בית פורומים אידישע געדאנק

הכונו: האס און קללות ערווארטעט אין בלאט/אינטערנעט אין די קומענדיגע טעג!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/2/2011 09:46 לינק ישיר 
הכונו: האס און קללות ערווארטעט אין בלאט/אינטערנעט אין די קומענדיגע טעג!

זייט גרייט. אין די טעג ווערט צוגעגרייט א מאסיווע העץ קאמפיין באגלייט מיט טוצן קללות חרמות וגדפות אויף הגה"צ ר' יושע ראזענבערג שליט"א - אב"ד קרית רמ"א וחבר ביד"ץ העדה החרדית, הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א - מנהל הישיבה און הרה"ח ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו - עמוד התווך דמוסדותינו וקהלתינו בבני ברק.
 
היינט נאכט ביים גרויסארטיגן מעמד קידוש השם ומסיבת יסוד פאר די הייליגע מוסדות אין בני ברק, וועלכע איז פארגעקומען אין פרדס פיגא (באתרא דמר, אנגעבליך האט דאך דאס שמואל ווידער געבויעט..) האבן אויפגעטרעטן מיט גאר פייערליכע רעדעס הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנהל הישיבה און הרה"ח ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו. ר' נפתלי שליט"א וואס איז באוואוסט אלס פה מפיק מרגליות האט אין גאר א ברייטן און רייכן שמועס ארויסגעברענגט למי החותמת ולמי הפסולים, ביידע צדדים אין סאטמאר שרייען אז ביי זיי געפינט זיך דער אמת, האט ער מיט זיין זיסן שפראך געהאלטן געשפאנט די טויזענטער פארזאמעלטע און ערקלערט וויאזוי דער מידת האמת ארבעט, און אויף וואספארא באזיסן דער אמת מוז זיך געפינען, און דער באזיס צום אמת איז נישט טעראר, א מיטל וואס ווערט גענוצט דורכן צד שכנגד נאך ביזן היינטיגן טאג ביי סידור קידושין וכו'.
 
ער האט שארף פארדאמט דאס פרעכהייט פון יענעם מנהיג וואס קומט ארויס מיט זיין לויז פיסקל קעגן כל הקדוש לנו, און וויל משנה זיין פון אלעם וואס דער רבי ז"ל האט איינגעשטעלט, די ווייץ און די שחיטה, און געגעבן א ווארף צו "איך קען שוין נישט טראכטן וואס וועט זיין ווען זייער מקוה טהרה וועט פארטיג ווערן..."
 
ער האט ציטירט א מכתב קודש פון הרה"ק ר' אלחנן וואסערמאן הי"ד וואס רעדט שארף ארום בגנות פון טעראר, ווי ר' אלחנן איז דארט מסביר אז דאס נוצן טעראר פאר די וואוילזיין פון די מענטשהייט איז מיסודו פונעם צורר היהודים היטלער ימש"ו.
 
אזוי אויך האט ער ארויסגעברענגט אפאר פעסטע נקודות וויאזוי זייער שקר און דמיון ארבעט, א שטייגער ווי דער באגאץ צערמאניע פאריאר ה' אייר, ווען מ'האט פרובירט איינרעדן די גאס אז די קעיס איז נאך אין בג"ץ נאך וואס פאקטיש איז דער קעיס שוין פיר יאר נישט געווען ביי קיין שום בית משפט.
 
איז צום ערווארטן אז דער בלאט וועט זיך, ווי זייער שטייגער, נוקם זיין אין דעם אלטן מחוצף ר' נפתלי און שרייבן גאנצעטע מאמרים אפצופרעגן זיין דרשה.
 
היינט נאכט איז אבער צוגעקומען נאך א חצוף אויף די ליסטע. הגה"צ ר' יושע ראזענבערג שליט"א אב"ד קרית רמ"א בית שמש, וואס איז געזיצן במשך די גאנצע דרשה פון ר' נפתלי און זיך נישט אויפגעהויבן פון ארט מוחה זיין אדער עכ"פ ארויסוואקן פון זאל אלס אות מחאה, נאר געזיצן און געשלינגן מיט דארשט די פערל רייד פון ר' נפתלי. איז צום ערווארטן אז הגה"צ ר' יושע וועט ארויפגיין אויפן ציהל ברעט און פאלן א קרבן צו זייער הסתה אפאראט.
 
צום לעצט האט זיך נאך א אלטער חצוף אויפגעשטעלט רעדן, דאס איז הרה"ח ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו, דער עמוד התווך פון די הייליגע מוסדות אין בני ברק, וועלכער האט בטטו"ד אפגעענטפערט די ברעטשעדיגע דרשה פון שלשה רועי בקר, די פאריאריגע ה' אייר צערמאניע, די גאלאנען שומף אין בלאט וואך איין וואך אויס און ער האט אפילו איידל ארויסגענומען דעם מעסער וואס די אהרונים האבן אזוי שיין גראפיסטיש אריינגעשטעקט אין א מזויף'דיג שטיקל ויואל משה. ר' דוד מאיר האט איבערגעגעבן א פונקטליכן רעפעראט פון די ענינים במשך פון די לעצטע פינעף יאר. די אלע השתמטות מדין תורה במשך די יארן. דאס אפהאלטן די חתימה פון ר' אהרן טייטלבוים אויף די שטרי בירורין פאר א לאנגע צייט, ווען אין די זעלבע צייט האט מען געוויינט באגאץ באגאץ. דעם זיוף וואס די אהרונים האבן געמאכט אין ספה"ק ויואל משה, וואו זיי האבן פשוט און פראסט אויסגעדרייט די הייליגע ווערטער פאר זייערע פאליטישע ציהלן און מאטיוון.
 
איז צום ערווארטן אז ר' דוד מאיר וועט פריש באוואשן ווערן פון זייערע מוח וואשער און באגאסן ווערן מיט א קיתון של שופכין אויף זיין חוצפה פון פארציילן דעם אמת.
 
הכונו הכונו!...

תוקן על ידי סענעטאר ב- 27/02/2011 09:49:41




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 12:26 לינק ישיר 

עס איז געווען אן העכסט געלונגענער מעמד


דער ציבור איז אהיים געהויבן פול מיט באגאזשן מיט חיזוק, און אזוי אויך די הנהלת המוסד וועלכע האבן באקריגן גאר שיינע סכומים פונעם ציבור.



ווי אזוי זאגט דער פון קרית יואל מיטן באקאנטן ניגון

 "ס'איז א פראבלעם"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 14:22 לינק ישיר 

סוג, איך גלייך שטארק דיין ריספאנד, יו די ווייסט נישט ווי גוט די זאגסט:
ערשט זאגסטו: דערציבור איז ארויס מיט פולע באגאזשן חיזוק, און דערנאך...........................
אזוי אויך האב די הנהלת המוסד באקומען גאר שיינע סכומים.
דא קען מען זעהן אז דער גאנצער מעמד נעבעך איז אראדזשירט געווארן בלויז אויף השחתה און העצעריי, א צערעמאניע ווי עטליכע שמויציגע פיסקן האבן געלופטערט זייער צארן, דאס האט כלומרשט געזאלט דינען אלס א מעמד היסוד...

הייסט "סוג" קודם קומט דער עיקר אז מען איז ארויס מיט באגאזשן חיזוק, ס'טייטש מען האט אביסל געזעטיגט די שנאה הונדעריגע הערצער, און נאכדעם כדי נישט צו פארגעסן וואס מען האט געשריבן אויף די פלאקאטן אז דאס דארף דאך דינען אלס א מעמד היסוד האבן די הנהלות המוסד אויך ערהאלטן גאר שיינע סכומים..............

יו קען מען זעהן די אמת אין דיינע ווערטער, ענקער גאנצע עקזיסטענץ איז אויף קנאה, שנאה, און געמיינקייט, מחלוקות שלם מחלוקות, כדי דער זאל זאל באזעצט ווערן דארף מען דאך עפעס דערליווערן, האט מען געעפנט דער שמוציגער קוואל פון מיסט און צאוה....א גרויל....!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 15:03 לינק ישיר 

חזקה


זאג מיר נישט קיין מוסר איבער העצע מיט השחתה מיט קנאה אין טינופת וואס דיין רבי איז דאס מערסטע אויסגעצייכענט דערמיט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 15:15 לינק ישיר 

חזקה, עטס ברויכטס שוין אויפקומען מיט עפעס בעסערס ווי דער נארישער ניגון אז די גאנצע זאלי פארטיי שטייט נאר אויף וויסטע שנאה און האס צו דיין רבי'ן. די וועלט איז נישט משוגע, ווען זיי זעען בילדער פון א ישיבה מיט 850 בחורים קען מען זיי נישט איינרעדן אז דאס קומט בלויז פון שנאה, סארי די צייטן האבן זיך געענדיגט.
 
און צווייטענס, נניח אז דאס איז יא בלויזע שנאה און האס צו ר' אהרן טייטלבוים. הלא דבר הוא, וואס איז טאקע פשט אז צו דיין רבי'ן איז דא טויזענטער שונאים וואס השכם וערב שעלטן זיי אים לשיטתך, ווען זיי גייען אריין מיט א קוויטל צו ר' זלמן לייב איז דאס צו שטעכן דיין רבי'ן, ווען זיי קומען דאווענען אין ראדני איז דאס צו שטעכן דיין רבי'ן, ווען זיי שיקן זייערע בחורים אויף קווינס לערנען איז דאס צו שטעכן דיין רבי'ן, א.א.וו., וואס טאקע פשט דערפון, פארוואס ר' זלמן לייב האט נישט אזויפיל שונאים?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 18:00 לינק ישיר 

ג"א מצטרף לדברי סענעטאר, די קינע סינע סינע קינע קריכט שוין ארויס פון די נאז לעכער שוין צייט אויפצוקומען מיט לייטישערע תנחומין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 18:27 לינק ישיר 

קיינער שעלט נישט, די אהרונים שעפן נחת אז ענדליך גייט איר אייך לחיים ולשלום, די פאר אויגעשפיגענע זאליס אין בני ברק מעגן אויך האבן א חדר, דער גאנצער מוסד באשטייט פון אינטער א מנין געוועזענע סאטמארע תלמידים, 90 פראצענט פון די תלמידים זענען סתם שכנים וואס האבן מיט סאטמאר וויפיל איך האב מיט די זאליס, און אויב וואלט געקאסט א פיאסטער שכר לימוד וואלטן זיי נישט געשיקט די קינדער אין די זאלי מוסד, פאר אומזיסט האבן זיי מסכים געווען צו שיקן זייערע קינדער, ובפרט אז די הנהלת המוסדות האבן זיך פאר זיי מתחייב נישט צו מאכן קיין אישו פון זייער גיין צו די בחירות, ניין, די אהרונים שעלטן נישט, גלייבט מיר, אויב קומט איר צו אונז נאך געלט פאר אייערע מוסדות, וועלן מיר זיך גאנץ שיין אנרופן, יעדער וויל האבן א חלק אין ענקער גיין לעזאזל, און אונז לאזן צורוה,

אוי ווי זיס איז געווען צו הערן די קללות פון נפתלי בלומענפעלד, השם יאריך שנותיו בנעימים, מיר זאלן נאך האבן די זכי' צו הערן נאך און נאך דרשות פונעם בעל לא איכפת ליה, נפתלי דערציילט אזוי ביטערלעך אלעס וואס עם קוועטשט, ער האט שוין נייט מערס פונעם נייעם מקוה טהרה, ער האט שוין שלאפלאזע נעכט, נעבעך נעבעך.    



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 18:40 לינק ישיר 

וואס עס איז אינטערעסאנט איז, אז אקוראט די זעלבע האבן מיר געזאגט ווען די אהרונים האבן געעפענט זייער חדר אין וויליאמסבורג, און וואונדער איבער וואונדער דעמאלס האט דאס יא געהייסן שעלטן, די זאליס זענען געווען, לשטיתכם, דערביטערט, דעפרעסט, אנידערגעשלאגן. יעצט אבער אז די אהרונים זאגן דאס ביי בני ברק איז דאס בלויזע ברכות...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 19:00 לינק ישיר 

נעעע די ארונים שעלטן נישט, ניטאמאל פרובירן זיי טאג טעגליך צו צושטערן די הרחבת גבולי הקדושה. זיי זענען דאך אלץ אזוי פרייליך ווען אימער די אפגעפליקטע אויסגעשפילטע זאליס מאכן שבת זיך, קוקטס אפילו אין קרית יואל ווי די זאליס אזוי אויך די בני יואל האבן זיך אפגעטיילט פון די ארונים, פירן זיי זיך אויף אזוי גיט הארציג ווייל זיי זענען פרייליך... אבער עס שטערט זיי נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 19:37 לינק ישיר 

ניין, די אהרונים שעלטן נישט, זיי שעפן נחת אז די זאליס גייען זיך, זיי האבן נישט געמסרט צו די בילדינג דעפארטמענט נוסח זאליס אין וויליאמסבורג, ס'ארט קיינעם נישט אז די זאליס האבן אפגעפיצט פון בית המדרש הגדול, עס ארט קיינעם נישט אז די זאליס גייען צו פאללאק, עס ארט קיינעם נישט אז די זאליס עפענען א בוטשער געשעפט פון מפוקפק'דיגע פלייש, ניין, די אהרונים שטייען נישט אין וועג פאר די זאליס זיך אפצוטראגן. אדרבה ברענג איין דרשה פון א מנהל אדער א ראש הקהל ווי מען גיסט פעך און שוועבל אויפן צד השני נוסח נפתלי בלומענפעלד, דער נפתלי מיט זיינע קללות איז גלייך אריבער פון ברך משה צו רבינו שליט''א, הפנים ביי עם איז אונזער רבי דער ריכטיגער ממלא מקום, און דריבער שעלט ער עם יומם ולילה, קיפ איט אפ נפתלי!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 19:54 לינק ישיר 

כ'רעדט שוין היינט צו עטליכע זאליס און כ'פרעג זיי וואס איז די ציהל יעצט מיט בני ברק, ווער נאך ווי זייערע קעפ אליין ווייסן דאך די אמת לאמיתו אז זיי האבן דארט נישט גארנישט, איין אפגעריסענע משפחה וועלכע מיינען אויך נאך זייערע אייגענעם טאש און האבן זיך ארויפגעכאפט אויפן פאליטיק, אבער אויסערדעם גארנישט ניקס זירא, איז וואס ווילן זיי יעצט ?
יעדער פון זיי איז מיט מיר איינשטימיג, און פון יעדער האב איך ארויסגעצויגן עפעס אנדערש, 1. די בוררות שלעפט אריין אין גרויסע הוצאות און דער ספרדי טאלער וויל דאס נישט אליין באצאלן. 2. מ'ברויך מיט עפעס הייבן די געמיטער פון די ציבור ס'איז שוין לאנג נישט געווען קיין עקשאן. 3. מ'ברויך מחזק זיין און אונטערהאלטן דעם לוחם מלחמת קאדאפי דער טאלער פון ליביע וועלכער שטייט אליינס אויף די פראנט, און נאך אזאלכע עטליכע אויסריידן....

כ'וואלט זייעהר געבעטן א רואיגער און ריאלע'ר זאלי זאל מיר געבן די ריכטיגע ענטפער ? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2011 19:59 לינק ישיר 

דאס האב איך געזאגט אז פאר די ארונים גייט עס נישט אן.
 
זיי האבן נישט גערופן די בילדינג דעפארטמענט ביים בויען די סוכה, נישט געזינגען בשעת'ן קידוש בית החיים, נישט פרובירט אויף אלע אופנים צו שטערן די ארבעט אויפן נייעם בית החיים, נישט געמאכט קיין וואנט צווישן די בית החיים ווייל עס גייט זיי במילא נישט אן אז די זאליס טיילן זיך אפ פון זיי, כהיינו וכהיינו קען מען אויסרעכענען א גאנצע ליסט מיט זאכן וואס די גיטהארציגע ארונים האבן קיינמאל נישט געטאן קעגן די זאליס, נאר פאר די איינע סובה ווייל 'עס גייט אונז נישט וואס די זאליס בויען זיך'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 20:01 לינק ישיר 

משה'לע, האסט מיך געכאפט ביים ווארט. איך קען דיר טאקע נישט ברענגן קיין איין מנהל ענקערער וואס רייסט אזוי אראפ דעם צד השני, איך קען דיר אבער יא ברענגן צענדליגער דרשות פון דיין רבי'ן ווי ער רייסט אזוי שיין אראפ דעם צד השני אז עס גייט א רויעך. דער סך הכל איז, ווי שוין אויסגעשמועסט צענדליגער מאל, ר' אהרן טייטלבוים האט א גאנצע ליסטע פון שונאים און ר' זלמן לייב איז שוין היינט נישט בכלל אויף די ליסטע. ר' אברהם לויפער, ר' נפתלי בלומענפעלד, הגה"צ משארמאש שליט"א, משה גבאי און אזוי ווייטער.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 20:05 לינק ישיר 

אויששש כתב:
כ'רעדט שוין היינט צו עטליכע זאליס און כ'פרעג זיי וואס איז די ציהל יעצט מיט בני ברק, ווער נאך ווי זייערע קעפ אליין ווייסן דאך די אמת לאמיתו אז זיי האבן דארט נישט גארנישט, איין אפגעריסענע משפחה וועלכע מיינען אויך נאך זייערע אייגענעם טאש און האבן זיך ארויפגעכאפט אויפן פאליטיק, אבער אויסערדעם גארנישט ניקס זירא, איז וואס ווילן זיי יעצט ?
יעדער פון זיי איז מיט מיר איינשטימיג, און פון יעדער האב איך ארויסגעצויגן עפעס אנדערש, 1. די בוררות שלעפט אריין אין גרויסע הוצאות און דער ספרדי טאלער וויל דאס נישט אליין באצאלן. 2. מ'ברויך מיט עפעס הייבן די געמיטער פון די ציבור ס'איז שוין לאנג נישט געווען קיין עקשאן. 3. מ'ברויך מחזק זיין און אונטערהאלטן דעם לוחם מלחמת קאדאפי דער טאלער פון ליביע וועלכער שטייט אליינס אויף די פראנט, און נאך אזאלכע עטליכע אויסריידן....

כ'וואלט זייעהר געבעטן א רואיגער און ריאלע'ר זאלי זאל מיר געבן די ריכטיגע ענטפער ? 

 
וויאזוי ערווארטעסטו א רואיגער ענטפער פון א רואיגער זאלי, ווען דו שומפסט און שעלטסט אויף איין נארישע משפחה ובראש פון א ליביע'ר תימן'ער טאהלער וואס רעדן סתם איין אז זיי האבן מוסדות אין בני ברק?!...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 20:23 לינק ישיר 

פארוואס איז נישט געווען קיין שום האקאפ פון די גאנצע מסיבה, טויזענטער אידן חוץ די גבולות פון וויליאמסבורג (אראן און סאשא צוגלייך) וואלטן דאס צוגעהערט, אויב נישט קיין האקאפ דאן כאטשיג א טעלעפאן ליין ווי מען זאל דאס עכ"פ יעצט קענען הערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 20:29 לינק ישיר 

ספרינטער כתב:
דאס האב איך געזאגט אז פאר די ארונים גייט עס נישט אן.
 
זיי האבן נישט גערופן די בילדינג דעפארטמענט ביים בויען די סוכה, נישט געזינגען בשעת'ן קידוש בית החיים, נישט פרובירט אויף אלע אופנים צו שטערן די ארבעט אויפן נייעם בית החיים, נישט געמאכט קיין וואנט צווישן די בית החיים ווייל עס גייט זיי במילא נישט אן אז די זאליס טיילן זיך אפ פון זיי, כהיינו וכהיינו קען מען אויסרעכענען א גאנצע ליסט מיט זאכן וואס די גיטהארציגע ארונים האבן קיינמאל נישט געטאן קעגן די זאליס, נאר פאר די איינע סובה ווייל 'עס גייט אונז נישט וואס די זאליס בויען זיך'.

מען האט גערופן די בילדינג דעפארטמענט ווען איר האט געוואלט באהעפטן ענקער סוכה צו "אונזער" בית המדרש, און ווי נאר איר האט אייך אוועק גערירט פון "אונזער" פראפערטי האבן מיר אייך בכלל נישט געשטערט, און ביי פאללאקס לאט האט מען אייך בכלל נישט געשטערט, דאס אז די בחורים האבן ביי לאנטש געשעפט נחת און פון אייך געלאכט אין פנים הייסט נישט געשטערט, דאס זינגען האט יאשקע מסור נאר צו געשטעלט צום ווידיא עס זאל הייסן אז מען האט געזינגען, קיינער האט נישט געזינגען, די בחורים זענען דארט געווען זען דעם הייליגן פנים פון ענקער ראב''ד און ער האט זיי דיסאפוינטעד און זיך נישט באוויזן, קענסט אויסרעכענען א גאנצע ליסטע? אדרבה! לאמיר זען די ליסטע, דו שקרן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הכונו: האס און קללות ערווארטעט אין בלאט/אינטערנעט אין די קומענדיגע טעג!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext