נאך עטליכע מאל וואס די בי"ד העדה החרדית האט געלאזט רופן די די עשקני"ם פון אתרא קדישא, צו הערן זייער תשובה אויף די שרעקליכע אויפדעקונגען בנוגע די חילול קברים אין רחוב שמעון בן שטח אין יפו, און אתרא קדישא האט אויסגעשפילט דעם בי"ד און נישט געקומען צום בי"ד, האט בי"ד באשטימט אויף היינט אינדערפרי א זיצונג, וואו זיי האבן אריבערגערופן די ועד למניעת חילול קברי ישראל, (דער ועד וואס כשמו כן הוא), זיי זאלן קומען זאגן וואס זיי ווייסן אין דעם ענין.
די בי"ד האט אויך דאסמאל גערופן דעם צווייטן זייט אויך, אתרא קדישא. (אולי ירחם)
די ועד, וועלכע באשטייט מערסטנס טייל פון געוועזענע איינגעשטעלטע אין אתרא קדישא פון פאר 10-20 יאר צוריק, וועלכע זוכן נישט צו זיין אין קריג מיט אתרא קדישא, א זאך וואס קען קאסטן דאס לעבן - אדער לפחות די מנוחה פון די משפחה - האבן זיי געשטעלט א נציג דעם באקאנטן עסקן נמרץ הרב אהרעלע יאקטער, דער איינציגער וואס שרעקט זיך נישט פון די טעראר פון אתרא קדישא, און אים געבעטן אז ער זאל גיין צום מושב בי"ד, פארלייגן די באווייזן.
דער עסקן האט מתחילה נישט אנגענומען די שליחות, טענהנדיג אז יעדעס מאל ע פרובירט צו קומען אין בי"ד ווארפן זיך ארויף אויף אים איינער פון די גבאים פונעם גאב"ד, שרייענדיג אז ער איז א שייגעץ, און ער לאזט אים נישט קומען צום ווארט.
נעכטן נאכמיטאג האט ער באקומען א טעלעפאן קאל פונעם גאב"ד, און דער גאב"ד האט אים געבעטן ער זאל קומען, ווייל קיינער אויסער אים איז נישט גרייט דאס צו טוהן, און ער זאל זיך נישט זארגן, קיינער וועט אים נישט פארשרייען.
דער גאב"ד האט אים געזאגט "איך זאג אז דו ביסט א וואוילער עסקן, און איך וויל דו זאלסט זיין אין בי"ד". (בעצם איז דאס א פלא פאר ווער עס קען זיין שטוב, אבער.. צייטן טוישן זיך).
ער האט דאס אנגענומען, און היינט איז ער געקומען צום זיצונג, און פון די צווייטע זייט, אתרא קדישא, איז... (פירט אליינס אויס) נישט געקומען.
ביים זיצונג זענען - ווי געווענליך - געווען אנוועזנד 3 חברי הבד"ץ, דער ראב"ד, הרב פרנקל, און הרב יוראוויטש.
דער עסקן הרב אהרעלע האט פארגעלייגט אלע פאקטן פון די לעצטע תקופה, באגלייט מיט פאפירן און בילדער, און די חברי הבד"ץ זענען ממש אויפגעשוידערט געווארן. בעיקר האט מען ארומגערעדט וועגן די צוויי לעצטערע פאסירונגען, די חילול קברים אין רח' שמעון בן שטח ע"י שלוחי אתרא קדישא, און די הפגנות פון אתרא קדישא אין יהוד, וואו די ועד להגנת זענען אחראי אויף די קברים.
די חברי הבד"ץ האבן זיך זייער שארף אויסגעדרוקט אויף די הפגנות אין יהוד, וואס האט נישט קיין טראפ שייכות צו כבוד שמים אדער צו חילול קברים, נאר די איינציגע ציהל איז צו האלטן א מאנאפאל אויף די קברים, און אזוי נער'ט מען אריין דעם יהדות החרדית אין מערכות.
אפגערעדט אז די סוגיא פון די חפירות פון אתרא קדישא האט ממש אויפגערודערט דעם זיצונג, און די ביד"ץ האט נאכנישט געקענט באשליסן וועלכע שריט מען וועט דא נעמען. אויף דערווייל וועלן זיי נאכאמאל פרובירן אז אתרא קדישא זאל יא אראפקומען זאגט זייער אנטווארט.
ווי עס ווערט באריכטעט, האט דער ראב"ד קלארגעשטעלט, אז דער בד"ץ שרעקט זיך נישט פון קיינעם, און די טעראר פון אתרא קדישא וועט דא נישט ארבעטן.
*
אין אנדערע נייעס, האט די "המבשר" פון מאיר פרוש, די וועלכע זענען נאך געווען די איינציגסטע וואס האבן נישט געוואלט אננעמען און מפרסם זיין דעם צד פון די נייע ועד, צוליב וואס מאיר פרוש איז א נאנטער ידיד מיט הגר"ד שמידל, און ער האט כסדר בלויז אנגענומען די פלאקאטן און גירסאות וואס אתרא קדישא האט אריינגעשטעלט, איז ער נעכטן געווען דער לעצטער פון אלע צייטונגען אויסצוזאגן פארן עולם דעם אמת, נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז אויב וועט ער ווייטער בלויז קאווערן אתרא קדישא וועט ער בלייבן אויסגעשפולט און נאריש.
דאס קומט נאכדעם, וואס די נאמען אתרא קדישא האט זיך שוין גענידערט פון איר פריערדיגן ווערד צו לפחות א פערטל, ווען רוב רבנים און דיינים אין אר"י ווייסן שוין היינט דעם אמת, או זיי ווייזן זיי צוריק דעם פנים.
דער מצב וואו אתרא קדישא שטייט היינט איז א מצב ווי קיינמאל בעפאר. זיי האבן זיך שוין געשלאגן מיט אלע סארט רבנים, מיטן מנחת יצחק, מיטן לב שמחה, מיט ר' משה ארי' ז"ל, מיט ר' י"י פישער ז"ל, מיטן ברך משה ז"ל, און מיט וועם נישט, אבער אלעמאל האבן זיי געהאט די פרסומים אין די הענט, און מיט זייער טעראר האבן זיי אלעס דורכגעשוויצט, מיט שקרים און מיט אלימות, און אפילו ביי די פרעמדע רבנים זענען זיי נאך געבליבן מיט א אפענע טיר, און קיינער האט נישט געטרויעט מחולק צו זיין מיט זיי ווען עס האט זיך גערעדט פון קברים, און אזוי ארום האבן זיי געטוהן כל מה שלבם חפץ.
כהיום יום, נאך וואס עס זענען אויפגעשטאנען אזעלכע עסקנים וועלכע זענען גרייט אויף אלעם, מען האט שוין געטרייט מיט זיי דאס ערגסטע, מען האט שוין מודיע געווען איינמאל פאר די ב"ב פון הרב יאקטער אז איר מאן איז אומגעקומען ל"ע ה"י, (איר ווייסט וואס דאס מיינט - פאר א פרוי?), מען האט שוין פרובירט צו פארשפרייטן פאשקעווילן מיט די מיאוסטע ווערטער מיט כלומרשטע חשדות אויף אים אין אלע גאסן, אלעס אלעס וואס זיי קענען, אבער מיט די ברכה און פאדערונג פון מערערע היימישע גדולי ישראל, שטייט מען ווייטער וואך זיך צו האלטן מיט א שטארקייט, און נישט לאזן חלילה צוריקפאלן די מאנאפאל פון קברי ישראל בידי הטעראריסטן.
ווער עס קען אביסל די מאפע אין די פאליטיק אין אר"י דער ווייסט וואס אתרא קדישא איז געווען ביז לעצטנס, און וואס זיי זענען יעצט, און דער פארשטייט פארוואס זיי האבן דאסמאל געוואלט פרובירן שעפן זייער חיזוק פון אזוי ווייט און פרעמד ווי פון לעיקוואד - א שריט וואס האט זיך געענדיגט מיט נישט ווייניג בושות.
ויהי רצון מען זאל בקרוב זוכה זיין צו תחיית המתים, והאמת יהא נר לרגלינו.