בית פורומים כל העולם כולו

קרעדיט HQ:לכבוד חודש אדר: דאראגער-זדשיגאן באזאלצן אויפן קומעדיגן יו"ט פסח הבעל"ט....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/2/2011 18:51 לינק ישיר 
קרעדיט HQ:לכבוד חודש אדר: דאראגער-זדשיגאן באזאלצן אויפן קומעדיגן יו"ט פסח הבעל"ט....

די אפיציעלער זדשיגאן ווארט זאגער האט אין א שווערע מינוט ריליעסט די וויקלי זדשיגאן ניוס לעטער מיט א שוידערליכע אויפדעקונג אז נישט מער און נישט ווייניגער נאך די לעצטע פאר יאר וואס רוב רובם פון כלל ישראל האט זיך אנגעשטרענגט מהדר צו זיין מיטן נוצען אריזאנע ווייץ פאר מצות אויף פסח, האט ער אנדעקט אמעריקע.........
די אריזאנע ווייץ זענען זאלציג......

ס'טייטשט אז די אלע וואס האבן גענוצט ווייץ פון סווימינג פול איז אריינגעפאלן מיט חמץ'דיגע געזאלצענע ווייץ.....


מאנכע זאגן פרונאויס אז אויף די התאחדות זאלץ גייט היי יאר שטיין קלאר ארויסגעשריבן בשם איצא'ן:

ווארענונג: אויב ווילט איר נישט ווערן קיין ארוני דאן נישט ניצן פאר מצות...
ליצנות אין א זייט... זאג נאר יוסעלע, האט זיך דען נישט גוט איינגעגעבן די נאמען ר' זלצמן???..... אבער שוין איינמאל..... אזש אז דער דאראגער פון סווימינג פול האט דאס איבער געכאפט...
 א ווארענונג פאר די זדשיגאן'ס: נישט נוצען קיין אריזאנע ווייץ! איר קענט נאך נכשל ווערן מיט זאלץ אויף פסח רח"ל.........

_________________



תוקן על ידי זכר_באנדל ב- 11/02/2011 19:02:10



תוקן על ידי זכר_באנדל ב- 11/02/2011 19:02:54




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 18:59 לינק ישיר 

אטא דא איז די קווינס וויקלי ניוסלעטער לכבוד שב"ק פון זדשיגאנ'ס אינפארמאציע מיניסטער:

SatmarHQ: SHOCKING!! 3 weeks ago a Ruv came to R Avrom Laufer-Av"d Darag, & told him that he bought Matzos that baked this year from Arizona wheat >

‎​SatmarHQ: 2)& it tastes salty, R Avrom ask him to sent it with Matzes from Long Island wheat to a lab to check it. After 2 week's they dont send it >

SatmarHQ: 3) R Avrom send it, & they found each Arizona Matzo(100g) has 36mg sodium!! In time that each Long Island Matzo has 7mg sodium! After this

‎​SatmarHQ: 4) R Avrom send some1 to buy the Arizona wheat & everyone who take it in mouth say that its feel like salty nuts !!!!! & the MG"A Paskened >

SatmarHQ: 5) Very clear: (Simen 455,Sief Kuten 16) "someone who eats salted Matzo its like eating Chumetz!!" so Darag Ruv called up the bal machshir >

‎​SatmarHQ: 6) on the aronims bakery in Wmsbg, and told him everything, that he most stop bake it now, also he sent a letter to former Kiryas Yoel Ruv >

‎​SatmarHQ: 7) With a copy of the lab paper that Arizona Matzos are SUFEK CHUMETZ and they should stop to bake it right away, but as of now no response!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 20:14 לינק ישיר 

נעבעך

אברהם לויפער מיט אלע זאלי'ס פראבירט שוין נעבעך אומערפאלגרייך פונעם טאג וואס כלל ישראל האט
אנגעהויבן ניצן די מהודר'דיגע ווייץ פאר מצות
צו טרעפן יערליך פרישע נייע הלכות אין מציאות'ן צו קענען פסל'ן די ווייץ
ציליב דעם חטא אז ר' אהרן ט''ב ניצט עס
זיי קרענקט דאס שרעקליך אז סאטמאר רבי האט מער מהודר'דיגע מצות ווי די פיס קראצער
זיי מוזן נעבעך יערליך טוישן די ווערסיע
צו טרעפן פרישע שקרים צו קענען מערער זיין אויף די מהודר'דיגע ווייץ
אין ניצן דוקא די מצמחות אין מבקעות פין לאנג איילענד

ער האט די חוצפה צו פארבריצין מעשיות בו בזמן וואס אלע רבנים זענען אליין געווען אנוועזנד ביי שניידן אין פלאנצן צווישען אנדערע, די דיינים אין רבנים פין סאטמאר,פאפא,  וויען, וויזניץ, צעהלים, שערי אורה, ועוד בראשות סאטמאר רבי שליט''א
אין זיך אפען איבערצייגט די אלע שקרים אין זיינע כתבי פלסתר

דאך פראבירט ער נעבעך ווידער יערליך
עס קוקט אויס ווי עס גייט האבען א פנים ווי טעגליכע זאלי סקאנדאלען אויפן בית השחיטה אין ק''י


ווי אזוי האט צעלעמער רב שליט''א געזאגט פאר אברהם לויפער? פאר א שקרן גלייבט מען נישט אפילו ווען ער זאגט אמת...    

אגב, קען איינער ברענגן די שמועס פין פאפא ב''פ דיין מיט רבינו שליט''א צו הערן וואס ער זאגט אויף די זאליס בנוגע די ווייץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2011 20:18 לינק ישיר 

דער דארגער רב שליט"א האט גוט מסדר געווען דעם עולם

יעדער האט געמיינט אז ער איז שוין ביזי מיט די מקוה טהרה

דערווייל האט ער אונז גוט סופרייסד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2011 20:43 לינק ישיר 

אויב ס'פונקטליך וויזוי ער שרייבט אז אין א 100 גראם מצה איז דא 36 מילי-גראם סאדיום, מיינט דאס פונקטליך 0.00036 סאדיום

דאס מיינט א דריטל פון א צען טויזנט'סטל פראצענט,

צו פארשטיין בעסער: אונז ווייס מיר אז אחד בשישים איז איינס קעגן 60, דא איז עס איינס קעגן איבער א פערטל ביליאן!!

און די לאנג איילענד ווייץ איז איינס קעגן 1.4 ביליאן!

אויב דער מג"א האט געמיינט איינס און א פערטל ביליאן, מהיכי תיתי אז איינס אין 1.4 ביליאן איז נישט חמץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 21:19 לינק ישיר 

פין אישי


ביטע שרייב דאס פאר ראדני
כ'ווייס נישט אויב מ'דארף זיך בכלל צו טוהן מאכען פין די פריעד -  לויפער שטותים
קודם כל די א''ג עורעור פין זאלציג האט ער שוין געזינגן די ערשטע יאר אין דער חכם הדור מארגענשטערן האט דאס אפי' בארירט אין זיי בריוו דברי פי חכ''ם חן
אין דאך האט עס קיינער נישט אנגענומען, נישט אלס פראבלעם להלכה אין נישט אלס מציאות
אין בכלל פין שו''ע איז משמע אז מ'רעדט אז איינער לייגט זאלץ אין די וואסער פארן באקען קוק גיט אריין די מ''א
נישט אז די וואסער איז נאטירליך געזאלצן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2011 21:52 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז ר' זלצמן לייב מיט די לישקע גייען ארויסקומען מיט א בריוו אז דאס וואס די רבי ז"ל האט געשניטן די ווייץ אין אריזאנע איז געווען פאר די גוים פון די עירוב אויף ראדני סטריט

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 22:03 לינק ישיר 

ראדני, מאכסט א טעות

36mg out of 100g is the same as: 1 out of 2,778

7mg out of 100g is the same as: 1 out of 14,286

אלענספאל האסטו א גוטע פוינט, ס'נישט מעגליך אז אזא נישטיגע פראצענט זאל מען זאגן אז ס'קאסט ווי געזאלצענע ניס,  און אויב 0.00036 sodium איז א חשש חמץ, איז אין לדבר סוף, פארוואס זאל מען נישט חושש זיין פאר 0.00007 sodium



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 22:21 לינק ישיר 

בקיצור מען לייגט צאם די צוויי מערכות מצות לחג הפסח ממליחה ואילך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 22:25 לינק ישיר 

גערעכט סקאט, טעיתי, אבער ווי געזאגט, מ'רעט דא פון גאר גאר נישטיגע פראצענטן, ווייל 1 גראם האט אין זיך 1,000 מיליגראם, ואידך זיל גמור



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2011 16:55 לינק ישיר 


עפ"י שמועה האט מען אויך געטראפן אביסל בלוט פון קאטשקעס אין די מצות, און נאכן לייגן בלוט האט מען עס גטויבלט אין א מקוה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2011 17:48 לינק ישיר 

לויפערס מעשיות מיט זאלציגע ווייץ איז שוין אלט 2 יאר. איך ווארט שוין זייט דעמאלטס אויף די תשובות פון רבנים. דערווייל איז דער חכם מארגענשטערן געווען דער ''איינציגסטער'' וואס האט געשריבן א "תשובה" דערויף טאקע מיט געוואלדיגע פיקחות כדרכו. און דערווייל האט ער נאכנישט געענטפערט. וואס איז די חילוק צווישן 0000.7 מ"ג און 0000.32 מ"ג? אויב איז עס אסור במשהו איז ער דער וואס רעדט אויף צדיקים הקודמים אז זיי האבן געגעסן חמץ. איך געדענק אנפאנג פון די פרשה איז לויפער מיט די זאליס ארויסגעקומען מיט 33 איסורים. און ווען מען האט אפגעפרעגט איינס האט ער גראד געטראפן א צווייטע. איך ווארט יעצט נאכן אפרעגן די איסור זאל ארויסקומען פרישע 33 איינס נאכן אנדערן . (ראדני קינג)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2011 17:59 לינק ישיר 

די צדיקים הקודמים האבן אלע יארן געגעסן טאקע דייקא "אריזאנע" ווייץ, טאקע נישט פון די שטאט "אריזאנע" אבער די זעלבע חומרה'ס ווי אריזאנע, מיט דעם וואס זיי האבן זיך מטריח געווען צו באקוקן יעדן ווייצ'ל און אויסגעקלויבן די מצומחות ומבוקעות, שיקנ'דיג מיט דעם א קלארע סיגנאל פאר די איבעריגע המון עם וואס זענען נישט ביכולת צו אויפנעמען א שטאב מיט מענטשן צו קלויבן די ווייץ, אז זייער ווייץ איז טאקע כשר אבער א בדיעבד וגם, מיט דעם וואס רביה"ק איז 2 יאר געגאנגען קיין אריזאנע, האט ער ווידער געשיקט א קלארע הוראה לדורות פאר זיינע תלמידים וחסידים, אז לבו נוקפו איבער די היזיגע מצות, און עס איז קלאר נישט קיין לכתחלה שבלכתחלה, ממילא, רצה ר' אהרן שליט"א לזכות את ישראל, לפיכך האט ער מיט גרויס סייעתא דשמיא אהער געשטעלט די זעלבע חומרה'דיגע ווייץ ווי אלע אונזערע רבי'ס ובפרט, רבינו הקוה"ט זי"ע וואס זיי האבן שטענדיג געהאט די פרעוויליגיע צו האבן, נקי לגמרי מחשש מצומחות ומבוקעות, און מיט דעם פארפולקאמט די לאנגער וואונטש וואס רביהקוה"ט האט אזוי געלעכטס, אז אלע אידישע קינדער זאלן קענען האבן ווייץ למהדרין מן המהדרין, עס איז ברור אז רבינו ז"ל איז איהם זיכער מכיר טובה, אשרי לו! וואס יא, דא קען יא נולד זיין א גאר אונטערסאנטער שאלה, וואס איז ווערד פאר רבנים ותלמידי חכמים צו מברר זיין, אבער נישט און די כשרות פון די אריזאנע מצות צו עס הייסט זאלציג, דאס איז לפע"ד הבלי הבלים ואין להם שחר, נאר דער ריכטיגע שאלה איז ווי ווייט מ'קען זיך סומך זיין אויפן טעכנאליגיע פון לעברעטאריעס צו מברר זיין קאמפליצירטע שאלות הלכה למעשה, איך האלט אז עס ס'דא א סברה לומר אז דאס קען זיך גרעניצן מיט ממש עקירת דת ודין תורתינו, אז מ'נעמט א גאנצער יורה דעה, ח"א, מיט אירע שווערסטע מקצועות, און מ'איז אלעס דוחה פאר א לעברעטאריע רעזאלט, כאילו ח"ו אונזער חז"ל ושו"ע איז נישט געווען אזוי רעפונירט ווי דער לעברעטאריע, רח"ל, תוצאיו מי ישורנו, דאס אמאל זיכער אז איינער וואס האט מורא פון "חדשות", פון זאכן וואס מ'האט קיינמאל נישט געזען ביי אונזערע זיידע זייט קבלת התורה, איז א דבר פשוט מאוד וועט זיכער שטיין גאר ווייט פון אזא זאך, ספעציעל פאר די וואס דער חת"ס איז טייער ביי זיי וואס האט אונז געלערנט אז חדש אסור מן התורה, וכל המשנה ידו על התחתונה. (ראדני קינג)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2011 00:53 לינק ישיר 

איך לייג אריבער די תגובה דא עפ"י בקשת

איך וויל פרעגן פאר די אלע תלמידי חכמים דא וואס מסתמא קענען זיי גאר גוט לערנען, און אויך פאר די אלע שרייבערס וואס קענען גוט די מעשה.

איך פארשטיי נישט וואס איז פונקטלעך די לעב?

האט מען געגבען פארן לעב מצות אדער ווייץ?

ווער איז א עד נאמן אז דאס איז טאקע פון לאנג איילענד אדער אריזונא?

אויב איז דאס ווייץ קען איינער ברענגען ווי אין שו"ע אדער נושאי כלים ווערט געברענגט אז מע דארף שיקן ווייץ צו א לעב צו וויסן וויפיל זאלץ אדער צוקער דאס האט?

ווי ווערט געברענג בכלל דער איסור פון לייגן זאלץ און ווי דער איסור פון לייגן צוקער?

וויפיל איז די מאס צוקער וואס ס'איז דא אין די ווייץ?

צו ווייסט דער לעב אז אין ווייץ איז דא זייער אסאך צוקער, אסאך מער ווי זאלץ?

אויב איז עס געווען מצות נישט ווייץ

פון וועלעכע בעקערי איז דאס?

ווער איז עדות אז דאס איז טאקע פון די בעקערי?

אפשר איז די מצות פון לאנג איילענד ווייץ וואס מע האט געגבען פאר לעב באמת אריזונא?

אדער אפשר האט מען פארן עס געבען פארן לעב אריינגעמישט זאלץ אין די מצות.

און צו שווערסטען קשיא וואס איך האב

איז דא א מסורה אז אין מצרים, ארץ ישראל, בבל, פרס, ארץ ישראל, אדום, ספרד אשכנז, פולין, דייטשלאנד, אויבערלאנד, אונטערלאנד, וכו' וכו', האבן דארט די גדולי הדור געגבען פאר א לעב איבער צו קוקן זייער ווייץ פארן עסן?

האט דער רבי אין אמעריקא געגבען פאר א לעב דאס ערשטע יאר צו איבער קוקן די ווייץ?

איז טאקע א תורה חדשה מאתכם יצא?, אז פאר מע קויפט ווייץ (וואס עפ"י הלכה איז מותר לכתחילה שמירה משעת טחינה וכן נהגו רוב רובם פון די זיידעס פון לעפקאוויטש און יקאבאוויטש, אדער מהדרין זענען שמירה משעת קצירה), ווי איז גהערט געווארן אזא סילוף התורה אז מע דארף קוקן וויפיל זאלץ איז דא אין די וואסער, אדער אין די ווייץ?

זענען שוין מסלפים ערגער פון בלעם הרשע שהשנאה מקלקלת את השורה?






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 01:06 לינק ישיר 

די לעצטיגע טיפשות מיטן שרייען ''לעב'' ''לעב'' כאילו מ'זעהט עפעס אויף דעם לעב 
דינט אלס א סעמפל ווי זיי האלטען נעבעך
ווי זיי גייען אין וואנט אריין צו ניצן דוקא די ל''א ווייץ וואס מ'דארף צוקומען צו בדיעבד'ס אין מבטל זיין די מצומחות ומבקעות אפי' ערב פסח נאך חצות וואס לויט די גדולי הפוסקים ווערט עס נישט בטול
עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי ווייט די שנאה מקלקלת טראגט זיי נעבעך

מ'דארף זיין א טרוקענע עם הארץ צו צו זיין אזוי הייפער מיט די רעזולטס פין די לעב
קוקט אויס ווי לויפער מיט HQ זענען זייערע פוסקים

קודם זאל ער אויפווייזן אז ער די בעג וואס ער געשיקט אויפגעשריבן אריזאנע ווייץ איז טאקע געווען אריזאנע ווייץ אין לאנג איילענד איז לאנג איילענד
איר קענט פינקט אזוי שיקען א פעקל ווייץ צו א לעב אין ארויפלייגן א לעבל אריזאנע אדער ל'א
ספעציעל ווען מ'רעדט דא פין א מוחזק שקרן

צווייטענס ווי זעהט מען אז נאטירליכע סאדיום זאל זיין א פראבלעם אין שו''ע להלכה???
אין פארוואס האבען רבותיה''ק נישט געשיקט פאר קיין לעב צו זעהן וויפיל סאדיום די ווייץ האט
נאכדערצו ווען רביה''ק ז''ל האט אויך גענומען ווייץ 2 יאר פין אריזאנע וואס איז סותר זייער גאנצער בנין שקרים

דריטען'ס איין מאל די ביזט מודה אז דיין ווייץ האט אויך סאדיום מהיכי תיתי צו זאגען אז דיינס איז יא גיט?
נאך מער די טענה פין זאלץ איז געווען פין די ערשטע העצערייען קעגן די מהודר'דיגע ווייץ פין אריזאנע
אין דא זעהט מען קלאר אפי' לשיטתם אז לאנג איילענד האט גאר אויך די זעלבע סאדיום

ועל כולם ווי קען מען זיין אזא שקרן צו זאגען אז מ'האט געפילט א זאלציגע טעם ווען אין 100 גראם איז דא נישט מער ווי 36 מ''ג סאדיום????


וואס איך אבער נאך מער ארויס פין די גאנצע טיפשות
איז וואסערע פנים זייער דורכגעפאלענער וועד הכשרות האט
פאר א שטיק צייט צירוק האט זשיגאן זיך געכאפט אז איינס פין די זאכען וואס וואלט זיך אויסגעפלט פאר זיין פראפגאנדע וועט זיין א 'וועד הכשרות' אין ווייזן אז מ'טראסט אים יא
אומר ועושה מ'האט גלייך איינגעשפאענט א סטעף בראש פין 'שלום דייטש' אין געמאלדן גרייטקייט צו געבן הכשירים
ווי שוין דא באריכטעד: ממליחה הכשר ממנה שוחד און פלאמבער
ווען זיי האבען געזעהן אז דער טעלעפאן קלינגט נישט
אין איין גאנצע ד' על ד' סטאר אין וומ''ס האט זייער הכשר (צוגאב צו א צווייטע הכשר וואס דער סטאר האט פארמאגט) וואס איז שוין אויך פארשפארט נעבעך
האט מען אנגעהויבן ארומצולויפן צו קאמפעניס בעטן אז זיי זאלען לאזען לויפן א שיפמענט מיט זייער הכשר, צוזאגענדיג גאלדענע גליקן
קודם זענען זיי געווען ביי קדם ווי יעדער געדענקט וואס מיט די שירה גרעיפ זשוס איז געווארען מ'האט עס שוין געהאט אדערווערטייזט ביי די שושן פורים טיש מיט א ''פיקטשער'' פין די באטעל
דערנאך האבען זיי פראבירט ביי די ליבאוויטשער מילך וואס איז שוין אויך נעבעך נישטו צו באקומען
ביז ענדליך האבען געטראפען א סטאר וואס די אלטע הכשר האט זיי געכאפט ביי פארלענצונגן
אין זיי האבען זיי גלייך צוגעכאפט דערצו נאך באותו יום
בלייבט זיי נאר איבער צו זיצן מיט אזעלכע ווי HQ אין לויפער אין טרעפן פראבלעמן אין ווייץ וואס עס רעגנט נישט די גאנצע צייט פינעם שניט...
די גאנצע וועד הכשרות האט אזא פנים ווי זשיגאן אליין'ס
דער יואלי ברעכער ווייזט נישט ווי גיט ער האט מסדר געווען זיין אייגענער דורכגעפאלענער ביזנעס






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2011 02:13 לינק ישיר 

למען האמת ווייס איך נישט צו ס'איז געזאלצן צו געציקערט, מעקסיקאנע גוים צו יונגעלייט, ארויף צו אראפ,

איין זאך איז זיכער, דאס אז ר אהרן האט זיך אויפגעשטעלט און דעקלערט באמבאסטיש אז
"זיי, (זיין טאטע און גרויסן פעטער ז"ל) האבן ארויסגענומען א היתר פון טאש און מכשיל געווען יודן מיט לאנג-איילענד ווייץ"
(וואס איז אגב די זעלבע ווערטער, אויף וואס דער קאשויער האט געקריגן א עפ"ל פארציע...)

דאס האט אים פיין בעקפייערט,
און דערוויל האט ער כסדר זיך געדארפט פארענטפערן מיט קאקאו-כלי-וכו' דרשות, גייענדיג אויף די דעפענסיוו און אפפענסיוו,
ווערנדיג צו שאנד און צו שפאט!



תוקן על ידי סטראבערי ב- 14/02/2011 02:16:33




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קרעדיט HQ:לכבוד חודש אדר: דאראגער-זדשיגאן באזאלצן אויפן קומעדיגן יו"ט פסח הבעל"ט....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext