לעצטע ווארענונג! זעראו טאלעראנץ!
אזויווי געוויסע שרייבערס נעמען די תקנות פונעם פארום גאר לייכטזיניג, מיינען מסתמא אז מ'האט עס אראפגעשטעלט פלעין ווייל מ'האט נישט געהאט וואס צו טון מיט די צייט, ספעציעל וואס איז נוגע גילוי שמות און טיטלען אויף רבנים, דעריבער ווארן איך דא צום לעצטן מאל:
א שרייבער וואס וועט עובר זיין אויפ'ן מינדסטן פרואוו פון גילוי שמות, זאל עס זיין סיי ווער קעגן סיי וועמען פון סיי וועלכע ניק אויף סיי וועלכע פארום וכדו', וועט ווערן פולקאם אויסגעשפארט. יהיה מי שיהיה!
דאס מאל מיין איך עס שוין אמת'דיג. ס'וועט נישט העלפן קיין טענות ומענות.
_________________
|
|