גאנץ געשמאק צו זען, וואו דער זאלי לעבט זיך און זיין עולם החלומות, וואו ער שפאצירט ארום וואך און חלומ'ט זיך אזוי אויפן קול, אהרן שלאגט זיך מיט בעלז.... אהרן שלאגט זיך מיט די בד''ץ..... אהרן שלאגט זיך מיטן איידעם..... מען שלאגט זיך און די ישיבה.... אזוי ווייטער .... און ווייטער.... ער חלומ'ט בהקיץ... ער אלוזיעירט נעבאך אזוי...... ה''י
די דאקטורים זענען נאך מסופק וואס ער ברענגט די מאדנע אלוזיעס, צו ווייל דער זאליבאנצע איז אנגעזעצט מיט זיין מן הארצ'ל ר' זלמן נ''י שטיקט אים וואו א ביין און האלץ נישט שפייען און נישט צו קייען,
צו ווייל ער ליידט נעבאך אויף די מיסטריעזע מחלה פון ''אהרנהיימערס'' רח''ל עס זענען דא א שיינע פאר זאליז וואס ליידען פון די ביטערע מחלה מיט אירע מאדנע סימפטאטען, וואו למשל, מען זאגט א גאנצן טאג אהרן, ווען מען זאגט אהרן שפייט מען בלוט רח''ל ווען מען זעט אן ארוני אויפן גאס שפאצירן מיט זיין שמייכל, הייבט אן צו קימען פון די נאז לעכער אזא הייסע לאווע, און די אדערן פון קאפ שטארצן ארויס אויף א מסוכנדיגע אויפן, דאס פנים ווערט רויט וואו א ברוק, די האנט נעמט זיך אים ציטערן, דאס לשון ווערט און שטימפיג, רח''ל
ווען איר זעט ביי עמיצן די דאזיגע סימפטאטען, קענט איר אים גראד דיאגנאזירן אז ער לייד נעבאך פון די מחלה ''אהרנהיימערס'' ה''י
און ער איז א גרויס רחמניות ווייל עס איז נישט דא קיין רפואה פאר דעם מחלה, דאס איז א מחלה וואס ווערט פארשטערקערט יעדן טאג, רח''ל
וועקט אייך אויף! ר' אהרן שלאגט זיך נישט מיט קיינעם, און זיצט און לערנט, און טיט אויף פאר יודישקייט!
 |
|
|