הסברה אפאראט נאר כדי מקיים צו זיין דעם פסק און דעם רצון פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי''ע, פונקט אזוי זענען מיר מפרסם די נעמען פון די חוטאים, כדי לקיים פסקו של רבינו זי''ע, מיר האבן נישט קיין מערכה,

למעשה:
60% בני יואל מאכן דארט נישט חתונה,
90% זאליס מאכן דארט נישט חתונה,
100% אהרונים מאכן דארט נישט חתונה,
 100% ערליכע רבנים ווילן דארט נישט מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא  דאתרא,
דאס הייסט פארלוירן, אפשר פאר מענטשן מיט 5% שכל  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 06:14 לינק ישיר 

דער געט נישט אויף....
יוש גייסטו דיך נישט מוחל זיין



ווי פארסטו מיט די געלע_באס, צו די נוירסערי אדער צו די קינדערגארטן,
  פשט ????

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 19:12 לינק ישיר 

משהלע כתב:
ער איז ממשיך דעם דרך פון ברך משה בסוף ימיו, ער לערנט וויפיל ער האט געלערנט אין די ניינציגער, ער ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו פונקט ווי זיין טאטע ביי די תשעים, ער זאגט אזוי פיל תורה ווי דער ברך משה האט געזאגט אין די לעצטע יארן, אין זיינע חסידים האבן פאר עם פונקט אזויפיל דרך ארץ ווי מען האט געהאט פארן ברך משה בסוף ימיו

קאסט א שמייכל... דער ברך משה איז באמת א רחמנות אויב דאס שרייבן אויף אים זיינע 'אמת'ע חסידים ...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 20:06 לינק ישיר 

גיט געזאגט!!!, אוי איז ער נעבעך געווען א רחמנות!!!, דער חילוק איז נאר דו מיט דיינע חברים האט דאס געקאסט א שמייכל, און מיר און מיינע חברים האט דאס געקאסט טרערן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מזל טוב מקודשת: נאך א חתונה אין בני יואל זאל אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.