בית פורומים אידישע געדאנק

והוקע אותו נגד השמש: הבחור השלעגער וואלף בן אברהם משה לאנדא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/3/2011 20:50 לינק ישיר 

רשכבהג, אפשר צייגסטו מיר אן וואו אין די תורה שטייט אז אויב איינער טוט אן עבירה מעג א צווייטער אדעתא דהכי טוהן א צווייטע עבירה?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 21:08 לינק ישיר 

איך וועל דיר מסביר זיין וואס ער זאגט. ער זאגט נישט אז אויב טוסטו א עבירה קען איך לכבוד דעם טון א צווייטע עבירה. וואס ער זאגט איז, אז אויב בוסטו גורס די תורה הקדושה דעמאלטס זאלסטו דאס גורס זיין פונקט אזוי ווען עס שטייט אין די תורה אז מ'טאר נישט שלאגן א צווייטן איד, ווידעראום אויב האלטסטו נישט ביים גורס זיין די תורה ביי דעם פאל, זאלסטו נישט קומען צו מיר שפעטער מיט די תורה אלס שטעקן אז איך טאר נישט גיין מסר'ן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 21:36 לינק ישיר 

עס איז א נחת צו זעהן די ארונים שפרינגען אז ענדליך האט מען שוין גענומען די נויטיגע שריט קעגן די רוצחים, אונטערסאנט ווי איינער שרייבט דארט אז די רוצח לאנדא האט ניטאמאל געוואוסט אז מען זיכט אים. דאן פארוואס איז ער אנטלאפן פאריגע וואך פון ישיבה נאך וואס פאליציי איז דארט אנגעקומען? אויף אים איז געזאגט געווארן דאס ווארט אויפן גנב ברענט דאס היטל.
 
אין פאר די וואס וויינען אויף די שרעקליכע איסור פון מסירה און פארלאנגן איינצוזעצן א צווייטע איד, ווי זענט עטץ געווען ווען דער בלאט האט מיט עטליכע יאר צוריק געשריבן מיט פרייד אז די ראדני שלעגערס זענען ארעסטירט געווארן און עס ערווארט זיי עטליכע יאר טורמע?
 
ווי זענט עטץ געווען ווען דער מסור גערי שלעזינגער האט אריינגעשליידערט זיין פעטער און טורמע?
 
ווי זענט עטץ געווען ווען דער אידישע קאפוי וויטריאל האט ארעסטירט אידן?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 22:27 לינק ישיר 

לויט ווי מען הערט, איז די גאנצע וויאזוי מען איז אויפגעקומען אויף דעם שלעגער'ס נאמען, בלויז מיט סייעתא דשמיא (אדער פונעם סט"א וויאזוי מען וויל) און א ריכטיגער ביישפיל פון "על דאטפת אטפוך" און "ווער עס וואוינט אין א גלאזערנעם בנין, זאל קיין שטיינער נישט ווארפן".

וגופא דעובדא הכי הוה: דער בחור איז געקומען אין פאליציי "מסר'ן" איינעם. (מסתמא פארבינדן מיט די פאליטיק). און כנהוג האט מען אים פאטאגראפירט, און ווען מען האט געוויזן דעם בילד פארן אנגעקלאגטן צי זייינע מיטהעלפער, האבן זיי דערקענט אז ער איז גאר געווען דער שלעגער ביי די קעיס. און אדאנק דעם האבן זיי באוויזן אים צו אידענטיפיצירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 22:44 לינק ישיר 

ווי אלט ביסטו ר' דייקן ? פאר איך ענפער דיר וואלט איך געוואלט וויסען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 22:51 לינק ישיר 

סענעטאר שכוח פארן מיך מסביר זיין,
האסט עס ארויס געברענגט מיט נאך א וועג,
די תורה איז נישט קיין שטעקן,
אויב ניצטו די תורה ווי א איד דארף איך דיר ענטפערן ווי א איד,
די ניצט עס אבער נאר פאר א שטעקן (עם עיקש), פיק איך א צווייטע פארט פון די תורה פאר מיין שטעקן (תתפתל)

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2011 00:08 לינק ישיר 

שיינע פשעטלעך! אבער קיין געהעריגן אנטווארט פון וואו דער יונגערמאן האט אן היתר פאר מסירה,
ליידער וואו מ'האלט היינט!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2011 00:20 לינק ישיר 

שיינע פשעטלעך! אבער קיין איין געהעריגן אנטווארט פון וואו דער בחור האט אן היתר צו שלאגן א איד,
 
ליידער וואו מ'האלט היינט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2011 00:58 לינק ישיר 

דער אשכול הייבט זיך אן מיט 2 מעשיות 1) אז איינער א בחור א מציון האט געשלאגן א צווייטען איד, געהויבן הענט ר"ל, עס ווערט דארט אויך ציגעלייגט אז דער בחור האלט שוין נישט ביים ערשטן מאהל ער האט שוין זיין אגרוף רשע געהויבן און די פארגאנגנהייט אויך, 2) אז מען האט דעם בחור אומשעדליך געמאכט דורך די פאליציי,

וועלעכע פון די צוויי מעשיות איז שרעקעדיגער,
ביי די וואס שטייען נאך אויס צי כאפן פעטש פון עם, אטמען אפ אז דער שלעגער דרייט זיך נישט פראנק און פריי,
ער צאלט א פרייז, און עס קען זיין, אז ווען מען וועט הייסן נאכאמאהל ארויס גיין, מיטן פאל און בויגן, וועט ער נעמען א קאלקעלעטער און אויסרעכענען צי עס לוינט עם,

און די אנדערע וואס ווילן אז מען זאהל טיילן פעטש, און זיי שטויסן זיך אן, אז די כאפערס לאזן זיך נישט,
די זיכען אלע וועגן אז די וואס כאפן זאלן זיך נישט קענען שיצן,
זיי זענען אויפגעקומען מיט א וואזשנע פלאן, מע גייט שרייען היתכן מסירה,
וואס הייסט ווען איינער רייסט דיך אן די ביינער, דארף מען ריפן צי דין תורה,
וואס וועט געשעהן, זיי וועלען נישט קענען איבער קומען די מסירה קאמפיין וועלען זיי דאך אלעס אפשטעלן, דאן וועט מען קענען ווייטער שלאגן,

אלזא יעצט פרעג איך שוין צום וויפיל'טן מאהל, איז געווען א היתר צי הייבן הענט אויף א צווייטען איד,

דאס זענען די תריצים וואס איך האב באקומען,

1 ווער איז דער וואס מסר'ט דעם בחור?

2 דערווייל בלייב מיר ביי דעם אז דער יונגערמאן האט פאר'מסר'ט דעם בחור אן קיין שום היתר, אויב איינער ווייסט אנדערש זאל ער ביטע מעלדן.

3 צו ווייסט איינער דעם גאנצן נאמען פון דעם יונגערמאן?

4 רשכבהג, אפשר צייגסטו מיר אן וואו אין די תורה שטייט אז אויב איינער טוט אן עבירה מעג א צווייטער אדעתא דהכי טוהן א צווייטע עבירה? (די ביסט זייער וועלקאם צי ענטפערן)

5 שיינע פשעטלעך! אבער קיין געהעריגן אנטווארט פון וואו דער יונגערמאן האט אן היתר פאר מסירה,
ליידער וואו מ'האלט היינט!  


יעצט פרעג איך נאכאמאהל רשע למה תכה רעיך געב אהער דעם היתר,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2011 02:38 לינק ישיר 

די שטעלסט זיך אראפ אלס א תורה-טרייער איד, און מיט א טענה אז דער בחור האט געשלאגן דעם יונגערמאן טוסטו דעם יונגערמאן בארעכטיגן בערכאות של עכו"ם, איצט לאמיר זעהן וואס אונזער תורה הק' לערנט אונז:

ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, לייגט רש"י צו "לפניהם ולא לפני עכו"ם",
רעכנט אונז די תורה אויס עטליכע דוגמאות פון פעלער וועלכע קענען פאסירן צווישן אונז אידן, און איינס פון די איז "וכי ירובון אנשים", והכה איש את רעהו באבן או באגרוף וכו'. יא, די תורה הק' האט אויך אויסגערעכנט אז ס'קען פאסירן אז מענטשן זאלן זיך קריגן, און די תורה באווארנט דיר, אפילו דעמאלטס זאלסטו ח"ו נישט גיין צום גוי, נאר זאלסט זיך שטעלן צו דין תורה!

ס'איז נישט דא קיין שום תירוץ בעולם אויב יענער האט געשלאגן אדער געטוהן אן אומרעכט אז די זאלסט גיין צום גוי איידער די שטעלסט זיך צו דין תורה. בלייב איך מיט מיין פראגע, ווער האט געגעבן דעם יונגערמאן אן היתר צו אנקלאגן דעם בחור?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2011 04:21 לינק ישיר 

איך וועל דיר ענטפערן די מינוט וואס דו באשליסט וואס די תורה דינט דיר. צי די תורה דינט דיר ווי א שטעקן צו פרעגן תמימות'דיגע פראגן אויפן צד שכנגד, צי די תורה עפעקטירט דיר אויך ווען דיינס א מענטש באגייט אן אומרעכט. דערווייל קוקט דאס מיר אויס ווי תורה איז דיין שטעקן, ווען דו ווילסט שלאגן איז נישטא קיין תורה, אבער ווען יענער גייט דיר איבערגעבן צו די פאליציי אז דו האסט פאקטיש געשלאגן, נעמסטו פלוצים ארויס די תורה פון שופלאד, וואו דו האסט איר נארוואס איבערגעלאזט, און נעמסט דיך שמייסן דערמיט דעם אינגערמאן וואס האט איבערגעגעבן צו די פאליציי.
 
מאך קודם אפ וואס דיין קשר מיט די תורה איז, דאן וועל איך דיר זאגן פון וועם דער אינגערמאן האט א היתר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2011 06:18 לינק ישיר 

א שיינע תירוץ סענאטאר. לשיטתך אויב איינער גייט איינמאל טוהן אן עבירה למשל רעדן לשון הרע. גייט זיין קעגנער האבן א פרייע בילעט צו טוהן וואס ער וויל. ביז יענער פאטשט זיך אין פנים 10 מאל פארן רעדן לה"ר... לענינינו. זאג מיר ווען דו האסט אמאל מודה געווען אז דיינס א מענטש האט געטון שלעכט? איך געדענק נישט אזאנס. אויב אזוי ווען דו זעהסט דיין חבר זיצן אין פרעסן אין א טריפה'נע רעסטוראנט טארסטו אים גארנישט זאגן. בין איך גערעכט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2011 07:43 לינק ישיר 

שלום עליכם פריינדליך
 
די טייטש אויס שלעכט זיינע ווערטער.
 
ווען איינער טוט א עבירה ווי לשון הרע וכדומה דאן האט ער טאקע געטון שלעכטס אבער ווען עס קומט צו בליט פארגיסונג איינמאל צוויי מאל אן קיין אפשטעל דאן לייגט ער שוין אריין אנדערע מענטשן אין א סכנה, אין עס איז שוין א ענין פון פיקוח נפש.
 
קיינער האט נאכנישט געמסר'ט א צווייטען פאר אומלעגאלע אקטיוויטעטן, נאר די ארונים אליין זענען די וואס האבן.
 
דאסמאל האט ער זיך אליינס אריינגעלייגט אין פעקל מיטן גיין צום ערשט צו די פאליציי מיט א פאלשע בלבול אין קום נישט יעצט וויינען היתכן מען לאזט ענק מער נישט פארגיסן יודיש בליט.! די צייטן האבן זיך שוין ב"ה געענדיגט! אז לאנדסמאן איז נישט קיין בית דין וועט די פאליציי זיין די בית דין - יעדער געדענקט ווען ר' יוסל וואלדמאן האט גערופן רא"ט צום בית דין האט ער זיך אויסגעלאכט מיט פארשידענע תירוצים.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2011 07:53 לינק ישיר 

פריינדליך, סא לעטס געט טו די פוינט. דו בוסט מודה אז דו האסט א פראבלעם מודה צו זיין אז דיינס א מענטש איז באגאנגען א אומרעכט? אויב אזוי נעם קודם קעיר פון דיין מענטש וואס האט געשלאגן, און איך וועל קעיר נעמען פון מיין מענטש וואס האט איבערגעגעבן דיין מענטש פאר די פאליציי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/3/2011 15:06 לינק ישיר 

וואס פארשטייסטו נישט? איך האב געוואלט ארויסברענגען אז קיינער גייט נישט מוחה זיין ווען זיינס א מענטש טוט עפעס. נאר ווען א צווייטער (לאו דוקא זיין קעגנער) טוט עפעס שלעכטס. קומסטו מיר עס איבערזאגן נאכאמאל... און בעיקר לאמיר דיר פרעגן. אין די תורה שטייט אז ווען איינער שלאגט זיין חבר און שעדיגט אים. איז דא א סכום וויפיל ער דארף באצאלן. נזק. צער. וכו' אין ערגעץ שטייט נישט אז ווען איינער שלאגט יענעם דארף ער זיצן 2 יאר אין תפיסה. דאס איז די אמעריקאנע גויאישע קאפ. יעצט חוץ דעם וואס סתם מסר'ן איז פון די ערגסטע עבירות (יעצט קום מיר נישט מיט דעם און יענעם. מיר רעדן פון דעם יעצטיגן קעיס) איז אריינזעצן יענעם אין תפיסה. אוועק פון די משפחה. צווישן די ערגסטע פארברעכער (לאמיר האפן אז די מסירה וועט נישט געלונגען. אבער אויב ח"ו יא) און ער איז דאך א בחור וואס דארף א שידוך. נאך אסאך ערגער. יעצט קום נישט זאגן אז ער דארף נישט ווערן קיין חתן ווייל ער האט געשלאגן. וווייל דאס איז א חלה דעקלישע טענה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > והוקע אותו נגד השמש: הבחור השלעגער וואלף בן אברהם משה לאנדא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.