למכה מצרים בבכוריהם: מלחמה צווישן עקשטיין און הורוויץ פלאקערט!
דוד עקשטיין איז אריין אין א מלחמה מיטן כולל הנהלה בראש פון אלישע שמואל הורוויץ, הנקרא מעידאף, אין סטראשעט אז ער האט אויסגעפירט ביי די רבעצינס שול אין די כולל איז נעקסט,
ער האט ארויסגעהאנגען א צעטיל אז ער גייט אפהאקן די לעקטער פונעם כולל, ווייל ער דארף נישט אויסהאלטן דעם כולל מיט לעקטער.
אין אז וועט נישט העלפן גייט מען אפהאקן די סוער, אין אויב דאס וועט אויך נישט העלפן קומט ער מיט א טרעקטאר אין ער וועט ווייזען ווער עס איז בעל הבית.
נאה להם ונאה לעולם
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 18/02/2011 11:29:28
נשלח ב-15/2/2011 19:56
יעצט פארשטיי איך שוין וואס דאס איז, מיין חבר שיקט מיר אין אישי
Tweet from @SatmarMatzav
------------------------
@SatmarMatzav: Letter from Khul Regarding The Electricity Issue In Kolil Of KJ http://twitpic.com/3zwtt4http://twitpic.com/3zwugq
עס איז זייער נישט קלאר די צעטל אבער איך האב פארשטאנען בערך פון וואס עס רעדט זיך.
נשלח ב-15/2/2011 19:58
אבער איז נישט דוד'ס "מאסרי" פון די "מבצרי הכוללים" אינגעלייט?
און וואו וועט דער עם הארץ פירן זיין הייליגע פרייטאג-צונאכטס טיש אן א עלעקטערי?
נשלח ב-15/2/2011 20:07
אה... וויאזוי ער וועט פירן טיש? ער וועט מוזן "סובל זיין" די אפגעהאקטע לעקטריק אין כולל בנין, נישט ער האט געזאגט טאקע דארט ביים טיש אז שוין יארן וואס ער איז אזא גרויסער סבלן?
נשלח ב-15/2/2011 20:29
גרוש הוראוויץ האט זיך שוין אומגעקערט מיטן טשערי פיקער פונעם גרוש אבותינו טריפ ווי עס איז גווען געפלאנט צו מאכן א אבן הפינה אין סיגעט, יעצט וועט ער קענען ווידעראמאל אויספירן די שליחות פון דוד עקשטיין אין וועט אפהאקן די לעקטער
נשלח ב-16/2/2011 02:18
די פרשה איז שוין גאר אלט, און דער סכסוך במלואה האט שוין אויסגעבראכן חודש חשוון. איך האב נאר נישט געזען קיין סיבה עס צו שרייבן, ווייל נישט יעדע זאך איז למ"ב. די וואך האט עס אויסגעפלאצט ווען קהל האט איין טאג אויסגעלייגט צעטלך אין היכל הכולל מיט זייערע טענות, אריין גערעכנט א אנבאט צו אקאמאדירן דערווייל די כולל אנגעלייט אין היכל ראזענבערג. און דעם אנדערן טאג האט דער כולל ארויסגעלייגט זייערע טענות.
מאנטאג איז או ענד אר שוין געווען אן סין אויס צו לעשן די לעקטער. די לעצטע מינוט איז אברהם ווידער געקומען צולויפן און מנדב געווען / אויסגעלייגט די סומע און פארמיטן א כמו סקווירא עפיזאד.
_________________
נשלח ב-16/2/2011 03:46
דאס פארמאכן לעקטערס שטאמט נאך פון דזשיגאן פון ווען איז געזעצן מיט פארמאכטע לעקטערס 5 אזייגער פארטאגס אינעם הויז אויף בעדפארד עוו. ווען ער האט געפלאנט זיך אויפצונעמען אלץ רב הצעיר, אבער די אקציע מיט די פארלאשענע לייט איז בחסדי השם דורכגעפאלן ווען ר' מענדל ברילל איז אנגעקומען אין געטראפן די לעקטערס פארמאכט אין דזשיגאן זיצט דארט, זינט דעמאלטס לויפט נאך דזשיגאן ארום פארמאכן לעקטערס.
נשלח ב-16/2/2011 04:14
פאלגענד איז די 4 זייטיגע ענטפער פונעם כולל צי דוד עקשטיין (געכאפט מיט א סעלפאן)
איך האב ערהאלטן אלע דאקומענטן אין אימעיל. די מלחמה דארט גייט עד לב השמים. אפילו דער גרויסער קאפ גאלדבערגער מיטן קראלער מרדכי אלעזר הירש האבן שוין אונטערגעשריבן אויף א קול קורא וואס רופט אויף א שלום אפמאך צווישן די צוויי צדדים. איך האף באלד ארויפצושטעלן די דאקומענטן.