איצט איז די חוצפה שוין געגאנגען א שטאפל ווייטער, א יונגערמאן אויף ליפא פריעדמאן האט איין נאכט באמערקט א גרופע צוגאנערס באמיסטיגן די קרית יואלער גאסן מיט זייערע עקלדיגע פאשקעווילן, און האט גענומען פון זיי א פיקטשער מיט זיין סעלפאן אינמיטן די עבודת הקודש איז צוגעגאנגען עטליכע מציונים און אים צוגעכאפט דעם סעלפאון אבער אים נישט פריי געלאזט איידער זיי האבן אים צעשלאגן און צעביילט און צעמזיקט די גלעזער דער יונגערמאן קוים ארויס מיטן לעבן און האט תיכף גערופן פאליס אבער ס'נישט געווען וועם צו ארעסטירן ווייל ביני לביני זענען די חברה צוריקגעלאפן צו די גמרא'ס.. איצט האט דער יונגערמאן געטון די זעלבע וואס דער מסור סרוגא האט געטון, און מיטן אייבערשטן'ס הילף וועט דער זשאדש געבן דעם אומשילדיגן בחור זיין פארדינטן מתן שכרו בצידו למען ישמעו.
נשלח ב-24/2/2011 04:31
די טאטע פון די שלעגערס האט ביי א געלעגנהייט געזאגט "עס זענען דא זיבעציג לשונות" דאס איז די לשון וואס זיי פארשטייען, אז זיי ווילן שרייען מוסרים זאלן זיי שרייען מסור אויף גערי שלעזינגער וואס איז דארט פון די שענסטע אידן כאטשיג ער האט אריינגעלייגט זיין פעטער אין תפיסה.
_________________
נשלח ב-24/2/2011 04:43
איך בין נישט באקאנט מיט די פרטי המעשה, אבער מסר'ן א יוד, אפילו ווען עס קומט אים, איז פין די חמורות שבחמורות, עס איז זעכער דא אופנים ווי מען מעג מסר'ן, אבער פארשטייט זיך אליין אז אזא דבר חמור קען זיך נישט יעדער אליין פסק'נען פאר זיך, עס דארף האבן די הכרעה פין א מורה הוראה מובהק. און עס איז בכלל נישט מעלה ומוריד צו ער איז א מצוין אדער א ביר ווארפער.
נשלח ב-24/2/2011 04:47
נישט צום גלייבן מיט וואספארע רציחה די תלמידים פונעם עם הארץ האבן זיך אינזדיקעוועט אויפן יונגערמאן פארן בלויזן חטא פון כאפן א בילד ווי די מציונים ווארפן שמיציגע פאשקעווילן אויף די מאנרויע גאסן, ווער ס'האט געזעהן דעם יונגערמאן האט געזאגט אז ער דארף גומל בענטשען.
א געניטע אינוועסטיגעיטער איז אינוואלווד אין די קעיס אין נאך א גרינטליכע אויספארשונג צו אדענטיפייען די ברוטאלע שלעגער האט מען א גענוי ליסטע פון אלע מציונים-שלעגער מיט זייערע בילדער.
דער הויפט טעראריסט וועמען ס'ווארט יעצט זיין טאג אין געריכט קען אויסשטיין פון צוויי ביז פיר יאר אויב געפינט מען אים שולדיג, געוואנדען אין די ריכטער, וועעלעכע קען אים אויך אפטרן מיט א קרימענאלע רעקארד.
אזוי אויך ווייסט די פאליציי פון דער על קברו-משגיח וועלעכע האט געווארנט פארן בחור צי אנטלויפן פון ישיבה פון די פאליציי אין מאסרי'ס קאר, אלעס איז דאקומענטירט,
תושבי קרית יואל קענען אנהייבן אפאטעמען אז די טעראריסטן- תלמידיו של אהרן וועלעכע פרובירען אנציהאלטען זייער רישעות עד כדי רציחה ממש, וועט מען אלע שטעלן אויפן פלאץ, די טעראר מיז זיך אפשטעלן פאר יעדע פרייז, אין די איינציגסטע שפראך וואס די באנדע פארשטייען איז די געריכט.- אנדערש וועלן זיי פארזעצן מיט זייער רציחה.
זעלבסט פארשטענדליך אז מהאט פרובירט צו פארהאנדלען מיט די בחורס עלטערן אבער אן ערפאלג.
יעדע פאני קאלל וואס די מתמידים פון מאנרוי האבן נישט געשפעטיגט צוצישטעלן ווערט נאכגעקיקט- ארדענונג וועט ווערן.
נשלח ב-24/2/2011 05:32
אויטענטיש כתב:
איך בין נישט באקאנט מיט די פרטי המעשה, אבער מסר'ן א יוד, אפילו ווען עס קומט אים, איז פין די חמורות שבחמורות, עס איז זעכער דא אופנים ווי מען מעג מסר'ן, אבער פארשטייט זיך אליין אז אזא דבר חמור קען זיך נישט יעדער אליין פסק'נען פאר זיך, עס דארף האבן די הכרעה פין א מורה הוראה מובהק. און עס איז בכלל נישט מעלה ומוריד צו ער איז א מצוין אדער א ביר ווארפער.
עס איז א דבר פשוט אויב וואלט איר געווען דער אימשילגער קרבן פון די ברוטאלישע ארוינישע חיות וואלט איר אוודאי נישט געפרעגט די נארישע פראגע אויב מען מעג ריפן די פאליציי????
און אויך דער ענטפער צי אייער פראגע איז טאקע "יא יא -- די רבנים האבן דא טאקע אויך געפסקנט אז עס איז א מצווה איבערגעבן די חיות צו די פאליציי וואס מען זאל די רוצחישע הענט אריין זעצן למען ישמעו ויראו ולא יזידין עוד"!!!
נשלח ב-24/2/2011 05:38
די ארוינישע אכזריותדיגע אטאקע אויף דעם טייערן אימשילדיגן אינגערמאן
משום כבודו לייגן מיר נישט די אנדערע בילדער פון זיין פאבליטיגטע פנים וואס ער האט שרעקליך געליטן און איז געווען אין שרעקליכע סכנה ר"ל
און די ארעסט האט טאקע נאר געווארט ביז אהער ווייל עס האט געדארפט ווערן אויסגעארבעט ע"פ תורה ע"פ פסק ההלכה מגדולי הוראות שליט"א
תוקן על ידי 1satmar ב- 24/02/2011 05:51:51
נשלח ב-24/2/2011 05:40
סאטמאר נאמבער איינס. דאס אז איך וואלט זיך פארלוירן בשעת נסיון איז נאך נישט קיין היתר צו מסר'ן, און ניין! עס איז בכלל נישט קיין נארישע פראגע צו פרעגן אויב מען מעג רופן פאליציי, ביי אי יוד הייסט נישט נאריש ווען מען פרעגט וואס די הלכה איז, אפילו אויב דער תירוץ איז אז יא. נאכאמאל איך ווייס נישט וואס די מעשה דא איז געווען, איך האב נאר אזויפיל מעורר געווען אז ווען מען שרייבט מען האט גע'מסר'ט ברויך עס זיין געבויעט אויף א פסק הלכה פין א מורה הוראה מובהק.
נשלח ב-24/2/2011 06:09
אויטענטיש האסט שוין איינער אמאל געזען אז א מסור זאל מודה זיין אז עס איז א הארבע זאך צו מסרן ????
נשלח ב-24/2/2011 06:14
איך האב יעצט געזען יואלי לאנדא מיט די מאלפע נאז אין גריל אן ליע זייענדיג פארטיפט אונעם בילד ער געט א שריי אויס "א קרעציגע קאפ"...
נשלח ב-24/2/2011 16:57
סאיז אינטרסאנט ווי אזוי די קעפ ביי די ארונים ארבייטן דער בחור וואס מהאט אויף די באפעל פין עטליכע רבנים דיינים ארייגעבען די קלאגע דער בחור האט נאך תיכף יענע פאר טאג אריין געבען א פאלטשע מסירה אקעגן א אימשלדיגע יונגערמאן דעס מעג מען אבער ווען מ'קלאגט ברשות אן דעם שלעגער אין אויך שוין ליידער א מסור דעמאלטץ הייבט מען אן צי שרייען מסור מסור נאר וואס דען "הא לן והא להו"
תוקן על ידי דער_אקס ב- 24/02/2011 17:02:43
נשלח ב-24/2/2011 18:52
די ארונים האבן עקסקלוסיוו רייטס אויף מסירה, קיינער טאר נישט נאר זיי
דאכט זיך אז עס ווערט געפאסקנ'ט אז מען מעג מסר'ן איינעם וואס איז עלול אויף רציחה
נשלח ב-24/2/2011 19:24
אויטענטיש טייערער, קיינער האט נישט מתיר געוועהן דא קיין מסירה, אין אזוי אויך איז קיינער נישט מחיוב אויסצולייגן זיינע זאכן אויף היידפארק פאר אפאר ליידיגייערס וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן טאג, איין זאך קען איך דיר גארענטירן, (איך האב מורה אז דו וועסט נישט שלאפן ביינאכט אן דעם) אז מען טוט גארנישט אן קיין קלארע פסק פון אויסגערופענע מורה הוראה, דאס איז גענוג פאר דיר דיר? אדער דו מוזט נאך וויסן ווער אויך כדי די ביליגע יונגאטשעס אויף כל העולם זאלן קענען פון זיי ליצנות מאכן?
איר כאפט וואס דא גייט פאר? די דיינים וואס פאסקענען פאר א יונגערמאן וואס צו טון ווען ער קומט אונטער רציחה, באקומט אזא פארציע, ווילסט נאך אלץ מיר זאלן ענק אפגעבן דין וחשבון וואס מיר טוען? מיר האבן מורה הוראה גדולי התורה וואס האבן שוין געקענט ש"ס ופוסקים ווען ענקער רבי האט נאך געגעסן בלעק אין ווייטס אגאנצן טאג, גיי זוך דיר אנדערע מצוות צדיקל, אין ברעטשע נישט אזוי אז עס טוט דיר ווי מסירה, אויס טוט דיר עס טאקע אזוי וויי, גיי וואש אפ ענקער ראש הקהל עקשטיין וואס ער איז די רבי פון די מוסרים בדורינו.
נשלח ב-24/2/2011 22:07
הער קעניג, ס'קומט מיר נישט אזא טאץ זלזולים נאר פאר'ן פרעגן די לעגיטימע פראגע ''ווער האט מתיר געווען?", דו זאגסט אז עס איז דא א היתר? גוט. איך הער. אין עס איז קעיס קלאוזד. אבער בכל אופן איז די פראגע זייער אין פלאץ, און דארף בפירוש יא געפרעגט ווערן יעדעס מאל ווען איינער גיבט איבער א יוד פאר די אוטאריטעטן.