בית פורומים כל העולם כולו

אוי ס'איז מיר ביטער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/2/2011 22:28 לינק ישיר 
אוי ס'איז מיר ביטער

קומט אריין א ארימע אידענע צום רב, אין די האנט האלט זי א געשחט'ן הינדל.

 

"רבי" זאגט זי מיט א צובראכן קול, "מען האט געשחט'ן דעם הינדל און מען האט נישט געטראפן דעם גאל, איז עס כשר אדער נישט"

 

איר הארץ פלאטערט פאר שרעק, דער הינדל האט זיך געקויפט מיט איר אפגעשפארט געלט כדי צו האבן פלייש אויף שבת, וואס גייט דא זיין דער פסק דין.

 

דער רב נעמט דאס הינדל אין די האנט און נעמט זיך עס בודק זיין, און זאגט, מען דארף קאסטן די לעבער, קען זיין אז די גאל איז אריין אין די לעבער, אויב איז די לעבער ביטער, איז א סימן אז די גאל איז אריין אין די לעבער און די הינדל איז כשר, אויב אבער די לעבער איז נישט ביטער איז די הינדל טריפה.

 

דער רב נעמט א שטיקל לעבער, און איז עס טועם, און רופט זיך מיט ווייטאג "מען פילט נישט קיין ביטערע טעם, דאס הינדל איז טריפה!"

 

די אידענע ווערט שווארץ פאר די אויגן, און פרובירט נאך איר מזל, זי וויל עס אויך קאסטן.

 

דער רב זאגט אז זי קען עס קאסטן.

 

די אידענע נעמט די לעבער אין מויל, און זעט אז מען פילט טאקע נישט קיין טעם פון די גאל, און רופט זיך אן מיט א ביטערליך געוויין

 

"אוי ס'איז מיר ביטער! וואס וועט יעצט זיין?"

 

*

 

שוין עטליכע יאר ווען מען זוכט און מען קראצט פון אונטער דער ערד, וואס קען מען עפעס אפירקראצן אויפצו ווייזן אז די אריזאנא ווייץ איז ממש חמץ דאורייתא

 

זיצן די אידן, און זענען טועם איינס ביי איינס פון די ווייץ, און זיפצן אונטער

 

"אוי ס'איז מיר ביטער! וואס וועט יעצט זיין?"




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 00:53 לינק ישיר 

אין ליכט פין די יערליכע צענדלגיע דורכפעלער קעגן די ווייץ
האט נפתלי בלומענפעלד אין זיין היטלער דרשה נעכטן נאכט ציגעגרייט די זאליס פאר די פרישע אטאקעס קעגן די נייע מהודר'דיגע מקוה אין וומ''ס

לאמיר האפען אז ער וועט אינז נישט אנטוישן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/2/2011 20:12 לינק ישיר 

איך מיין אז היי יאר גייט שוין נישט רעגענען אין לאנג איילענד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2011 20:22 לינק ישיר 

לכאורה גייט דער דראגער שיקן די מקוה וואסער צו א לעברעטאריע צו זעהן וויפיל קעלאריס ס'האט, אויב ס'האט נישט מער ווי אונזערע זיידעס מקוה וואסער האט געהאט, איי וואסי די פראבלעם מיט קעלאריס, איך ווייס נישט! כל המשנה ידו על התחתונה!

לעברעטאריעס: זייטס גרייט ס'קומט אסאך ביזנעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אוי ס'איז מיר ביטער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext