| נשלח ב-27/2/2011 23:57 |
|
| |
בלומענפעלד: רבינו שליט"א היטלער (רח"ל)!!
עס איז א סכנה היינט צו שטיין לעבן א זאלי.
נעכטן נאכט האבן די זאליס לכבוד פורים זיך צוזאם גענומען אין פרדס פיגא, ווי זיי האבן געמאכט א מסיבה צו דעקן די חובות פונעם תימן'נער טאלער, וואס האט נאך חובות פון זייער שרעקליכע מרידה בה' אלוקי מיט זייער הליכה לבג"ץ הציוני, און זיך אנפייפען אויף די פסק פון גדולי פוסקי דורינו שליט"א, ובראשם מרן פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א.
זיי האבן דאס צוגעדעקט מיט א שלייער אז זיי גייען נאך געלט פאר זייערע ריזיגע מעכטיגע מוסדות וואס זיי האבן אין בני ברק...!
די זאליס שרייבען אז זיי האבן 120 תלמידים.... ותלמידות..., יא איר הערט גוט, דאס וואס די זאליס זאגן!
די זאליס האבן געפענט פאר 2 יאר צוריק א קינדערגארטן פאר גאר קליינע קינדער אין א געדינגענע קליינע בעסמיענט, זיי האבן דארט 40 תלמידים ותלמידות, פון שיכון סאטמאר איז דארט דא 7 תלמידים ותלמידית, די איבריגע איז סתם מענטשן, א געמישאכטעס פון אלע מינים ספרדים, תימנ'ע, וכו', ווי מען זעהט אויף די בילדער וואס די זאליס האבן ארום געקלעפט, ווי רוב קינדער דארט האבן געשניטענע פיאות אויף די אויערן...!, די מענטשן שיקן די קינדער ווייל מען בעט נישט קיין שכר לימוד.
הקיצור נעכטן האבן זיי זיך צוזאם גענומען מען האט אויפגעשטעלט רעדן דעם באוויסטען חזיר מיידלעך שטערן וואס האט געגאסען פעך און שוועבל אויף די אהרונים, ער האט געברענגט פון כעס, ער האט צוזאם געווארפן ווי מער מנובלת.
דערנאך האט געדארפט אנהעצען דעם עולם דער הולך לבג"ץ הציוני הבעקער עזריאל גליק, און מסביר זיין אז די רעבע האט אים איבערגעבען בני ברק אין עס איז זיינס... ער האט געדארפט דארט באקען פרישע טאצען מיט מעשות, עס וואלט געווען פרישע חמין במוצאי שבת, אבער ער איז נישט אנגעקומען, זעהט אויס אז ער האט זיך ווידער אנגעגעסן מיט א שאכטל הערינג און אראפ געשלינגען דעם טוט פיק...
אנשטאט אים האט גערעדט קוטשי וואלי, עס איז געווען ממש ביזן דאך, דער עולם האט זיך געקוילערט אויף דער ערד.
נאכדעם האט אויפגעטרעטן נפתלי בלומענפעלד, וואס האט געגאסען פעך און שוויבל, עס האט אויסגעקוקט ווי מהפכת סדום... ער האט געשריגען געהעצט, געסטראשעט, געווידלדערוועט, ער איז געווען שרעקליך אנגעווייטאגט נאך אליין זיין אין בני ברק, און זעהן דעם ביטערן חורבן פון די אויסגעשפילטע זאליס אין בני ברק, דער קלימאקס איז געווען ווען ער האט נאך געזאגט א מימרא פון ר' אלחנן וואסערמאן איבער היטלער, און מיט פאטאס האט ער אויסגעפירט אז רבינו שליט"א איז היטלער בדורינו און די אהרונים זענען די נאציס בדורינו...!
אדרבה קיינער זאל מיר נישט גלייבן נאר אליין הערן די טעיפ...!
נאכדעם האט גערעדט דער תימן'נער טאלער, וואס האט זיך אויסגעגאסען זיין ווייטאג ווי ביטער אויסגעשפילט די זאליס זענען אין בני ברק, און ווי אלע זיינע הבטחות וואס די זאליס האבן אים צוגעזאגט אז מען גייט שוין איבער נעמען אלעס, איז צוגאנגען ווי א זייפן בלאז, אבער... ער גיט נאך נישט אויף, ער ווארט נאך אלס...
דערנאך איז געקומען די רייע אויף רז"ל דרשה, די זאל האט זיך אויסגעליידיגט, דער עולם איז שוין געווען אנגעהעצט ביז די לבנה, האט ער זיך געדארפט איינהאלטען, און איז געבליבען מיט זיין פורים חמסנים דרשה אין בויך.
א נקודה - די זאליס פארקויפען אז הגה"צ רבי יושע ראזענבערג שליט"א פון בית שמש איז דארט געזעצען ווען בלומענפעלד האט געהעצט, און נישט מוחה געווען און ארויס, איז טאמער דאס איז אמת טאר מען אים מער נישט שטיצען, דינו איז ווי עס שטייט ווען מען הערט ווי מען איז מבזה א תלמוד חכם אין מען איז נישט מוחה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 00:44 |
|
| |
האס און קללות אין דער איד/אינטערנעט אין די לעצטערע טעג!
(מיין ציהל פון מיין תגובה איז נישט צו רעגאירן צו די שפייז-ספין'ס פין די זאליס די לעצטע פאר טעג, וואס בעטן זיך אין האפען מ'זאל זיך צו טוהן מאכען פין זייער טעגליכע ספינעריי אין געבעקסן נאר דעם עולם זאל כאטשיג זעהן וויאזוי מ'קוקט אויס ווען מ'ווערט געפיהט דורך שנאה אין האס, אין וואס איז טייטש השנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם)
ווי יעדער זעהט זענען די זאליס די לעצטע פאר טאג ווידער אין א טיפע סינדראם ווי מ'זעהט זיי, קוקט עפעס אויס ווי זיי האבען נאר וואס פארלוירן דעם בית החיים אדער אדער געהערט פין א פרישע חשובע רב וואס האט באזיכט אייןס פין די בית השחיטה'ס אדער פארשריט פין די מקוה טהרה אד''ג ווער רעדט נאך ווען מ'רעדט פין אברהם לויפער/מארגענשטערן קומט זיי די בלוט ארויף אין קאפ
זיי זיצן נעבעך אין מאכען אזעלכע ספין'ס וואס ווען נישט די שנאה וואס דיקטירט זיי וואלטען זיי זיך אלייין געשעמט דערמיט
אין די צייט וואס די סאטמערע זיצן אין האלטן זיך אינטער מיט זייער סינדרוים בעיקר ווי אברהם לויפער ווייזט פאר די גאנצע וועלט ווער זיינע דיינים זענען וואס פאר נידריגע שקרנים אפי' במילתא דעבידא לגלי' ווערן זיי נאר מער אויפגעהעצט אין ווילד אין קענען נישט פארשטיין פארוואס מ'מאכט זיך ניטעמאל וויסענדיג פין זייער קללות אין געבעקסן
אבער נעכטן האט עס געגרייכט א קלימאקס ווען זיי האבען געמאכט א דינער פאר די הוצאת פין די בג''ץ קלאגעס אין די חברים לאיש משחית זיי האבען זייער גיט געוויסט אז אויב זיי ווילן אז די דינער זאל נישט אויסקוקען ווי זשיגאן'ס טישן אדער לכה''פ ווי זייער ירושלימ'ער דינער פלעגט אויסקוקען, מיז מען טרעפן עפעס א וועג דער עולם זאל קומען (די רייבעריי מיט די ירושלימער אפיס איז א מס' פאר זיך אבער לאמיר נישט פארקריכן) ווי א שיינע פראגראם זיי זאלען נאר נישט מאכען וועט דער עולם בלייבן אין די בונקערס אלס לא איכפת ליה אבער מ'האט זיך אן עצה געגעבן מ'האט גענומען די ליסט פין די בעקערס אין העצערס אין געקליבן די 3 בעסטע ספינערס אין געמאכט א פראגראם, נו, אז ס'דא העצע קומען זיי אויף אלע פיס דאס איז די איינציגסטע וועג צו ברענגן זייערע מענטשן, נעבעך...
די געקליבענע אויסוואל איז באשטאנען פין נישט קיין אנדערע ווי: .......וואלי פרידמאן, עזריא' גליק, חתנו כבנו: נפתלי בלומענפעלד דער עמטליכער מנהל אין קווינס ישיבה, אין מילך שטערן (שאול פערלשטיין האבען זיי שוין נישט געלאזט רעדן ווייל זייט די 'אלעס ביים אלטען' דרשה איז ער די זשאוק אין שטאט) אויך האט גערעדט דעם איש מישחת ד מ טאהלער (לשון הגדולי הדור במכתבם נגדו) יא! דאס איז געווען די גאנצע פראגראם פין די דינער....... אין אויסגעשטעלט אז זשיגאן זאל רעדן אינמיטן די פראגראם אנטשאט ביים סוף ווי ביי אלע קהילות (נישט ווי ר' יונה שרייבט) אזוי וועט דער עולם מוזן בלייבן ביזן סוף
פארשטייט זיך אז מ'האט געפיטערט די קעלבער אלע אלטע שפייז וואס איז שוין געווארען געפרעדיגט אויף זייער וועבזייטליך אין דער איד לדוגמא אז די ארונים זענען די וואס זענען אריין אין בג''ץ וכו' וואס מאכט יעדער ריעלאיסטישער מענטש שמייכלען
קודם האט גערעדט וואלי וואס איז א באקאנטער פה מפיק אין אים האט איבערגענומען מילך שטערן דערנאך נפתלי בלומענפעלד וועלכע איז באקאנט מיט זיינע העצערישע דרשות ספעציעל צו די בחורים אין קווינס, אין מסביר געווען וואס ער זאגט אייביג פאר די בחורים אז די רבי שליט''א איז היטלער....דערנאך האט זשיגאן גערעדט (ווייסט איינער פארוואס פין זיין דרשה רעדן זיי אפי' נישט), דערנאך האט גערדעט דער איש משחית (עזריאל האט עפעס נישט געוואלט רעדן) יעדע רעדנער האט פראבירט איבער צו שרייען דעם צווייטען מיט זיינע העצע אין שנאה וויסענדיג אז דאס מאל וועט גיט ציפיקסען די ארונים
נאכן דינער האבען זיי אויסגעקוקט ווי די קרעטשמע טרינקערס ביים פארשפארען אדער ווי די קווינס בחורים אויף לי היוז מען קען נישט פאראויס זאגען די נאכווייען אבער די קללות האבען זיך גענומען וואקסען מיט א זעלטענע טעמפא ביי זיי ליגט שוין אין קאפ ווי די ארונים זענען פארנומען אפצופרעגן זייער נארוואס געשפענע ספין'ס זיי האלטן שוין ביי 4 ספינס וויאזוי די ארונים ווילן שטערן זשיגאןס קינדערישע באזוך (אויפן זעלבן סטייל ווי אין לאנדאן) אין לעיקוואד אין זענען שוין אפי' מסביר וויאזוי די ארוינים גייען שעלטן ווען די מנהל אין זייער ישיבה האט זיך אזוי מיעס צילאזט מיט זיין הייליג מויל זיי קענען נישט פארשטיין פארוואס מ'רעדט ניטעמאל פין זיינע קללות
זייער קליין וועלטעל וואס ווערט געטריבן דורך זייער טעגליכע ספינעריי שלעפט ארויף א שמייכל ביי יעדן
עס טוט מיר באמת מיטלייד מיט זייער מצב אבער דאס איז טייטש השנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 01:10 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  | א נקודה - די זאליס פארקויפען אז הגה"צ רבי יושע ראזענבערג שליט"א פון בית שמש איז דארט געזעצען ווען בלומענפעלד האט געהעצט, און נישט מוחה געווען און ארויס, איז טאמער דאס איז אמת טאר מען אים מער נישט שטיצען, דינו איז ווי עס שטייט ווען מען הערט ווי מען איז מבזה א תלמוד חכם אין מען איז נישט מוחה. |
|
במחילת כבודך הרמה, אני הקטן בין מיט דיר מחולק,
אני כשלעצמי האב פיל מער הנאה אז הרה''צ רבי יושע ראזענבערגער שליט''א
האט זיך פערזענדליך געפונען אין זאל און אליין געהערט די ווילדע השמצות
וואס די זאליס האבן געגאסן אויף רבינו שליט''א, דיין פראגע פארוואס ער האט
נישט מוחה געווען?, איז דער ענטפער זייער פשוט, היינט צו טאג עקזעסטירט נישט
מער די מצוות מחאה, אפשר זאגסטו מיר ווער האט מוחה געווען ווען די קרעציגע
בני המן האבן געצאפט דאס בלוט פון הייליגן ברך משה זי''ע?, ווער האט מוחה
וועט דער טרפה'נער שאולזאן ימ''ש האט מידי שבוע בשבוע געשריבן אויפן רבן של ישראל
ערגער פון די גרעסטע אנטיסימיטן, און קיינער האט נישט מוחה געווען, אפשר זאגסטו
מיר ווער האט מוחה געווען ווען די זאליס האבן אריין געשלעפט אונזער קהלה הקדושה
אין ערכאות הציונים?, קיינער האט נישט מוחה געווען, די מצות מחאה האט שוין לאנג
עקספייערט, נאר וואס דען, ווען מען גייט צו א רב און מען זאגט עם וואס עס גייט פאר,
וואס דער האט געטון, אדער וואס יענער האט געזאגט, איז דער ענטפער, אזוי?, דאס
האט ער געטון? ממש אומגלויבליך! איך קען דאס נישט גלייבן!, און מיט דעם ענדיגט זיך
דאס, במילא בין איך זייער צופרידן אז דער חשובער חבר הבית דין צדק איז אליין געווען
ביי זייער העצערישע מסיבה, און אליין געהערט דעם שונד דרשה פון דעם שמוציגן
אינגאטש נפתלי בלומענפעלד שר''י, דער זעלבער נפתלי וואס האט יארן לאנג געשפעט אין
געשאלטן דעם ברך משה זי''ע,
איז דאס א בושה אז נפתלי איז געבליבן מיט זיינע אלטע קללות, און שעלט ווייטער
דעם סאטמאר'ן רבי? ניין!!! איך שעם זיך נישט, און עס ארט מיך בכלל
נישט, אבער זאל דאס דער חבר הבית דין אליין הערן, זאל ער זען דעם אמתן פנים פון די
זאלי קאמפאני, די מיינונג פון הרה''צ רבי יושע ראזענבערגער שליט''א ווייסן דאך
מיר אלע, עס איז נישט קיין סוד, מערערע מענטשן האבן דאס שוין פון עם אליינס
געהערט, און יעצט אז ער זעט אז ער איז גערעכט געווען מיט זיין השערה, ער איז
גערעכט געווען מיט זיי אויפאסונג, איז דאס נאר א געווינס פאר די אהרונים, אדרבה,
זאלן ווי מער דייני ומנהיגי ישראל זען און הערן וואס די זאליס האבן צו זאגן,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 01:35 |
|
| |
יענקעלע
איך אגרי מיט דיין פוניט
ווער קען נאך אזוי גיט זשיגאן ווי זיין מחותן
(אגב, דאס אליין אז ווען ער קומט קיין אמעריקא דארף אים זשיגאן לאזען פראווען אליין אין גאר אין זיין יאקאבאוויטש'עס לי גארדענס שול רעדט מער ווי אלעם)
אין דאס אז בלומענפעלד האט זיך צילאזט זיין פיסקעל בפניו
איז די בעסטע זאך וואס ער האט געקענט טוהן
נאר א שאד אז ער איז נישט געווען ביי וואלי'ס דרשה....
תוקן על ידי rebyankel ב- 28/02/2011 02:11:05
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 02:25 |
|
| |
די זאלי'ס באשולדיגן שוין ווייטער איינער דעם צווייטן ווער ס'האט צוגעלאזט דעם בלומענפעלד צו א מייק.. וואס דער מיידלעך שטערן שטינקט זיך אן ווען ער האלט א מייק איז קיש-מישקו אנטקעגן די פערל-רייד פון דעם נפתלי אילה שלוחה...
פון דעם ספרדי טאלער'ס דרשה זענען זיי אינגאנצן ענטוישט בא לחזק ויצא חוזק, ער האט לכאורה געדארפט דערפרייען דעם עולם און הייבן די געמיטער מיט גוטע נייעס, און דא האט ער זיך אויפגעשטעלט אנגעצויגן און צונערווענט ווי א שווארצער האן און אפגעליינט גאנצעטע געמאכזעכצער פון דער איד אז די ארוינים זענען צוערשט געגאנגען אין בג"ץ, אבער קיין טאפעדיגע עררייכונגען האט ער נישט געהאט, ער האט נאר געפרואווט צורעדן וואספארא שיינע עתיד עס ווארט נאך אפ אין בני ברק, פארפאלן מיט א ספרדישן אפשטאמיגער איז זיך זייעהר שווער צו אויסרעכענען...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 03:28 |
|
| |
איך אגרי אויך מיט יענקעלע11
ס'איז ליידער א וועלט היינט וואס איש כל הישר בעיניו יעשה, און מאיזה סיבה שהוא פילט נישט קיין איין רב (וואס האט נישט קיין נגיעות) פאר וויכטיג מוחה צו זיין אויף עוולות וואס ווערן געטון שלא על פי תורה, ויש אומרים אז ס'איז דא דערביי ענין פון פיקו"נ (שטעלט אייך פאר ווער ער שטעלט זיך אויף און וואקט ארויס אינמיטן די דרשה)
קיינער ערווארט נישט פון אים קיין מסי"נ
און ס'איז שוין געווען גרעסערע בזיון התורה'ס קעגן רבינו שליט"א וואס קיינער האט זיך נישט אנגערופן
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 03:57 |
|
| |
ס'נישטא וואס זיך צו טענה'ן, ר' יושע וואלט געדארפט זיין צידרייט צו ארויסשטורעמען אינמיטן א דרשה און זיך אנמאכן א סענזאציע, על ריב לו לא,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 05:22 |
|
| |
ברעקונג! ברעקונג! די שמעון וויזענטאהל צענטער האט זיך ארויסגעלאזט אין א געיעג נאך די ארוינים, זיי האבען פארלאנגט א זיצונג מיט הרב בלומענפעלד חדב''נ וואס האט באוויזן צו אנדעקן די שוידעליכע אנדעקונג פון די פריש אנדעקטע נאציס,
קוקט אויס ווי נפתלי וועט נאך געבן אסאך שטאף פאר פורים
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 17:15 |
|
| |
ברעיקינג! ר' נפתלי אין קאמפעטישן מיט ר' אהרן, ר' נפתלי גיבט שטאף פאר די ארונים, ר' אהרן גיבט פאר די זאלונים, אז מען לעבט דערלעבט מען.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 17:47 |
|
| |
געלויבט איז דער הייליגער באשעפער, אויף זיינע חסדים, אז ער ווייזט אונז האיש אשר בחר בו, ער שיקט אונז צייכענעס פון הימל ווער עס איז דער צדיק הדור, און צו וועם מען זאל זיך ווענדן פאר ישיעות ורפיאות, עס איז באוויזט אז דער ''רע'' האט פיינט דעם ''טוב'', דער רשע האט פיינט דעם צדיק, וואס גרעסער דער צדיק איז אלס מער האט אים דער רשע פיינט, וואו האט דער הייליגער רבי עקיבא געזאגט? כשהיתי עם הארץ אמרתי מי יתן לי תלמיד. חכם ואנשכנו כחמור, אזוי האט מען טאקע געזען און אלע דורות אז די רשעים האבן פיינט געהאט ערליכע יודן, דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט אז וואו עס איז דא רשע אויף דערוועלט, אפי' ער קען מיר נישט האט ער מיך פיינט, להענין: ווען עס שטעלט זיך אויף א משכיל, איינער וואס איז ספרי מינות נושרים מחיקו במידה גדישה, איינער וואס לאכט אפ בריש גלי פון די צדיקים הקודמין, איינער וואס האט זיך אמאל אויסגדריקט ''קום וואס איך קען גלייבן די 13 אני מאמין'ס'' רח''ל עפ''ל, איינער וואס איז געשטאנען בפניא דמעלי שבתא, ערב שבת קודש נאך די שקיעה, ער האט שוין געהאלטן נאך די מקווה, מיטן גראבן גארטעל, און די ווייסע זאקן, און די שיינע פארקעמטע בארד, און פארטריבן אריבער 40 בחורים תלמידי ישיבתינו הק' וואס זענען זיך געקימען מסתופוף זיין בצל כ''ק רבינו הקדוש בעל ברך משה זי''ע, שבת חזון תש''ס, און געצווינגען די בחורים מחלל שבת צו זיין, און עקלערט פאר די פאליציי אז אלס א ראביי זאגט עס אז די בחורים מעגן מחלל שבת זיין רח''ל. רבינו שליט''א האט דאן געזאגט פארן משכיל, אז נאר און סדום האט מען זיך אזוי געפירט, ( דאס איז מן הסתם איינער פון די סיבות פאר וואס דער משכיל האט זיך צו היטלער'ט) איז ווען אזא איינער האט פיינט רבינו שליט''א מיט א נאצי'שע סיבה, איז עס א כבוד און שטאלץ פאר סאטמאר, אשרינו אז מיר האבן אזא הייליגער רבי, וואס די משכילים, און רשעים האבן אים אזוי שרעקליך פיינט! נאר א קליינע הערה'לע פאר משכיל בלומענפעלד, די שטעלסט דיך אויף און קווינס ישיבע, און די נעמסט זיך וויינען מיט הייסע טרערן פארוואס מען רייסט דיר אראפ דעם קאפ, אז די קווינס בויעס זיצן זיך און די בונקער'ס און ווילן קימען הערן דעם וועקי ראבינער זינגן שקל שלום תורות, לא אכפוס ליה, פארוואס הערשט אזא אום אוטערעסע, וואס וועט זיין די עתידות מיטן נקידה פון רבי'ן זיכרונעלברכע, פאר די קוויס בויעס ריפן דעם מן הארץ בלשון חיבה ''זאלי'' ???? וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? פארוואס וויינסטו? פארוואס שרייסטו? אז מען נעמט אזא מין שייגאץ וואו אייך, אזא משכיל וואו אייך, אזא לץ וואו אייך, מחנך צו זיין בחורים, איז גאר א חידוש אז זיי לייגען גאר תפילין, און די פארלאנגט'ס נאך אז זיי זאלען זיך ווייקן ביי רבי זאלי הגדול, קיקט נאר וואו אייערע בויעס רעכטען אפ א חודש אדר, יעדע נאכט און די קעסטנבוים זאלן, רח''ל, תאלע! תאלע! אביסל שכל!
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 28/02/2011 17:49:09
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 28/02/2011 17:50:32
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 18:10 |
|
| |
ווייסט איינער צו מען קען קויפן אויף עמיזאן אזא האקענקרייץ אויף א שטיקל זיידען אז מען זאל עס קענען ארויף לייגען אויף די ארעם?
איך וויל מיך אינדענטעפעצירן אלס א חסיד פון רבינו שליט''א
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 20:57 |
|
| |
א זאלי קעלבל זאגט מיר מיט האס אז אונזערע אויבנ'ס אינעם מצה בעקעריי
זעהן אינגאנצן אויס ווי די גאז קאמערן פון די נאציס אין אוישוויץ...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 21:14 |
|
| |
לכאורה פאלט אוועק די גאנצע חידוש פון נפתלי'ס היטלער-דרשה,
ווייל דער שווארצער מוסלאמענער טאלער געהער צו די וואס לייקענען אפ די שואה...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2011 22:20 |
|
| |
איך פארשטיי נישט פארוואס מען לאזט אזא מענטש זיין א מנהל פאר בחורים, נאכדערצו אז ביי די בחורים האלט ער אויך אזעלכע דרשות
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 00:46 |
|
| |
נעבאך לכשיורדין!!!!!!!!!
קיטשי וואלי האט געשיקט א מעסעדש, אז מען זאל רעדן פון זיין דרשה אויך, ער זאגט אז ער האט זיך זייער געפלאגט זיך פאר צוקיקען זיין רעדע, און דער משכיל האט אים אוועק גענימען די אטענשען!
דער ציבור זאל רחמניות האבן אויף דעם אלטען טיפוש, און רעדן אביסל פון די לאזאניע וואס דער שוטה זקן האט געפיטערט פאר די מצה טאשען מש''ק
ולמצוה גדול יחשב
פורים.....פורים ......פורים ......לנו אשר אשר בחר בנו טדיי טדיי......
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2011 01:23 |
|
| |
רבותי סאיז גרויסע צרות ווי ס'קוקט אויס האט איין זאלי געכאפט וואס נפתלי טוט מיט זיי אין ער פארפירט שרעקליך אויב וועט אים נפתלי נישט קענען שטיל מאכען וועלן זיי זיך דערנאך נעמען צו אברהם לויפער וכת דיליה אין נאכדעם גיין ווייטער מיט זייער אנדערע חכמים דא האט איר וואס דער אויפגעקלערטער שחמט שרייבט אין זיין ישיבה'ס פארום: רבותי איך האלט אז מען דארף דעם נפתלי בלומענפעלד צו מאכן דאס פיסק, דער מענטש איז אינז מבזה איינמאל אין נאכאמאל, מיט זיינע פערדערישע שטותים, ער מיינט אז ווען ער זאגט אז מען זאל עם נישט אפכאפן וועט מען עם תיכף פאלגן, איך וואלט דעם אייזל ארובער גישיקט צו דע אהרונים, {זארגט ענק נישט, ער וועט אנקומען ווי יודלע וויינשטארק איז אנגעקומען} לא איכפת ליה לא שמיכפת ליה די נקידה הפנימית, נפתלי פארשפאר דיין פרעסער, יעדעס ווארט פאטשט אינז צירוק אין פנים, ווי שעמט זיך נישט א מנהל רוחני פין די גרעסטע {זאלי} ישיבה אין די וועלט צי רעדן ווי א גאסן יונג, יעדער לאכט פין אינז, די זאגסט אויס וואס עס טיט דיר וויי, די זאגסט אויס אלע אינזערע שוואכקייטן, איך גיי צי שלש סעודות ביים רבי אין איך זעי א שיינעם עולם, {פארוואס שרייבסטו נישט די גאנצע אמת, שרייב וויפיל מענטשן די זעהסט אין וויפיל בחורים די זעהסט} זאגט נפתלי אז ניין, קיינער וויל נישט קימען, איך בין חושד דעם נפתלי אז ער איז א באהאלטענער אהרוני, אין זיכט אינז נאר צי באשמיצן. אין ער מאכט זייער א גיטן דזאב, מיר זענען ללעג ולקלס ביי יעדן. איך האלט אז דער רבי שליט''א זאל עם אסערן צי רעדן בכלל אין כל שכן פאר די בחורים, ער פארדארפט מער ווי ער טיט אויף.
אבער ב''ה אינזער באליבטער מלח מלחים נעמט די לייצעס אין די הענט אין מאכט אים גלייך שטוהל
תוקן על ידי rebyankel ב- 01/03/2011 01:54:11
 |
|
|
|
|
|