בית פורומים כל העולם כולו

רבותי: היינט נאכט וועט די מצה בעקערי טיילן געלט און ביהמ"ד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/2/2011 20:52 לינק ישיר 
רבותי: היינט נאכט וועט די מצה בעקערי טיילן געלט און ביהמ"ד


יעצט איז געקומען א מעלדונג פון הרב אלי' הערשקאוויטש דער מענדזשער פון די מצה בעקערי אז היינט נאכט גייט די מצה בעקערי טיילן געלט פאר אלע וואס האבן פאראיאר געבאקן מצות.

נאכדעם וואס אסאך פון די קונדן פון פאראיאר האבן באקומען מצות אן א זאלץ, נאך א קליינע טעות פון די בעקערי, וועט די בעקערי צוריק געבען געלט פאר אלע קונדען וואס האבן נישט באקומען קיין געזאלצענע מצות.

די בעקערי האפט אז דאס יאר וועלן אלע באקומען מצות מיט זאלץ.

די וואס ליידן אויף זאלץ וועלן קענען גיין קויפן אויף בראדווי



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 00:18 לינק ישיר 


איך האב איבער געלייגט די תגובה אויפן ערשטען אשכול פון די נושא נישט צו מאכן א דאפעלטע אשכול

איך וויל פרעגן פאר די אלע תלמידי חכמים דא וואס מסתמא קענען זיי גאר גוט לערנען, און אויך פאר די אלע שרייבערס וואס קענען גוט די מעשה.

איך פארשטיי נישט וואס איז פונקטלעך די לעב?

האט מען געגבען פארן לעב מצות אדער ווייץ?

ווער איז א עד נאמן אז דאס איז טאקע פון לאנג איילענד אדער אריזונא?

אויב איז דאס ווייץ קען איינער ברענגען ווי אין שו"ע אדער נושאי כלים ווערט געברענגט אז מע דארף שיקן ווייץ צו א לעב צו וויסן וויפיל זאלץ אדער צוקער דאס האט?

ווי ווערט געברענג בכלל דער איסור פון לייגן זאלץ און ווי דער איסור פון לייגן צוקער?

וויפיל איז די מאס צוקער וואס ס'איז דא אין די ווייץ?

צו ווייסט דער לעב אז אין ווייץ איז דא זייער אסאך צוקער, אסאך מער ווי זאלץ?

אויב איז עס געווען מצות נישט ווייץ

פון וועלעכע בעקערי איז דאס?

ווער איז עדות אז דאס איז טאקע פון די בעקערי?

אפשר איז די מצות פון לאנג איילענד ווייץ וואס מע האט געגבען פאר לעב באמת אריזונא?

אדער אפשר האט מען פארן עס געבען פארן לעב אריינגעמישט זאלץ אין די מצות.

און צו שווערסטען קשיא וואס איך האב

איז דא א מסורה אז אין מצרים, ארץ ישראל, בבל, פרס, ארץ ישראל, אדום, ספרד אשכנז, פולין, דייטשלאנד, אויבערלאנד, אונטערלאנד, וכו' וכו', האבן דארט די גדולי הדור געגבען פאר א לעב איבער צו קוקן זייער ווייץ פארן עסן?

האט דער רבי אין אמעריקא געגבען פאר א לעב דאס ערשטע יאר צו איבער קוקן די ווייץ?

איז טאקע א תורה חדשה מאתכם יצא?, אז פאר מע קויפט ווייץ (וואס עפ"י הלכה איז מותר לכתחילה שמירה משעת טחינה וכן נהגו רוב רובם פון די זיידעס פון לעפקאוויטש און יקאבאוויטש, אדער מהדרין זענען שמירה משעת קצירה), ווי איז גהערט געווארן אזא סילוף התורה אז מע דארף קוקן וויפיל זאלץ איז דא אין די וואסער, אדער אין די ווייץ?

זענען שוין מסלפים ערגער פון בלעם הרשע שהשנאה מקלקלת את השורה?

תוקן על ידי בחצרסטאמאר ב- 14/02/2011 00:57:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבותי: היינט נאכט וועט די מצה בעקערי טיילן געלט און ביהמ"ד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext