הערליך שיין, עסקלוסיוו בילדער פון וויזשניץ חתונה, קראלי נסיעה, אויך פון מהר"א אין סיגעט
_________________
נשלח ב-13/2/2011 07:26
צו זענען די ארויסגעבער פון צד מהרי"י אז זיי דעקן נסיעת מהר"א קיין סיגוט?
תוקן על ידי דייקן ב- 13/02/2011 07:27:40
נשלח ב-13/2/2011 07:53
גראדע האב איך געטראכט אז עס איז א ארונישע אויסגאבע ווייל ער דעקט מהר"א סך מער (נישט נאר סיגוט).
נשלח ב-13/2/2011 07:58
איך האב נאכנישט געזען די אויסגאבע. אבער דאס אז א אפיציעלע אויסגאבע זאל דעקן די נסיעה דאס ברענגט מיר אויף פראגעס.
_________________
נשלח ב-13/2/2011 13:49
די שער עמוד פון די אדמורי"ם ורבנים אפטילונג
נשלח ב-13/2/2011 15:45
דאס אז אפיציעלע חאסידים זאלן כאפן די בילדער וועס איז שלא כרצונו ברענגט אויף סאך גרעסערע פראגעס ווי שטארקט עטץ רעכענטס זיך מיט זיינס א ווארט, ווי א בילדער אויסגאבע וואס לייגט עס צי צופרידען שטעלן יעדן אייניג.
נשלח ב-13/2/2011 17:40
אן אויף אריינצוגיין ווער ס'האט געכאפט די עטליכע בילדער פון נסיעת מהר"א, שטעלט זיך נאכאלס נישט אויפן שכל אז א איינער מחסידי מהר"א אדער אפילו א נייטראלער זאל וועלן ארויסשטעלן די בילדער אין א אפיציעלע אויסגאבע.
דעריבער איז מיין פראגע אויב די ארויסגעבער'ס פון דעם אויסגאבע זענען פון צד מהרי"י.
_________________
נשלח ב-13/2/2011 18:41
פאר וועלכע סיבה זאל צד מהר"יי דעקן מהר"א נאכדערצו ווען זיי שטעלן אויך גאנץ שיינע בילדער פונעם באזיך אין בני ברק, אויב מיינען זיי ליצנות וואלט די באלטימאר בילדער געווען דאס פאסיגסטע, מיט דעם אלעמען האבן זיי עס נישט אריינגעשטעלט, אז זיי לייגן די סיגוט בילדער איז נישט קיין ראיה ווייל ווי נישט ווי זענען נאך דא היפש ארונים וואס האבן דאס געקויפט נאר פאר דעם סיבה אויף אוועקצולייגן די בילדער פונעם היסטארישע נסיעה.
נשלח ב-13/2/2011 19:28
דאס איז קלאר אז א חסיד מהר"א וואלט אין זיינס אן אויסגאבע נישט אריינגעלייגט די דאזיגע בילדער.
פרעגסט פארוואס זיי האבן נישט געלייגט פון באלטימאר, איך ווייס טאקע נישט. אבער דאס פארענטפערט נישט די פראגע פון אויף אריינצולייגן בילדער פון די נסיעה נאך א דירעקטע פארלאנג פון מהר"א אז מ'זאל נישט כאפן דארט קיין בילדער, וואס דאס קען נאר געטוהן ווערן דורך זיינע קעגנערס.
בנוגע דאס אז צד מהרי"י זאל דעקן די נסיעה קיין ב"ב איז גאר פארשטענדליך, ווייל אה"נ אז די ארויסגעבער זענען פון צד" מהרי"י, דאך ווילן זיי נישט פארלירן קיין קאסטומער'ס דורכ'ן זיך ארויסשטעלן אלס אן איינזייטיגע און פאליטישע אויסגאבע, דעריבער בלייבט שווער ס'פשט פון דעקן די נסיעה קיין סיגוט וועלכע איז יא אויף צו ליצנות מאכן. און ווער ס'זענען די ארויסגעבער.
_________________
נשלח ב-13/2/2011 19:55
שוין אסאך מאל האט דער בלאט אריינגעלייגט בילדער פון וויזשניץ מאנסי רבי, פארשטיי איך יעצט פון דיינע ווערטער אז ווען א אפיציעלע אויסגאבע שטעלט אריין בילדער קעגן דעם רצון פון יענעם רבי איז עס נאך אויף חוזק צו מאכן, הייסט דאס די האלטס אויך בשיטה אז דער בלאט טוט עס בלויז אויף להכעיס קעגן וויזשניץ?
נשלח ב-13/2/2011 20:26
דערמיט מיינסטו ארויסצוברענגען אז דאס ווערט ארויסגעגעבן דורך נייטראלע מענטשן, וועלכע זוכן קונדן פון חסידי מהר"א דורך חוזק מאכן פון זייער רבי'ן?!
_________________
נשלח ב-13/2/2011 22:14
האסט געזאגט אז א אויסגאבע שטעלט נישט קיין בילדער אויב ווייסט מען אז עס איז שלא כרצונו. טענה'סטו אז "די וועלט" האט במזיד אריינגעשטעלט פון סיגעט נאר ווייל עס איז קעגן די רצון פון מהר"א.
איז אזוי: יעדער ווייסט אז וויזשניץ רבי פון מאנסי איז זייער שטרענג קעגן בילדער, ווייטער פון די אנדערע זייט ווייסט יעדער אז מהר"א מיט פיקטשערס איז ממש ווי דער בלאט פאר א אהרוני וואס פעלט זיך אים אויס צו אטעמען, יעדע טאג גייען ארויס אימעילס פון בחצרות פיקטשערס פון מהר"א, לעצטענס איז אפילו פארשפרייט געווען א בילד ווי מהר"א'ס הויז בחור פאטאגראפירט רבי אהרן, פארוואס זאל זיך דען נישט א נייע אויסגאבע צוכאפן און אריינשטעלן עקסלוסיוו בילדער? הערן זיי דען קול סאטמאר'ס הוק-אפס?
נשלח ב-13/2/2011 22:39
בקיצור, די זאגסט אז נישט איינער פון צד מהרי"י גיבט ארויס דעם נייעם אויסגאבע. נאר דאס איז א נייטראלע אויסגאבע, און דער ארויסגעבער האט נישט געוויסט פונעם געבעט פון מהר"א נישט צו כאפן בילדער פונעם נסיעה, כ'הער. יישר כח פארן פרובירן צו ענטפערן. אבער דאס קוקט לכאורה אויס וואו אן השערה. גערעכט? אויב איינער קען ביטע קלארשטעלן ווער ס'זענען די ארויסגעבער וועל איך אים דאנקבאר זיין.
_________________
נשלח ב-13/2/2011 22:59
WOW!! writing 10 comments and didn't saw this
anyone knows him? is he aroiny or zaly?
נשלח ב-13/2/2011 23:10
שכוח פיקטשערס, איך האב גראדע נישט באמערקט ביז יעצט דעם נאמען.
ספרינטער, אונז קריכן שוין באלד ארויס מיט א קלארן בילד, יעצט דארף מען נאר געוואר ווערן ווער ס'איז דער ר' יואל הכהן אסה, און אזוי וועלן מיר קענען צוזאמשטעלן צו וועלכן צד ער טוט געהערן. איינטשימיג?