א באלון אן קיין לופט, קען נישט פלאצן.
די וועלט זאגט, אז א באלון אן קיין לופט איז נישט שייך עס זאל פלאצן, און א בנין וואס איז נאכנישט אויפגעבויעט קען מען נישט צעווארפן. לענינינו, אונז סאטמארע חסידים זעמיר געוואוינט אין די לעצטע 10 יאר זיך צוצוקוקן ווי לופט-באלונען פלאצן אויף, ווען די לופטיגע בן-פראדל פראפאגאנדע ווערן מיט די צייט צעלאזט און צובלאזן.
עס איז שווער אויסצורעכענען אלע שוין-געפלאצטע באלונען, אבער דער ציבור איז היבש בקאנט מיט די זאכן, ווי לדוגמה די אזוי גערופענע רוגזא צווישן רבינו שליט"א און האדמורי"ם שליט"א מסקולען, טאהש, פשעווארסק, ועוד, אדער די באלון איבער אונזעא און זייער 'קנאות', וואס יעדער בר דעת ווייסט שוין היינט וואו דאס צו טרעפן ע"ד האמת ואכמ"ל, די באלון איבער די א"ג מכשולות ביי די צומות הגידין - וועלכע האט לבסוף מיאוס גע'בעקפייער'ט, אא"וו (די קאלעגע שרייבער זענען בארעכטיגט צוצולייגן לויט זייער זכרון). * פארט אבער איז אמאל דא א זאך וועלכע קען נישט פאלצן, צוליב וואס די באלון האט מתחילה נישט געהאט קיין לופט.
לדוגמה, די פרישע איידיע פונעם בעמח"ס מתי שוא (על התורה ועל המועדים, על הצדיקים ועל החסידים..) אז די אריזאנע ווייץ וועלכע רביה"ק זי"ע האט גענוצט, איז "חמץ גמור" ו"שאינו גמור" ו"סתם אסור" "לכתחילה" ו"בדיעבד" וגו' וגו' צוליב וואס עס אנטהאלט עטליכע מ"ג מער סאדיום. דאס איז געווען א באלון וועלכע די לופט דערפון איז געווען אזוי ליידיג, אז אפילו ווען עס האט געדארפט פלאצן, דהיינו נעכטן ווען עס איז ארויסגעקומען די פרישע לעב-רעזולטאטן, וועלכע האט געטשעקט די "זאלץ" אליינס - נישט די סאדיום - און עס האט געצייגט אז די לאנג איילענד וויייץ איז עטליכע פראצענט העכער (!) ווי די אריזאנע, איז דאס בכלל נישט געווען קיין באמבע אויפפלאץ. עס רודערט זיך נישט עפעס געפערליך. פארוואס? ווייל אויב האט די ערשטע באלון נישט געהאט לופט, מאכט די אויפפלאץ נישט קיין רעש, און די גאנצע דמיון איז פשוט והיה כלא היה. (אגב, מען קען נישט זאגן ממש היה כלא היה, ווייל פארט וועט דאס געדענקט ווערן אלס אן אייביגער צייכן פון ליצנות און אייביגער פלעק פון שנאה המקלקלת אויף לויפער'ן און אויף מארגנשטערן, וועלכע זענען אצינד געבליבן ללעג ולקלס לעין כל אויף א געוואלדיגן זיסן פארנעם.) * אצינד וועל איך צוקומען צו מיין יעצטיגע נקודה. ווער עס בליקט אריין אינעם גן ילדים די אידישע געדאנק פארום, האט געזעהן די לעצטע פאר טעג ווי זיי זענען פארנומען מיט א מסיבה לטובת אתרא קדישא, צו וועלכע דער לעיקוואד'ער ראש ישיבה הרב קוטלער האט אליינס געשריבן א בריוו צו לאדענען דעם עולם. די שמחה איז געווען א דאפלטע. ערשטנס, אז די לעיקוואדער איינוואוינער איאיינעם מיט זייערע מנהיגים ווייסן נאכנישט פון די השחתה וואס ווערט אלס אפגעטוהן אונטערן נאמען אתרא קדישא, און זיי גייען שטיצן די הייליגע קאסע מיט גרויס אימפעט. צווייטנס, ר' מלכיאל גייט ארויסווייזן זיין גרויס ידידות צום גרויסן תלמוד חכם, ולא עוד, נאר ער האט פאררופן א מסיבה אינאיינעם מיט אים, האנט ביי האנט! ממש א צוזאמענארבייט פון צוויי גדולי תורה. לאמיר יעצט נישט צוריק-קוקן וואס די רעאקציע פון די זאלונים איז געווען צו די הערצה פון ר' מלכיאל צו רבינו שליט"א, וואו דער ר"י האט געזעהן אין אים א גדלות בתורה - אויסער זיין גדלות אין חסידות - וואס דאס איז ביי אים א ערנסטן ארטיקל, און ער האט אים גערופן זאגן א דרשה, און איז שטענדיג דורש בשלומו, וואס דערויף האבן זיי געהאט א טוץ מיט הסברים פארוואס דאס איז ביי זיי באמת מאוס און זיי ברויכן דאס נישט. נו נו, צו אלעם קומט א צייט, קוקט נאר ווי זיי ברויכן דאס. אבער לעצם הענין, איז אזוי, ווער האט פארופן די מסיבה? די מסיבה האט פארופן אתרא קדישא. וואו קומט אתרא קדישא קיין לעיקוואד? האט דאס שוין אמאל פאסירט? לכאורה נישט. ווי עס שיינט איז דא געווען א בלית ברירה'דיגע באשלוס, אז היות די נאמען פון אתרא קדישא אין די חסידישע גאס איז כהיום מעלה סריחה, און עס איז שוואכע שאנסן צו קענען ארויסקומען מיט עפעס ערנסטע געלטער, וועט מען פרובירן ביים אנדערן קרייז, אולי ירחם. איז אראפגעקומען צו ר' מלכיאל א גאנצע משלחת פון פייווטאונס, ועלכע זענען אויפגעארבעט געווארן דאס צו טאהן לטובת ה'קאמפאני, און אראפגעלייגט א דראמאטישע מצב איבער די קברי אבותינו, און איבער די שווערע פינאנציעלע מצב פון די "איינציגע" מצילי קברים, אתרא קדישא, וואס אויסער זיי איז נעבעך נישטא קיינער וואס וויל זיך אומקוקן אויף די קברים, און מען האט זיך געבעטן אז דער ר"י זאל זיך אונטערשרייבן אלס דער פארופער, אינאיינעם מיט הגז"ל, און ער זאל אויך אויפטרעטן אנצוווארעמען דעם דארטיגן ציבור אז ס'איז וויכטיג צו שטיצן אתרא קדישא, כדי צו ראטעווען די קברים פון אונזערע עלטערן. נו, אז אידן בעטן הילף, פארוואזשע נישט, וואס א חילוק פון וועלכע סאטמארע צד זיי זענען, ער האט דאך מיט אונזער פאליטיק נישט קיין שייכות, העיקר מען גייט העלפן פארקלעמטע אידן. ר' מלכיאל האט אפגעשריבן א בריוו אלס א מכתב הזמנה, און צוגעזאגט א דרשה.
א טאג דערויף איז ארויס א געדרוקטע בריוו, מיט צוגעלייגטע לשונות של שבח והבל אויף הגז"ל, (עס אינטערסירט נישט קיינעם, אבער כך הוה מעשה), און מען האט אנגעהויבן גרויס פאמפע אויף צוויי פראנטן: עס קומט א באזוך פון "סאטמארע רבי" , און עס קומט א "היסטארישע מסיבה" פון די צוויי גדולים פאר די הייליגע אתרא קדישא. די נאכט פאר די מסיבה, איז אנגעקומען קיין לעיקוואד א באס מיט בחורים, וועלכע האבן באקלעפט אלע גאסן ווי א טאג בעפאר וואלן. מעון האט באגאסן די גאסן מיט צעטלעך איבער די צוויי היטארישע געשעענישן, זיכער צו מאכן אז גאנץ לעיקוואד זאל וויסן און געדענקען איבער די געהויבענע ערווארטעטע מאמענטן וואס זיי גייען מיטלעבן. אצינד לאמיר זעהן וואס איז געווארן פון די צוויי ריזיגע געשעענישן, מיט וואס זיי האבן זיך געגרויסט פון אלע זייטן, טעקסט מעסעדשעס, אידשע געדאנק, און אפילו בחדרי חרדים - וואו די בני אר"י זענען נתבשר געווארן איבער די איבערקערענישן אין לעיקוואד מיט די צוויי גרויסע געשעענישן.הגז"ל איז שוין אנגעקומען קיין לעיקוואד גאר פריה, און אנגעהויבן פראווען געהויבענע באזוכן. וואו אלס? אט איז די ליסטע: ביי הנגיד ר' חיים משה סטרולאוויטש, ביי דומ"ץ סאטמאר לעיקוואד, ביי הנגיד ר' אהרן סטיפאנסקי, און נאך אייין נגיד. האט איר אוודאי ערווארטעט אז אלע גדולי העיר וראשי ישיבות זאלן כאטש ערשיינען ביי איינע פון די באזוכן, אדער כאטש די פילע תושבי העיר וועלן זיך צוזאמלויפן צום היסטארישן געשעעניש אז "סאטמארע רבי איז צווישן אונז!", און מען וועט שווער קענען עפענען די וועגן ארויס און אריין..אט זעהט אין דעם לינק בערך וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די ליידיגע באזוכן (ליידיג בגשמיות וברוחניות..), אין שפיץ פון די חשובי ופני העדה הלא המה הקדושים שלמה יעקב געלבמאן און אלימלך שטערן, ולא עוד.(אגב, פאר דעם לעיקוואדער איד איז נישטאמאל בייגעפאלן אז עס קומט פאר "זלמן לייב" א "ר'"?, א פלא).אויך איז אראנדשירט געווארן נאך גרויס מיה, אז ער זאל אנקומען צו עפעס א ישיבה'לע, זעהט אויס צו זיין א 30 בחורים דארט, וואו די תלמידים האבן געשלינגען מיט דורשט די דברי תורה יוצא מפי כהן גדול.שפעטער איז ער אנגעקומען צום ריזיגן "היסטארישן מסיבה" אינאיינעם מיט ר' מלכיאל, וואו איר מיינט אוודאי אז דארט זענען זיך שוין יא צוזאמענגעלאפן אלע תושבי העיר. ווי עס שיינט האבן די תלמידים פון ר' מלכיאל גוט געוויסט ווי שטארק פערסענל ער נעמט די גאנצע זאך... עס האט דארט ליידער געהערשט א ליצנות עד אין לשער.לאמיר צוריקטרעטן א מינוט, אינמיטן טאג, האט ר' מלכיאל ערהאלטן א טעלעפאן קאל פונעם שטוב פון הרב אלישיב, וואו עס איז איבערעגעגעבן געווארן בשמו זיין לעצט-אנטשטאנענע מיינונג אויף אתרא קדישא, און געבעטן ער זאל נישט רעדן לטובתם.דאס איז ווארשיינליך די סיבה פארוואס ר' מלכיאל האט נישט געוואלט רעדן וועגן אתרא קדישא, טראץ די פריערדיגע פלאן אז ער גייט אנווארעמען דעם לעיקוואד'ן עולם.ר' מלכיאל האט גערעדט ממש אפאר ווערטער פאר די קרוב צו צענדליגער פארזאמלטע, אז מען זאל זוכה זיין צו תחיית המתים, און ער האט איבערגעגעבן דאס ווארט פארן ריזיגן גאסט, וועלכע האט נאכגעזאגט א דברי יואל און דערציילט א מעשה, פון וואס די ישיבה'ישע ציבור איז לכאורה ארויס פון התפעלות. דא קענט איר זעהן א קליפ (זעהט ביים סוף ביי די ריזיגע היסטארישע מסיבה, וואו אונזער גאון הגדול צוקעקעצט זיך מיט א גמרא אין בבא מציעא, און די קליפ ענדיגט זיך...)http://www.lakewood246.com/news/28305/video-the-satmar-rebbe-harav-zalman-leib-visiting-lakewood-for-asra-kadisha.html
*פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט פארשטיין פארוואס עס איז היינט אזוי טויט שטיל איבער די נעכטיגע היסטארישער טאג, אין די צייט וואס די לעצטע טעג איז דאס געווען די אקסעדשין צום אטעמען.
איך האב מיר צוגעקוקט מיט הנאה, ווי עס איז ניטאמאל פאר איינעם פון אונז בייגעפאלן אז מען ברויך קאמענטירן דערויף, קיינעם איז נישט בייגעפאלן אז די זאלונים גייען דא עפעס דערגרייכן אדער מיר דערלייגן, אבער, זיי אליינס יא געהאט עפעס אזא דמיון, זיי האבן יא געמיינט אז דא ליגט עפעס לופט אין דעם באלון.
היות אבער מיר האבן דערין קיין לופט נישט געזעהן, דעריבער האט גארנישט עקספלאדירט ווען עס האט זיך אויסגעלאזט מיט א באזוך ביי איבער דריי נגידים, און א מסיבה פאר איבער 15 אידן, און א דרשה פון ר' מלכיאל פון איבער דריי מינוט.
 |
|
|