דער אלטער דזשיגאן איז שוין געשטארבן מיט א שיינע פאר יאר צוריק. אבער ויקם דזשיגאן חדש, אונזער דור האט אויכעט זוכה געווען צו א דזשיגאן, ער הייסט ר' אהרן טייטלבוים פון קרית יואל. דער ר' אהרן האט אויך דעם פאך פון נעמען א גאנצן ציבור און זיי מאכן לאכן אפילו אין די ערענסטע און אנגעצויגענסטע זמנים אדער וויינען אין פרייליכע צייטן.
מיר ברענגן אייך דא אן היסטארישן קליפ פון דעם דזשיגאן קאמידיער - ר' אהרן טייטלבוים שפיל, וואס איז געשפילט געווארן אום חודש ניסן תשס"ו, פארענט פון טויזענטער אידן אין א מקום קדוש. דער נאמען פון די סצענע איז: א הספד ביי א לוי' שפיל. קוקטס און האטס הנאה.
לדעתי האט דער יעניגער געשריגן הצלה מיינענדיג נישט קיין צווייטן ווי דעם ר' אהרן דזשיגאן זעלבסט, נאך וואס ער האט געמאכט אזאנע קולות האט דער יעניגער פארשטאנען אז מ'דארף דעם ר' אהרן אריינפירן אין בעלוויו שפיטאל אין די גייסטיש קראנקע דעוויזיע...
נשלח ב-3/3/2011 22:30
* width="640" height="510"><*
_________________
נשלח ב-3/3/2011 23:03
דעס איז זיסער ווי ציקער! איך הייב אן באדויערן דעם פאקט אז מען האט דעם דזשיגאן געקאפעט פון ראדני, מען וואלט זיך געקענט אסאך אסאך אונטערהאלטן מיט אים. איך האלט מען זאל אים אריינברענגען ביים שושן פורים טיש אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג דער עולם וועט זיכער הנאה האבן...
_________________
תוקן על ידי ספרינטער ב- 03/03/2011 23:10:53
נשלח ב-3/3/2011 23:16
וואס רעדט עטץ? איר זעט נישט ווי אויפ'ן גאנצן וועג צו דער עמוד שטייט דער ר' אהרן מיט פארוויינטע אויגן און מיט א טרערן-נאסע פנים, און קוים וואס ביים מייק האט ער ערשט נאך לאנגע מינוט דאס געקענט אפהאלטן ביז'ן זיך נעמען רעדן!?
די ברעטשערייען האבן זיך עפעס אנגעהויבן צום טאקט פון א פארגעשריבענעם שפיל?
די היסטארישע המשך פון די לויה (נישט אין בית החיים)
נשלח ב-4/3/2011 03:32
תוקן על ידי ביידען ב- 04/03/2011 03:34:27
נשלח ב-4/3/2011 03:36
אזוי מיואש זענט עטס שוין אז עטס מוזט אפירקראצן אזעלכע אור אלטע אויסגעדראשענע לגיונות?
נשלח ב-4/3/2011 03:42
פריינדליך כתב:
אזוי מיואש זענט עטס שוין אז עטס מוזט אפירקראצן אזעלכע אור אלטע אויסגעדראשענע לגיונות?
וואס פונקטליך איז ליגענט דא, אז דזשיגאן עם הארץ האט געשפילט א שפיל ביי זיין טאטן'ס לוי'? אז ער האט נישט אויפגעהערט וויינען ווען איינער האט געשריגן הצלה?
נשלח ב-4/3/2011 03:48
פריינדליך כתב:
אזוי מיואש זענט עטס שוין אז עטס מוזט אפירקראצן אזעלכע אור אלטע אויסגעדראשענע לגיונות?
זייער פשוט מען האט עס יעצט ארויפגעלאוד
_________________
נשלח ב-4/3/2011 03:51
אויששש כתב:
וועל איך אייך דערציילן די "היסטארישקייט" וואס שטעקט אונטער דעם בילד.
עס איז געווען אפגעמאכט בעפאר די לוי' אז קיינער חוץ דעם ברך משה'ס קינדער און די דיינים פון וויליאמסבורג און מאנרא, גייען נישט מספיד זיין. למעשה האט משה גבאי באשלאסן יא צו מכבד זיין הגה"צ מאנטריאלער דיין שליט"א מיט א הספד, אויף דעם האט דער דזשיגאן עם הארץ באשלאסן אז ער גייט אויפשטעלן זיין מענדעלע מספיד זיין. למעשה ווען מ'האט אויסגערופן זיין מענדעלע צו רעדן אין זיין בית המדרש אין זיין שטאט, האט משה גבאי געוויזן אז מ'זאל גיין מיטן ארון, און מענדעלע איז געבליבן מיטן הספד אין בויך, טראץ דעם וואס עס איז געווען אין דזשיגאנס טערעטאריע. אויף דעם ארויף האט אויסגעבראכן דאס כעס פון די אהרונים, און אויסגערופן מיט פאטאס "הארגעט'ס משה גבאי". וואס דער סוף פון די מעשה איז געווען דארפן מיר אייך נישט צו פארציילן. משה גבאי לעבט און לאכט ב"ה, און מענדעלע האט קיין הספד נישט געזאגט. אט דאס איז היסטאריע, אז משה גבאי האט אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט ביי אהרן אין שוהל.
נשלח ב-4/3/2011 03:58
האסט אויסגעלאזט ווי דער שטריק האט זיך גענימען מאכן באנומענע קולות: דא ביי מיר בין איך בעל הבית נישט משה!!!
נשלח ב-4/3/2011 04:45
היידאו דזשיגאן יו אר די בעסט!
נשלח ב-4/3/2011 04:58
ווי האט יענער געפרעגט און וואס זאגט די מאמע?, איך פרעג ווי אזוי האט דזשיגאן געשפילט מיט די מאמע, איך מיין ביי זיין מאמע'ס לוי'?