בית פורומים אידישע געדאנק

הכונו: האס און קללות ערווארטעט אין בלאט/אינטערנעט אין די קומענדיגע טעג!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/2/2011 20:34 לינק ישיר 

סענעטאר כתב:
משה'לע, האסט מיך געכאפט ביים ווארט. איך קען דיר טאקע נישט ברענגן קיין איין מנהל ענקערער וואס רייסט אזוי אראפ דעם צד השני, איך קען דיר אבער יא ברענגן צענדליגער דרשות פון דיין רבי'ן ווי ער רייסט אזוי שיין אראפ דעם צד השני אז עס גייט א רויעך. דער סך הכל איז, ווי שוין אויסגעשמועסט צענדליגער מאל, ר' אהרן טייטלבוים האט א גאנצע ליסטע פון שונאים און ר' זלמן לייב איז שוין היינט נישט בכלל אויף די ליסטע. ר' אברהם לויפער, ר' נפתלי בלומענפעלד, הגה"צ משארמאש שליט"א, משה גבאי און אזוי ווייטער.

____________



אדרבה, לאמיר הערן עפעס דרשות פון אונזער רבי שליט''א ווי ער רייסט אראפ דעם צד השני, איך האב שוין געהערט הונדערטער דרשות פון רבינו שליט''א, בנוגע פלייש, בנוגע בג''ץ, בנוגע חינוך, בנוגע אריזאנא ווייץ, בנוגע שחיטה מונחת, בנוגע לימוד התורה, בנוגע די שיטה הקדושה, און קיינמאל נישט געהערט ער זאל עפעס ערוועינען פון ענקער צד, אדרבה, לאמיר הערן די צענדליגע דרשות, ניתי ספר וניחזי, דו שקרן וואס דו ביסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2011 21:22 לינק ישיר 

דאס רואיגקייט שיינט פון דיר. נישט דא ווער עס זאל לאכן מיט דיין שיינע ליסטע פון די דרשות פון דיין דזשיגאן עם הארץ, און אויב הייסט דאס נישט אראפגעריסן דעם צד השני דעמאלס האט ר' נפתלי אויך נאר געזאגט א דרשה בנוגע בג"ץ און די פלייש, גארנישט אויפן צד השני.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 00:16 לינק ישיר 

דער סענעטאר איז א בעל רוח הקודש ממש. דער בויקאט אויף ר' יושע איז שוין אין קראפט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 01:55 לינק ישיר 

מאיר הערש, לאמיר דיר מעלדן א זאך וואס דו פארשטייסט אפשר נישט אליין
דאס אז ר' יהושע ראזנבערגער איז דארט געזעצן ביי די העסליכע קללות און גידופים (ווי היטלער) פון נפתלי בלומענפעלד, איז א הנאה און פארגעניגן פאר די ארוינים, ווייל יעדער ווייסט אז ר' יהושע געהער נישט קיין איין צד (טראץ זיין מחותנ'שאפט) ער קומט קיין אמעריקע מאכן געלט פאר זיינע מוסדות, ותו לא
ווען ענקערע קארפן קעפ וואלטן זיך גערישט אויף די דעפרעסיע אויסבראך פון נפתלי (נוסח אויסבראך דרשה אין קווינס ישיבה), וואלטן זיי זיכער געמאכט אז ר' יהושע זאל דאס נישט זעהן און נישט הערן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2011 02:06 לינק ישיר 

די ארונים גייען קיינמאל בויקאטן ר' יושע, ווייל ער איז א שטארקער מעריץ פאר ר' אהרן'ען, קען זיין ער האט גארנישט קעגן ר' זלמן לייב, אבער דאס איז זיכער איז ער האלט זיך פאר א אמת'ער גוטער ידיד פאר ר' אהרן,

משוגע וואלט ער געדארפט זיין זיך צו אויפהייבן אינמיטן א דרשה, פאר זיין אייגן מחותן אין מאכן א גאנצער סענזאציע פון זיך, אזוי צידרייט איז ער נישט, עס מיינט "זערא" זיין דארט זיין,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 02:25 לינק ישיר 

אז עס מיינט 'זערא' וואס איז דער רבי יונה אזוי בייז?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 02:28 לינק ישיר 

מאיר הערש, ר' יונה איז בייז ווייל ער פארכט זיך אז ענק גייען שוין ווייטער נישט צולאזן דעם בלומענפעלד צו א מייק די נעקסטע צייט, און עס קומט דאך פורים אויף דער וועלט מ'ברויך הערן נאך אזאלעכע דרשות..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2011 03:54 לינק ישיר 

מאיר_הערש כתב:
אז עס מיינט 'זערא' וואס איז דער רבי יונה אזוי בייז?
 

איך האב דאך א רעכט צו מחולק זיין מיט ר' יונה, איבערהויפט אז אלע אנדערע אהרוני ניקס דארט, כולם כאחד, עגריען צו מיר,

גלייב מיר אז דער אלגעמיינער אהרוני האט קיין שום פאראיבל אויף ר' יושע, בעיניהם איז ר' יושע פארעכנט אלס א ידיד פאר זייער רבי'ן, און דאס בלאבן זיצן ביי די מסיבה, בשב ואל תעשה, האט קיין טראפ נישט געטוישט זייער הערצה צו איהם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 04:20 לינק ישיר 

סקאט! ר' יהושע מיטן רא''ט קענען זיך שוין פאר יארן ניין ???!!! ב'ערך אזוי ווי רא''ט מיט ר' מאיר בראנסדארפער זצ''ל זענען געווען געשוואירענע ידידים 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 04:54 לינק ישיר 

לעטס סטיק טו די פוינט, ביטע

עטס זענטס געקומען מיט א הצעה אז היות ר' יושע איז נישט ארויסגעלויפן אינמיטן רב בלומענפעלד'ס דרשה האט ער געוויזן אז ער איז א זאלי און ער איז צו אלעם מסכים,

זאג איז ענק אז ס'לגמרי נישט מוכרח נאר אדרבא ער איז זייער אין גוטן מיט ר' אהרן,

צו ער איז א "געשוואוירענע" אהרוני, צו נישט, איז נאט די אישו היר,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 12:08 לינק ישיר 

סקאטמאלן


אה?


ער איז א געשוואוירענער אהרוני ?


וואס וועסטו זאגן אז עס וועט ארויסרינען די וויקיליקס פון זיינע שמועסן קעגן ר' אהרן און די אנהייב ס' יארן, און איבערהויפט און די מיטעלע נ' יארן, ווי ער לאזט פאלן אויף עם גאר שארפע ווערטער?

אה?

וואס וועסטו דן זאגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 18:49 לינק ישיר 

אונטערסאנט איז צו זעהן די ארונים עפענען איין אשכול נאכן צווייטע מיט גאנצעטע אנאליזן אז רבי נפתלי זאל האבן צוגעגליכן רא"ט צי היטלער ימ"ש (עס איז בפירש נישט אזוי ווייל רא"ט איז מהנה כלל ישראל מזמן לזמן מיט זיינע פערל ווערטער...) יעדע ארונישע ווארטזאגער שרייבט עפעס אנדערש.
 
מען זאל באיאקאטירן ר' יושע ראזענבערג
 
ר' יושע איז אלץ געווען א זאלי
 
עס האט נישט געפאסט אז ר' יושע זאל זיך אויפשטעלן אין פארלאזן די זאל בפני כל עם ועדה
 
ר' יושע גייט צו אלע מסובות צוגלייך. כהנה וכהנה.
 

 
יעצט שטעלטס אייך פאר: - אין דאס איז א אומפארלייקענבארע פאקט! די ארונים פירן שוין יארן א זעלטן שמיציגע קאמפיין קעגן די זאליס איבער די גאנצע וועלט בפרט אין בני ברק וואס איז נאך ארגער ווי אלע אנדערע פלעצער ברחניות ובגשמיות, איך גיי נישט יעצט דערמאנען די אלע מאל וואס זיי האבן פיזיש אטאקירט די וואס גייען נישט און שפאן. נאר איך וועל רעדן בלויז פון רוחנית'דיגע חלק וואס זיי פרובירן מיט אלע כוחות צו פרעדיגן אז די זאליס זענען פשוט און פראסט מענטשן וואס זיכן נאר דאס איינע ציהל 'טרעטן אויף די תורה'.
 
כדי דאס אונטערצושטיצן פראקטיצירט מען יעדע וואך א נייע ליגענט נאר פאר דעם כדי די זאליס זאלן נישט נושא חן זיין ביי קיין שום רב בישראל.
 
ווארפן פאשעווילן, ארויסגעבן קונטרסים וואס איז מלא שקר, כדי עס זאל אויסזעהן בעסער באצירט מען עס מיט א שיינע מעסער און מען נעמט דעם הייליגען ספר ויואל משה שניידט ארויס עטליכע ווערטער דערפון, מען שטעכט אריין די מעסער אונעם שיינע גראפיסטישע דעקל מיט די בעקגראונד מיטן הייליגע מצבה פונעם היייליגע רבי זכותו יגן עלינו - אין וועם זיי זענען ליידער בועט אויף א שרעקליכע פארנעם שוין יארן לאנג - דערנאך פארשפרייט מען איבעראל מיט די האפענונג אז די רבנים וועתן דאסמאל איינזעהן אז באמת זענען די זאליס די שקצים.
 
ווען זיי זעהן אז דאס האט זיך נישט אויסגעארבעט לויפן זיי ארום איינרעדן אז דער גאב"ד האט געסטראשעט ער וועט ארויסגעבן א בריוו אז מיר האלטן זיך נישט ביים שטעלן צו דין תורה אזוי גייען זיי ארום טאג טעגליך מיט נייע מעשיות אין פארקויפן באבקעס, ווען עס פעלט זיך אויס אין זעהן אז די וועלט קויפט נישט אפ זייערע מעשיות פאררופט מען א באגאץ צערעמאניע אין פישמאן'ס לאט ווי מען שרייט באגאץ באגאץ מיט די באטיילונג פון זייערע אייגענע דיינים אין נאכשלעפערס די וואס מען קען אלעס איינרעדן און גלייבן אלעס וואס מ'זאגט זיי.
 
נישט געווען דארט קיין שום נייטראלע רב טראץ די גרויסע הכנות בעפאר אין איינרעניש אז גדולי ישראל וועלן דארט זיין. וואס עס איז געבליבן דערפון איז נאר א שיינע פיקטשער אין א מעלדונג אז עס גייט נאכפאלגן א מאסן דעמאנסטראציע קעגן די א.ג. הולכי בג"ץ - וואס האט זיך האט געלאזט ווי די געפלאנטע אלעף שמאס פארטי. זינט דאן האט מען נישט מער געהערט פון זיי קיין פיפס איבער די שרעקליכע עולה בעגאץ בעגאץ.
 
יעצט האלטן מיר נאך די היסטארישע מעמד היסוד ווי עס האבן זיך צוזאמגענומען אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר מיט דעם איינעם ציהל צי שטיצן די איבערגעפלאנצטע סאטמאר'ע מוסדות אין בני ברק, לויט דעם דרך וואס די ארונים זענען אנגעגאנגען די לעצטערע יארן מיט פרעדיגן האס און שנאה קעגן די זאליס וואלט לכאורה געדארפט זיין די רעזולטאט דערפון די דינער זאל פארקומען אין עפעס א קעלער א שטייגער ווי די ארונים אין ספינקא זאל, עס זאל זיך באטייליגן 10 12 מענטשן אין די אייגענע רבנים שלשה רועה בקר אזוי האבן זיי געמיינט אלע יארן.
 
ביזדערווייל האט זיי געכאפט די קדחת זעענדיג ווי די ריזיגע הערליכע זאלן פון פרדס פיגא איז איבערגעפולט מיט אידן וואס האבן זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים לטובת די סאטמארע מוסדות.
 
וואס עס האט זיי אבער טאטאל שאקירט איז די "חוצפה" פון הרה"צ ר' יושע ראזענבערגער וואס איז אליינס א חבר אונעם בד"ץ עדה החרדית אז ער איז געקומען ווייזן שטיצע פאר די זאליס ער האט זיך אויסגעלאכט פון אלע זייערע ספינס וואס זיי פרובירן שוין יארן לאנג.
 
יא טאקע דאס טרעט זיי אויפן הינער אויג אז ער האט געהאט די "חוצפה" צי שטיצן די א.ג. הולכי בג"ץ, נישט קיין חילוק אויב ער איז איינשטימיג מיט די פייערדיגע דרשות. דאס איינע פאקט פאטשט זיי אין פנים פארדעם דארף מען שוין באיאקאטירן דעם גאון וצדיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 18:52 לינק ישיר 

מורי ורבותי, אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר, איך האב לכתחילה נישט געוואלט שרייבן דא פין דעם ענין, איך בין נאר ארום פרעגן מפה לאוזן און יעדער מיט וועם איך האב גירעדט האלט אזוי ווי איך, האב איך מחליט גיווען ארויס צי ברענגן מיין געדאנק דא אויף היידפארק, און אויב די הנהלה האלט אז סאיז נישט דאס פלאץ זאל מען עס אוסמעקן.

רבותי איך האלט אז מען דארף דעם נפתלי בלומענפעלד צו מאכן דאס פיסק, דער מענטש איז אינז מבזה איינמאל אין נאכאמאל, מיט זיינע פערדערישע שטותים, ער מיינט אז ווען ער זאגט אז מען זאל עם נישט אפכאפן וועט מען עם תיכף פאלגן, איך וואלט דעם אייזל ארובער גישיקט צו דע אהרונים, לא איכפת ליה לא שמיכפת ליה די נקידה הפנימית, נפתלי פארשפאר דיין פרעסער, יעדעס ווארט פאטשט אינז צירוק אין פנים, ווי שעמט זיך נישט א מנהל רוחני פין די גרעסטע ישיבה אין די וועלט צי רעדן ווי א גאסן יונג, יעדער לאכט פין אינז, די זאגסט אויס וואס עס טיט דיר וויי, די זאגסט אויס אלע אינזערע שוואכקייטן, איך גיי צי שלש סעודות ביים רבי אין איך זעי א שיינעם עולם, זאגט נפתלי אז ניין, קיינער וויל נישט קימען, איך בין חושד דעם נפתלי אז ער איז א באהאלטענער אהרוני, אין זיכט אינז נאר צי באשמיצן. אין ער מאכט זייער א גיטן דזאב, מיר זענען ללעג ולקלס ביי יעדן. איך האלט אז דער רבי שליט''א זאל עם אסערן צי רעדן בכלל אין כל שכן פאר די בחורים, ער פארדארפט מער ווי ער טיט אויף.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 19:12 לינק ישיר 

ספרינטער, הייסט דיין סברה אז די ארונים דארפן יא ברוגז זיין אויף ר' יושע, און זיי מוזן איהם יא בויקאטירן, כעל פרובירן צו רעדן מיט די ארונים און ארלעדיגן אז אפשר זאלן זיי זיך טוישן זייער ציגאנג צו ר' יושע און איהם יא באשמיצן, איך געב אבער נישט קיין גרויס האפענונג, דערווייל איז עס נאר איין ר' יונה, וואס איך האב מורא אז ער האט זיך שוין אונטערגעגעבן, כעל פארט טרייען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 19:17 לינק ישיר 

עס איז מיר איין נפקא מינא אויב עטץ באיאקאטירט אים, סך הכל געב א קוק האט זיך כולל שומרי החומות דערשראקן ווען עטץ האטץ אראפגעריסן איר פושקעס? טעראר ארבעט היינט מער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הכונו: האס און קללות ערווארטעט אין בלאט/אינטערנעט אין די קומענדיגע טעג!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.