|
|
| נשלח ב-28/2/2011 23:26 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | נעבעך די זאליס זענען זייער דערביטערט אז די אהרונים מאכן זיך נישט וויסענדיג פון די גאנצע מסיבה, סגייט קיינעם נישט אן אז דער גז''ל האט זיך ארויף געכאפט אויפן וואגן פון שמידל, די זאליס האבן שוין פאברעצירט פאשקעווילן, זיי האבן שוין פאברעצירט היידפארק קאפיעס און אין פוצה פה ומצפצף, סאיז כלא הי', זיי וואלטן זייער געוואלט עפעס א רעאקציע פון די אהרונים, עפעס א דרשה, עפעס א בלאט ארטיקל, און סאיז נישט בנמצא, זיי טראגן אזא פנים ווי דער אפגעריסענער לויפער מיטן שארמאשער וואס ווילן נעבעך עמעצער זאל זיי ענטפערן, זיי וואלטן זיך שוין געפרייט מיט עפעס א ענטפער אפילו פון ר' יוסף בראך נ''י, אבער א ענטפער זאל קומען, און ליידער לא עלינו ולא עליכם קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג, די אהרונים שטייען און לאכן אין די פויסטן, און לויפער שפרינגט ווי א צאפ. נעבעך א רחמנות אויף די קעלבלעך. ליבי ליבי על חלליהם. |
|
די אהרונים האבן זיך מער נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן זיי האבן פשוט געמוזט אויספלאצן פאר געלעכטער, הא?...
פייוו בארא איז שוין צוריק דא מסביר זיין מיט א גאנצע לאנגע דרשה פארוואס ער רעדט עכט נישט וועגן נעכטן, ווייל, קאטלער האט נישט געוואוסט אז אתרא קדישא איז השחתה, ווייל ער האט בסך הכל געוואלט העלפן אפאר יודן פון פייוו טאונס, ווייל ער האט צום סוף נישט גערעדט פון אתרא קדישא נאר פון תחיית המתים, ווייל די ראשי ישיבות ווי הרה"ג ר' מלכיאל, ר' ירוחם אלשין, ר' דוד צבי שוסטאל, ר' מתתי' סאלאמאן שליט"א זענען קיינער נישט געקומען צו די מסיבות, א.א.וו. מ'פרובירט נעבעך אויף אלע מיטלען צו טרייסטן די קעלבער אז עכט עכט עכט, במצפונות לבם, ווייסען אלע ווי פארדארבן אתרא קדישא איז און ווי רעכטפארטיג אהרלע יאקטער איז, אבער די לעיקוואדע גדולים האבן זיך געבראכן צו די טעראר פון די אתרא קדישא מאפיאנערן, און אריינגעפיפן אויף הרי"ש אלישיב און אנשטאט געהאלפן ר' דוד שמידל. נעבעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 23:41 |
|
| |
עס איז כדי צו ליינען די זעלטן/אנגעווייטאגטע דרשה פון פייוו בארא
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 00:17 |
|
| |
גארנישט אזוי זעלטן. ער פרובירט נעבעך אלעס אבער ס'גייט אים נישט, ער האקט שוין אויף אתרא קדישא פאר א לענגערע צייט, ער האט שוין פרובירט אנצושמירן וואס אימער נאר מעגליך אויף דעם הייליגן מוסד, אבער אן ערפאלג. ולעיקוואד יוכיח. דעריבער איז דער ווייטאג אזוי גרויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 01:49 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 04:57 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 04:58 |
|
| |
Monday February 28, 2011 1:47 PM [Video and photos below.] Rav Zalman Leib Teitelbaum of Satmar paid a special visit to Lakewood, NJ, yesterday to participate in and address an asifa for Asra Kadisha, the renowned organization dedicated exclusively to the cause of chessed shel emes, protecting and reburying the remains of the niftarim. Asra Kadisha is comprised of a cadre of dedicated volunteers, shouldering the massive expenses of reburials and political networking, under the auspices of Rav David Shmidl, talmid and former ben bayis of the Chazon Ish. The Brisker Rov originally sent Rav Shmidl, rosh kollel of Mesivta D’Rav Yochanan in Tiveria, to stop the desecration of the Rambam’s kever, and ultimately, Rav Shmidl was appointed by gedolei Yisroel to serve at the helm of Asra Kadisha, a position he has maintained for some fifty years. Upon his arrival in Lakewood yesterday afternoon, Rav Zalman Leib visited the Vorhand residence in Whispering Pines and the Satmar Dayan, Rav Mordechai Bezalel Klein. Following a private reception in the evening, Rav Zalman Leib visited Rav Malkiel Kotler, rosh yeshiva of Beth Medrash Govoha, at his home on Fifth Street. Both Rav Kotler and Rav Zalman Leib shared brief divrei bracha, before walking, accompanied by a large crowd, to the Cheder Bnei Torah building one block away, on Fifth Street, off of Madison Avenue, where the Asra Kadisha event was held
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 05:25 |
|
| |
אוי האט די גרויסע ראש ישיבה א טראט געטוען מיט כח אויפן גרויסן ארוני באלאן
די ארוני'שע 10 יאריגע בּאַלאָן האט געקראַכט ווי א זייפן בּלאָז!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 06:51 |
|
| |
שמעתי אז ס'איז געווען זייער א שיינע באזוך, און א גרויסע קידוש השם. סוף הכבוד לבוא! אפי' אן אלע נערי'שע פראפאגאנדע קומט די רבי העט העט ווייטער ווי דזשיגאן מק"י
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 19:43 |
|
| |
פארוואס איז נישט משה גבאי מיטגעפארן אויף לעיקוואד?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 20:43 |
|
| |
עס קומט צום לאכן ווען מ'ליינט די נארישע טרייסט ווערטער מיט וואס מ'פרובירט צו בארוהיגן די קעלבער אז ר' זלמן לייב איז קאפוט, זילטש און זערא.
צווישן איינע פון זיינע געבעקסן שרייבט דער פייוו בארא, אז הגרי"ש אלישיב האט אנגערופן צום שטוב פון ר' מלכיאל, און זיך געלאזט הערן מיט זיין מיינונג אויף אתרא קדישא, און לכבוד דעם האט ר' מלכיאל גערעדט פון תחיית המתים אנשטאט אתרא קדישא, ע"כ. ווידעראום דער אנדערער שרייבער רב יאנקל טרומפייטערט גאר אז די אהרונים וואלטן געקענט צונישט מאכן די גאנצע מסיבה אין לעיקוואד ווען זיי ערלעדיגן ווען א טעלעפאן רוף פון אהרלע יאקטער צו ניסים קארעליץ, און פון ניסים קארעליץ צו זיין בית דין, און פון זיין בית דין צו ר' מלכיאל קאטלער.
קען מיר איינער מסביר זיין איין טראפ לאגיק, עס איז נישט קיין סוד אז רב אלישיב איז דער העכסטער תורה אויטאריטעט ביי די ליטווישע, איר האט איין הוו"א אז ווען רב אלישיב מאכט איין טעלעפאן קאל צו ר' מלכיאל, און געט בלויז א קרום מיט די נאז אויף אתרא קדישא וואלט ר' מלכיאל נישט מבטל געווען די גאנצע אקציע כעפרא דארעא?
נאר וואס דען, מ'פרובירט נעבעך מיט אלע מיטלען צו מחזק זיין, און שוין נישט די אהרונים, זיי דארפן נישט קיין חיזוק, זיי זענען דאך פרייליכע מענטשן וואס באדערט זיי בכלל נישט אז ר' זלמן לייב לעבט בכלל און אז ער איז אפילו געקומען קיין לעיקוואד (קוקטס נאר אין כל העולם ווי "פרייליך" זיי זענען..). דער חיזוק דארף מען פאר איין לב נשבר: דער דזשיגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים. ער איז דער וואס האט זיך איינגערעדט אז ער האט די גאנצע ישיבה'שע וועלט אין זיין בוזעם טאש און דא איין פראסק נאכן צווייטן, זיי קומען אלע אפגעבן דעם כבוד פאר זיין קליינע ברודער ר' זלמן לייב.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 21:30 |
|
| |
פאקטן, דער פאקט איז אז עס זענען אנוועזנד געווען הרה"ג ר' מלכיאל, ר' דוד צבי שוסטאל, ר' מתתי' סאלאמאן. האסט נאך עפעס צו פרעגן, פרעג.
*
עס איז אינטערעסאנט אגב אנצומערקן, אז דער גאנצער אויפנאמע וואס הרה"ג דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעשטעלט פאר רבינו שליט"א ביי זיך אין שטוב איז גאר א זעלטענער זאך. לעיקוואדער אידן האבן דערציילט אז זיי דענקן נישט נאך איין חסידישער רבי זאל האבן א קבלת פנים ביי ר' מלכיאל אויף אזא שטייגער.
תוקן על ידי סענעטאר ב- 01/03/2011 21:34:03
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 23:36 |
|
| |
פארוואס זאל איך דיר גלייבּן אן בּילדער וואס זאל עס פּראווען, איך גלייבּ נישׁט אז פּונקט דאן האט מען נישׁט געכאפּט קיין בּילדער. וואלסטו געגלייבּט צד מהר״א אין אזא פאל? איך האף בּיסט נישׁט בּרוגז אויף מיר, איך וויל נאר וויסן די פאקטן
|
|
|
|
|