בית פורומים אידישע געדאנק

לעב ריזאלטס: ארונישע אריזאנע מצות - ספק חמץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/2/2011 01:25 לינק ישיר 

עס האט גארנישט מיט קיין מסלפים, מען רעדט פון א חשש פון חמץ וואס די פוסקים זאגן אז זאלץ איז מחמיץ, אידן מחמירים וואס ווילן נישט חלילה נכשל ווערן אין חשש חמץ זענען חושש אז מצות וואס האט זייער א הויכע מאס סאדיום, אולי איז דאס חשש חמץ חלילה, און זיי ווילן זיך אפהאלטן, אודאי אויב איינער וויל מיקל זיין זאל ער טוהן וויאזוי זיין דיין זאגט, אבער חומרא'ס האט דאך נישט קיין שיעור בפרט ביי מצות, ובפרט ווען דער קולא נעמט זיך פון א התחדשות מיט ניצן ווייץ וואס וואקסט נישט געהעריג נאטירליך, נאר מיט קעמיקעלס,

דער קרית יואל'ער רב האט געזאגט חול המועד פסח ס"ב ווען מען האט געזאגט אז עס איז דא אן עירוב אין וויליאמסבורג, אז מען דארף נישט שרייען אויף איינעם וואס פארלאזט זיך אויפן עירוב, ווייל יעדער דארף טוהן וויאזוי זיין דיין פסק'נט פינקט ווי מען האט נישט געשריגן אויף מאשין מצות אדער די עושי מלאכה פאר רבינו תם זמן, דעריבער לשיטתו דארף מען נישט אראפרייסן די ארונים אלס אוכלי חמץ גמור אדער קאקאו עסערס ווי פלעטבוש און קווינס, אבער זיכער א בעל נפש איז מחמיר,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2011 02:45 לינק ישיר 

שארקאט כתב: 
דארט ווי מען שנייט פאר ר' אהרןס מצות איז פון פלעצער ווי עס רעגנט נישט און עס וואקסט מיט קעמיקעלס,

דער עצם מציאות אז עס וואקסט נישט נאטירליך נאר מיט קעמיקעלס איז א חידוש,

האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם, נעקס טיים ווען איר ברענגט אזא באמבע אויפטרעף אז עס וואקסט מיט קעמיקעלס -אזאך וואס אלע דיינים ומורה הוראה וואס זענען דארט געווען און אלע וואס טוהן אין די ווייץ  שרייען שקר וכזב- זייטס אזוי גוט און ברענגטס דעם מקור: הגאון הגדול הרב מדאראג שליט"א בן הרב החסיד האמיתי ר' שלום ז"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 02:48 לינק ישיר 

אוודאי איז עם א חידוש!!!!  עס איז נתחדש געווארן בשעת אברהם איז געזיצען ביים קאמפיוטער איז געטייפט דעם ספר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 05:53 לינק ישיר 

די מקומות אין אריזאנא ווי עס וואקסן די ווייץ איז מקומות שאין גשמים יורדין, און אויב עס רעגנט נישט אגאנץ יאר דארט קען נישט וואקסן נאטירליך קיין תבואה, איז לכאורה מער חידוש אז עס וואקסט אן קיין קעמיקעלס, אויב די האסט א לאגישן הסבר וויאזוי עס וואקסט אין מדבר ווייץ, פארצייל מיר דעם סוד אפשר קען איך מאכן וואקסן ביי מיר אין דיינונג רום אויך,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 06:30 לינק ישיר 

פישמאן, קיין עוולה אז מ'ווייסט נישט אלעס, אבער איר האט פאדריסלכע טעות,

דא האט איר א לשון פון רש"י הק' און ישעי' י"ט ה'

שכל שבח ארץ מצרים ע"י נילוס הוא שאין גשמים יורדים שם אלא נילוס עולה ומשקה אותה דרך יאורי' העשויים בידי אדם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 06:32 לינק ישיר 

דא האט איר א רש"י אין ויגש מ"ז פסוק י'

לפי שאין ארץ מצרים שותה מי גשמים אלא נילוס עולה ומשקה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 06:33 לינק ישיר 

מצרים איז נישט קיין מדבר, עס באקומען וואסער דורך קאנאלן, אבער די האסט פארגעסן די פסוקים אז אין מדבר איז נישטא קיין וואסער, חוץ אויב דיין רבי האט פארשאפט דעם בארה של מרים וואס האט געגעבן וואסער אין מדבר, עס איז נישטא קיין סועץ קאנאל פון ווי צו מאכן יאורים אריין צו די פעלדער,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 06:38 לינק ישיר 

סועס קאנאל איז לגמרי נישט דער נילוס,

דער נילוס רופט זיך די נייל ריווער,

און אין יומע אריזאנע לויפן דורך אפאר שמולע לעיקס פונקט ווי דער נילוס, איבער גענוג צו אנטרינקען די והותר ווייץ פעלדער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 07:38 לינק ישיר 

אפשר שטעלסטו אהער א מאפע פון דעם מקום ווי מען שנייט ווייץ ויבחנו דבריכם, אויסער דעם  טענה'ן די מערערים אז דער ערד פון מדבר איז נישט מקבל קיין צמיחה נאטירלעך, דעריבער מוז מען ניצן קעמיקעלס, אפילו אויב מען גיסט שוין וואסער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 17:26 לינק ישיר 


די גאנצע רעדעריי דא איז פשוט פון בויך סברות

יעדער איינער וואס שרייבט דא קען טשעקן אויפ'ן כלי און זען אז דאס יאר האט באותו מקום ווי מע שניידט די ווייץ אראפ געגאנגען א שניי נישט נאר א רעגן,

אויף דעם פלאץ רעגענט פונקט ווי אין ארץ ישראל 2-3 חדשים און איינמאל אין א יובל א שניי

דאס איז נאר למציאות הדברים, לגבי שנאה שמקלקלת את השורה, לאז איך פאר תלמידי בלעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 21:49 לינק ישיר 
קורצע סך הכל

פאקטן:
ו) ר' לויפער טענה'ט אז מ'באוואסערט די פעלדער מיט כעמיקאלן, צד מהר"א לייקנט.
2) ר' לויפער טענה'ט אז עס רעגנט דארט נישט, צד מהר"א לייקנט.
3) ר' לויפער טענה'ט אז די מצות זענען זאלציג, צד מהר"א לייקנט נישט (לכאורה)

מיינונגען:
ר' לויפער טענה'ט אז באזירט אויף זיינע פאקטן זענען די מצות לכה"פ חשש חמץ. צד מהר"א נישט מחולק מיט דעם, זיי האלטן נאר אז היות די פאקטן זענען נישט אמת, ממילא זענען אלע טענות מעיקרא ליתא. 

דעתי העניה:
אויב די פאקטן זענען נישט אמת איז דאך נישט דא וואס צו רעדן.
אויב די פאקטן זענען אמת, איז:
1) די זאלץ אישו איז לכאורה נישט מעלה ומוריד.
2) די כעמיקאלן ווי אויך די באוואסערן אישו, זענען לכאורה מאסגעבנדע סיבות פאר א אפגעהיטענעם יוד אוועקצושטיין דערפין

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2011 16:54 לינק ישיר 

אויטענטיש. דער רבי ז"ל האט דאס נישט געוואוסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2011 19:17 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
אויטענטיש. דער רבי ז"ל האט דאס נישט געוואוסט?

אז וואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2011 22:24 לינק ישיר 

אויב וויל מען אטאקירען די אריזאנע מצות, די זאלץ אישו איז קיין אישו~!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער רבשו"ע האט אריין געלייגט אין די טבע אז ווייץ, בארבע פינות העולם, וואקס מיט א געוויסען פערצענט סאדיום.

דער סטאנדארד לויט די ביכער איז 2MG פער יעדע 100GM!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

אונזער מצות, לאנג איילענד 7MG איז א קשיא און אריזאנע מצות 36MG איז 5 מאל אזוי א קשיא!

אבער א קשיא איז אויף ביידע,

לוק פאר ענאדער ענגעל!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2011 09:02 לינק ישיר 

דורכברוך פון די סר הסבלנים!!

Arya leib glantz having now a meeting with sanitation to stop use SHTEIN ZATLS on snow and will start use the ARIZONA WHEAT

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > לעב ריזאלטס: ארונישע אריזאנע מצות - ספק חמץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.