נישט דעם יונגערמאן האט ער געוואלט מסר'ן, נאר א צווייטן. (י. וו. אויב דו ווילסט דוקא וויסן). פארוואס? דו וואוינסט זיכער נישט אין מאנרא. פאר די זעלבע סיבה וואס פריינד האט געמסרט יואלי ליבערמאן אז ער האט אים געוואלט הארגענען! יא ממש אזוי. מסתמא האט דער וו. אויך אראנדזשירט עפעס א רציחה קעגן לאנדא...
נשלח ב-4/3/2011 18:21
איך וואוין נישט אין ק"י, און איך ווייס די מעשה נאר וויאזוי דאס איז דא אראפגעשריבן, און דער פותח האשכול האט נישט געזעהן פאר וויכטיג צו דערציילן אז דער בחור האט אויך עקסטער געקלאגט א צווייטן יונגערמאן.
שטעלט זיך דא ארויס די מעשה אזוי,
דער בחור האט געשלאגן אן אנאנימער אינגערמאן, איך ווייס נישט דעם נאמען.
אדער יענער יונגערמאן איז שגץ עני וועי, אויסגעשלאסן וועלעכע היתר ער האט, אין טאמער ער האט א היתר, ווערט יענער מורה הוראה אפגעפרעגט? אין דו האסט פשוט געשאסן די פראגע כדי צו שיסן א תגובה קעגן די זאליס?
וועלכע פון די צוויי איז אמת?
נשלח ב-4/3/2011 18:49
איך האב דא צוויי ציהלן, און איך האב זיך אפגעשטעלט אויף די מעשה, נישט ווייל איך מיין די מעשה פערזענליך, נאר ווייל דא וועט איר קענען פארשטיין מיין טענה.
דער מספר המעשה דערציילט מיט פרייד אז מ'האט ארעסטירט א בחור, ארעסטירן א איד איז פשוט און פראסט "מסירה". יא איך וואלט שטארק געוואלט וויסן אויב דער יונגערמאן האט אן היתר באקומען אויף דעם מסירה, און אזוי אויך מיט וועלכע סיבה ער זאל האבן געמעגט באקומען דעם היתר.
מיין צווייטע טענה וואס איך האב נאכנישט דא ארויסגעברענגט, וויבאלד קיינער האט נאכנישט פעסטגעשטעלט אז דער בחור איז טאקע א מסור. לשיטתכם אויב דער בחור איז טאקע א מסור, צו איז דאס דען ווייניגער הארב ווי מיט א יאר צוריק ווען צד מהרי"י / בני יואל האבן געזעהן פאר וויכטיג אויסצושרייען און פארשעמען עטליכע אידן בעל פה ובכתב אז זיי זענען מוסרים, ווען גייט אן הלכות מחאה און ווען נישט?
_________________
נשלח ב-4/3/2011 18:56
איך פארשטיי אז דו ביסט נישט אינטערעסירט אין תיריצים, דו ווילסט נאר פרעגן די קשיא, אין טאמער האב איך א תיריץ וועסטו תיכף האבן נאך א צווייטע קשיא, אין דריטע, וחוזר חלילה, יאך בין נישט אין די מאד יעצט.
טאמער וואלט געוועהן איין שאלה יא היתר נישט היתר, וואלט איך געענפערט, אזוי ווי דו האסט אונז שוין אנטפלעקט דייינע צילן בין איך פארטיג פאר יעצט, גוט שבת
נשלח ב-4/3/2011 20:47
דייקי איך זעה אז די ביזט צומישט און ביזט דעספערעט יורד צוזיין לעומקא של הענין המעשה,
די מעשה האט פארסירט און קרית יואל אין א קאלטן פראסיטיגן טבת נאכט, האבן זיך די ציוטשעטע מצויינים פון די מאסרי על קברו אנטשטאלט ארויסגעלאזט אויף די יארכע אנצודרייען כאאס אין שטעטל, באוואפענט מיט זאפאסן פון חתונה פיקטשער קארדס, פריש דעליווערט פון אינוועטישאן דיפאט, דורך העסקן הנואף י שווארץ, האבן זיי זיך קאנצענטריט אונטער ביהמ"ד ויאל משה אויף פארעסט ראוד,
זענען דארט געשטאנען א גרופע יונגעלייט און האבן געזעהן די מעשי תעתועים פון די אויסגערופענע מצויינים האבן זיי פארשריגן די יונגען און פארטריבן פון ביהמ"ד הויף, פארשטייט זיך אז דער טיפיקעל ארוינישע ענטפער איז פעטש, האבן זיך די גאסן יונגען גענומען צו אינזעדיקעווען אויף די יונגעלייט ס'האט זיך געטוהן א געשטויסעכטס און א געפעטשעריי ביז בלוט,
אינדערזייט איז געשטאנען א יונגערמאנטשיקל מיט א פאטא אפעראט אין אלעס רעקאדירט, ווען די כעווערע האבן איהם באמערקט האבן זיך די גאנצע חברה גרופירט אויף איהם און גוט גוט צוהאקט אין צובאלט ביז זיי האבן איהם ארויסדערווישט דעם קעמערע און עוקר געווען פון דעם פלאץ
גלייך פון דארט זענען די חברה געלאפן צום הויז פון האברך יואל וו. און געמאכט א פראטעסט, כאטש קיינער ווייסט נאך נישט עד היום הזה פארוואס און פארווען, ביז די פאליציי האט זיי צוריק געשיקט אין שטייג.
עד כאן המעשה
אפאר טאג שפעטער באקומט ר' יואל וו. אן אנקלאגע אז ער האט געשלאגן דעם שלעגער וואלף לאנדא, פארשטייט זיך אז דער אומשילדיגער וואלף האט באקומען א היתר פון מיסטער דייקן צו מסר'ן, דער יונגערמאן האט באקומען בעיל און עס דראעט איהם א משפט וואו האפענטליך וועט דער באוויסטער מצויין לאנדא וועט שטיין אויפן וויטנעס שטענדער און פארציילען זיין זייט פון די סטארי לויט ווי סווארדי מאסרי וועט איהם אריין לייגען אין פיסק.
אפאר חדשים שפעטער באקומט אונזער מסור'על המצויין לאנדא א אינדייטמענט אויף די זעלבע קלאגעס וואס ער האט געקלאגט, און מ'גיימער זיכען דעם היתר אויף מסר'ן א מסור, עיין בספרי מאסרי
ענדשוי
נשלח ב-4/3/2011 20:48
דייקן כתב:
איך האב דא צוויי ציהלן, און איך האב זיך אפגעשטעלט אויף די מעשה, נישט ווייל איך מיין די מעשה פערזענליך, נאר ווייל דא וועט איר קענען פארשטיין מיין טענה.
דער מספר המעשה דערציילט מיט פרייד אז מ'האט ארעסטירט א בחור, ארעסטירן א איד איז פשוט און פראסט "מסירה". יא איך וואלט שטארק געוואלט וויסן אויב דער יונגערמאן האט אן היתר באקומען אויף דעם מסירה, און אזוי אויך מיט וועלכע סיבה ער זאל האבן געמעגט באקומען דעם היתר.
מיין צווייטע טענה וואס איך האב נאכנישט דא ארויסגעברענגט, וויבאלד קיינער האט נאכנישט פעסטגעשטעלט אז דער בחור איז טאקע א מסור. לשיטתכם אויב דער בחור איז טאקע א מסור, צו איז דאס דען ווייניגער הארב ווי מיט א יאר צוריק ווען צד מהרי"י / בני יואל האבן געזעהן פאר וויכטיג אויסצושרייען און פארשעמען עטליכע אידן בעל פה ובכתב אז זיי זענען מוסרים, ווען גייט אן הלכות מחאה און ווען נישט?
_________________
קיינער האט נאכנישט פעסטגעשטעלט אז מען האט גע'מסר'ט וואלף לאנדא
תוקן על ידי zibala ב- 04/03/2011 20:49:34
נשלח ב-4/3/2011 22:29
איך פארשטיי ענק באמת נישט 70 תגובות אין קיינער קען נישט קיין הלכה איינער וואס איז רגיל להכות הבריות איז א בפירושער ש"ך איז א מצוה אים איינזעצן אפילו אויב ער איז נישט רגיל נאר ער האט דיך געשלאגען מעגסטו רופען פאליציי אזוי שטייט אין רמ"א
נשלח ב-4/3/2011 22:32
זיבעלע. דאס אז מען האט אים געמסר'ט האבן די זאליס געשריבן. נישט די ארונים....
נשלח ב-6/3/2011 22:43
פריינדליך כתב:
זיבעלע. דאס אז מען האט אים געמסר'ט האבן די זאליס געשריבן. נישט די ארונים....
מהאט עס פעסטגעשטעלט???
_________________
נשלח ב-9/3/2011 17:12
ברעקינג אפדעיט: דער ריכטער האט יעצט ארויסגעווארפן די קלאגע וואס הבחור החשוב האט אריינגעגעבן אויף ר י.וו. נ"י
נשלח ב-9/3/2011 21:03
וואס איך האב ארויס איז אז מקען ווייטער אנגיין מיט די פעדראלע קלאגע קעגן יוסל וואלדמאן דער מסור דמתה ווייל ער האט געסטראשעט 3 אידן פון קרית יואל אויב זיי עפענען אין די זעלבע ליין ווי ער גייט ער זיי טרעפען אין תפיסה למעשה האבן די דיינים אפגעהאלטן די קעיס וואס איז שוין 6 חדישים אויף האלד ווייל זיי האבן נאכנישט מברר געווען צו מען מעג
אבער אונזערע הייד פארק דיינים האבן געפאסקענט אז א מסור מעג מען זיכער איינזעצען און אזוי ווי איך בין נאנט פארבינדען מיט איינע פון די קלעגער און איך בין געווען דערביי ביי די ערשטע פעדערל ריפארט וועל איך פרובירן פארצולייגן פאר די קלעגערס די היתר
ישר כוח יוסף מאיר דו האסט באוויזן וואס גרויסע ריזן האבן נישט