בית פורומים כל העולם כולו

מזל טוב: סאטמאר גיין אויפהערן נעמען געלט פון די ציונים !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2011 20:10 לינק ישיר 
מזל טוב: סאטמאר גיין אויפהערן נעמען געלט פון די ציונים !

אוי רביה"ק והטהור מסאקמיר זי"ע דארף יעצט זיין אזוי בשמחה אין הימל. די מלאכים זינגען שירה, דוד המלך שפילט מיט'ן פידל, די הייליגע אבות הקדושים זענען זיך משמח, און מרן רביה"ק איז "דער בעל שמחה זעלבסט"...

וואסי וועט איר אוודאי פרעגן, וואס פאסירט יעצט???


איר ווייסט נישט???

נאך אזויפיל עגמת נפש און צער וואס רביה"ק האט מיט "זיינע מוסדות אין בני ברק", גייט ער יעצט ענדליך האבן די זכיה אז זיינע מוסדות אין בני ברק גייען זיך "מתנזר" זיין פון די טמא'נע ציוניסטישע געלטער.... אוי איז דאס א שמחה !

נאך 30 יאר נאך די פטירה פון רביה"ק בעל דברי יואל גייט עס ענדליך פארגעקומען, און אזוי שטיל ווערט עס געמאכט, אן א שום פרסום אדער היפאכאנדירע (איי עם סארי, כ'האב געמיינט פראפעגאנדע).


עס איז א גרויסע פלא, אז טראצדעם וואס די הייליגע שלוחים פון מרן רביה"ק זי"ע וזוגתו מרת אלטא פיגא האבן פיגורירט אויף די באורד פון בני ברק, ווי הרב עזריאל גליק און הרב שמעון ווייס ע"ה, האבן די מוסדות דארט נאך אלץ גענומען געלט פון די ציוניסטישע מדינה ביז תשע"א ועד בכלל און ס'איז נישט פארגעקומען קיין מחאות, קיין פראטעסטן...

סאטמאר האט גענומען געלט פון די מדינה, און שמעון ווייס און עזריאל גליק די באורד מיטגלידער האבן דאס צוגעלאזט ! שומו שמים.

וואס דארף מען אבער  יעצט קלאגן אויפן עבר, יעצט הייבט מען אן א נייע בלעטעל...



דאס די החזרה עטרה ליושנה וואס די לישקע האט ענק צוגעזאגט...




קעלבלעך גיט MONEY !
און פרעגט ווינציגער קשיות !




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2011 21:54 לינק ישיר 

פאר די אמעראצים דא זיי מסביר, די זאליס עפענען נייע מוסדות אין בני ברק אין זיי שרייען יעצט אז זייער מוסדות גייט זיין הייליג

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2011 22:08 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט, נישט די זאליס זענען איצט בעל בית און בני ברק?
ווען איר כאטפ א שפאציר און קווינס פורם, ווען איר זיך קלאר איבערצייגן, אז ר' זצלמן איז בעל הבית אויף בני ברק, און אויף די גאנצע וועלט, פון אויבן פון אונטען,פון אלע 4 זייטן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2011 22:09 לינק ישיר 

זיי עפענען מוסדות אויף "היידפארק" און אויף די ווענט פון ראדני זשאנגעל.
אלעס איז "ווירטואל".

נישטא קיין בנין, נישטא קיין קינדער און נישט קיין מוסד. הויל אילוזיע.

און דאס טוט מען  מיט זשופניק'ס, יאקאבאוויטש'ס און לעפקע'קס...





ווער האט זיך געגלייבט וואס מ'קען מאכן מיט די פאטעיטא קעפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2011 22:32 לינק ישיר 

זיי האבען געדינגן א חלק פין א הויז אויף נחמי' אינדרויסען פין שיכון ווי זיי זאגען אז זיי האבען א נורסערי אין קינדערגארטען
כ'ווייס נישט אויב מ'קען זיי גלייבן
ווייל פין סאטמאר ת''ת אין מיידל שולע פעלט נישט קיין 1 קינד זינט זיי האבען געדינגן דעם בעיסמענט
אין אלע עלטערן וואס שיקען סאטמאר שיקען דארט אלע יארגענג.....

ס'קען זיין אז דארט לערנען קינדער וואס האבען קודם געלערנט אדער זייערע געשוויסטער לערנען אין ציוניסטישע שולעס
(ווי זיי שרייבען איז דאך נישט דא קיין שום אימציוניסטישע מוסד אין ב''ב...)

אלפאנס הלוואי זאלען זיי עפענען א מוסד
זאל די ת''ת לויז ווערן פין די פאר בני משחיתים ווי די רבנים רופן זיי
פארוואס זאלען אינזער קינדער לערנען מיט קינדער וואס שטאמען פין ציונים אין הולכי בג''ץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2011 23:33 לינק ישיר 

גוטזאגער כתב:
אוי רביה"ק והטהור מסאקמיר זי"ע דארף יעצט זיין אזוי בשמחה אין הימל. די מלאכים זינגען שירה, דוד המלך שפילט מיט'ן פידל, די הייליגע אבות הקדושים זענען זיך משמח, און מרן רביה"ק איז "דער בעל שמחה זעלבסט"...

וואסי וועט איר אוודאי פרעגן, וואס פאסירט יעצט???


איר ווייסט נישט???

נאך אזויפיל עגמת נפש און צער וואס רביה"ק האט מיט "זיינע מוסדות אין בני ברק", גייט ער יעצט ענדליך האבן די זכיה אז זיינע מוסדות אין בני ברק גייען זיך "מתנזר" זיין פון די טמא'נע ציוניסטישע געלטער.... אוי איז דאס א שמחה !

נאך 30 יאר נאך די פטירה פון רביה"ק בעל דברי יואל גייט עס ענדליך פארגעקומען, און אזוי שטיל ווערט עס געמאכט, אן א שום פרסום אדער היפאכאנדירע (איי עם סארי, כ'האב געמיינט פראפעגאנדע).


עס איז א גרויסע פלא, אז טראצדעם וואס די הייליגע שלוחים פון מרן רביה"ק זי"ע וזוגתו מרת אלטא פיגא האבן פיגורירט אויף די באורד פון בני ברק, ווי הרב עזריאל גליק און הרב שמעון ווייס ע"ה, האבן די מוסדות דארט נאך אלץ גענומען געלט פון די ציוניסטישע מדינה ביז תשע"א ועד בכלל און ס'איז נישט פארגעקומען קיין מחאות, קיין פראטעסטן...

סאטמאר האט גענומען געלט פון די מדינה, און שמעון ווייס און עזריאל גליק די באורד מיטגלידער האבן דאס צוגעלאזט ! שומו שמים.

וואס דארף מען אבער  יעצט קלאגן אויפן עבר, יעצט הייבט מען אן א נייע בלעטעל...


נעבעך זיי קענען נישט שאפען קיין געלט ביי זייער אייגענע מענטשן נאר מיט אלע טיפשות'דיגע שקרים
זיי דארפן יעדעס מאל מאכען א ארץ החיים סטייל קאמפיין.......

אין דרך אגב, אין ב''ב פינקאצינירן עטליכע מוסדות חוץ סאטמאר על טהרת הקודש (לדוגמא, מנחת יצחק, תשב''ר חזון איש, אוהל שרה, ועוד)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מזל טוב: סאטמאר גיין אויפהערן נעמען געלט פון די ציונים !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext