| נשלח ב-7/3/2011 19:54 |
|
| |
וואס גייט פאר אין סאטמאר בארא פארק?
עס קורסירן ארום שמועות איבער אנטוויקלונגען ביי די סאטמאר בארא פארק'ער די"ת נאך א זיצונג וואס עס איז פארגעקומען נעכטן, פון ביידע צדדים זענען נעכטן ארומגעגאנגען מעסעדזשעס איינס מער צומישט פונם צווייטן, נאכן פרובירן צוזאמצושטעלן דעם פאזל, קוקט מיר אויס אז ביידע זייטן האבן צוויי אנדערע ווערסיעס, וואס איך וועל פרובירן צו מאכן א סך הכל, לויט וויאזוי איך האלט די 2 ווערסיעס זענען און איך בעט דעם עולם זאל לאזן הערן וויאזוי זיי האלטן, און ווי אויך ווער עס האט עפעס פאקטן זאל לאזן וויסן וועלכע פון די 2 ווערסיעס זענען אמת.
צד הזאלונים:
"בי"ד (נישט די זאליס) האט פארלאנגט אז מען זאל ברענגען חתימות פונם ציבור פון בארא פארק אז זיי געבן סמכות פארן בי"ד צו פסק'ענען," (גענומען פון די זאלי מעסעדזשעס,)
דאס טייטשט אז ר' מענדל שווימער און אהרן וועלץ זענען ווייטער די צדדים, פונקט ווי ר' בנציון און ר' מרדכי דוד זענען אין באבוב, נאר פונקט ווי דארט האט מען געדארפט א שטר סמכות פון דעם ציבור דארף מען דא אויך
צד האהרונים:
"בי"ד האט קלאר געזאגט אז ר' מענדל שווימער איז בכלל נישט קיין צד, נאר די זאליס האבן נאכנישט געוואלט נעמען דעם פארלוסט האבן זיי (די זאליס, נישט בי"ד) געבעטן אז זיי ווילן ברענגען חתימות", (גענומען פון די אהרוני מעסעדזשעס,)
דאס טייטשט אז ר' מענדל שווימער האט פארלוירן נאר די זאליס ווילן אזוי ווי אנהייבן א פרישע די"ת, די ארונים זאגן נישט וואס פארא חתימות די זאליס האבן פארגעשלאגן, אבער אויב איז ר' מענדל שווימער נישט קיין צד מוז זיין אז דאס איז פרישע שטרי בירורין פון פרישע תובעים,
מיין פערזענליכע מיינונג איז, אז אויב עס איז ווי די זאלונים זאגן שטייען זיי אויף זייער א גוטע פאזיציע און עס איז דא אויף וואס די ברכה זאל חל זיין. אויב אבער איז עס אזוי ווידי ארונים זענען די זאלונים גוט אויף צרות, אן עס וועט זיי נעמען יארן צו וויסן בכלל צו זיי האלטן ערגעץ, און איך רעד שוין נישט פון אנקומען ערגעץ
איך בעט דער עולם זאל זיך לאזן הערן אויב איך בין גערעכט אז דאס זענען די צווויי ווערסיעס, און ווער עס ווייסט זאל לאזן הערן וועלכע ווערסיע איז אמת.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2011 20:15 |
|
| |
נאריש צו גלייבן אז בי"ד זאל האבן געזאגט אז ר' מענדל שווימער איז נישט קיין צד עס איז נישט דא קיין סובה אז ער זאל נישט זיין א צד.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2011 20:29 |
|
| |
איך האב דיך נישט געפרעגט וואס דו האלטסט עס איז נאריש אדער נישט,
דו ווייסט וואס בי"ד האט געזאגט ענטפער, אז נישט, זיי שטיל. א סאך זאכן וואס מענטשן האבן געהאלטן אז עס איז נאריש האט בי"ד אנגענומען,
איך פערזענליך האלט ווי דו, אבער איך וויל וויסן פון ווער עס ווייסט,
(יעדער קען שרייבן וואס ער האלט לגבי די נושא, אבער שרייבן וואס מען "האלט" אז יענער האט געזאגט איז אביסל נאריש, מען דארף "וויסן" וואס יענער האט געזאגט)
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2011 20:40 |
|
| |
וואס איז טאקע פשט אז א ס'שלעפט זיך אזוי לאנג די אלע "היי-פרופייל" דין תורות, ווי למשל באבוב וכדומה?
אויף ענגליש רופט זיך דאס
Justice delayed is justice denied
איך בין נישט אזוי באקאנט אין די תהליכי הדין תורות, אבער אויוון אויף קוקט עס אביסל נישט יושר'דיג, למשל אין בארא פארק אויב למשל צד ר' זלמן לייב האבן עפעס א צד בעלות, פארוואס זאל מען זיין די אלע יארן זיי מונע זיין וואס ס'קומט זיך זיי,
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2011 20:44 |
|
| |
די זעלבע קשיא איז שווער אויב ר' זלמן לייב האט נישט קיין שום צד בעלות,
נאר אזוי ווי איך בין אויך נישט באקאנט אין די תהליכי דין תורות רעד איך נישט ווייל קען זיין עס איז בכלל נישט שווער, אבער איך זעה נישט וואס זאל מאכן א חילוק צו אין צד האט א צד בעלות צו נישט, אויב עפעס פארשטיי איך פארקערט, אויב האט ר' זלמן לייב נישט קייין שום צד בעלות דעמאלטס אראפ און פארטיג, אויב אבער האבן זיי יא דעמאלטס דארף מען זעהן וואס ווי און ווען,
תוקן על ידי רוהיג ב- 07/03/2011 20:46:03
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2011 21:47 |
|
| |
וואס זאגט איר צו דעם?

|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2011 21:56 |
|
| |
וואס באדייט דאס?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2011 22:12 |
|
| |
איך האב דאס שוין לאנג געטענה'ט. וואס דארף א די"ת דויערן אזוי לאנג? מען גיבט א דאטום ביז ווען ביידע זייטן ברענגען זייערע טענות. און העכסטנס אויב בי"ד פארלאנגט נאך עפעס (אזויווי דא אינטערשריפטן) דארף עס דויערן נאך א חודש מאקסימום. נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2011 22:19 |
|
| |
דאס איז אן אלטער וועלטליכע פראבלעם, די דיינים טענה'ן אז דער המון עם פארשטייט נישט צו קיין דיני תורות במילא ווייסן זיי נישט פארוואס עס נעמט אזוי לאנג, קען זיין,
אלענפאלס וואלט איך געוואלט בעטן אז מען זאל נישט פארקירעווען דעם שמועס בנוגע דיני תורות אין אלגעמיין, נאר באהאנדלען דעם בארא פארק'ער דין תורה, און ווער עס האט פרטים פון דארטן און בפרט פון נעכטן זאל עס מיטטיילן דא פארן עולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2011 22:44 |
|
| |
אין די גאס האב איך געהערט אזא סטעיטמענט, "ווען די זאליס וואלטן ווען געוואוסט ווי גוט עס גייט זיי גיין נעכטן, וואלטן זיי ווען נישט געטרייט לכתחילה צו גיין דערקעגן"
ווייסט איינער וואס גייט דארט פאר? וואס האבן זיי גטרייט צו גיין דערקעגן און וואס איז בעסער געווארן נעכטן?
אפשר ווייסט איינער מער פרטים איבער די ספעציפישע טענות
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2011 23:46 |
|
| |
אויב איינער וועט ארויפשטעלן א פסק וואס בית דין האט געשריבן קען מען וויסן וואס דער אמת איז, אנדערש וועט מסתם אלעס בלייבן אין א פלוגתא כנהוג אין אלע מחלוקת אין סאטמאר וואס יעדער צד האט אן אנדערע מעשה,
אין באבוב דין תורה האט בית דין פארלנאגט חתימות פון אלע באבובע יודן, און מען האט געדארפט ארויסשרייבן צו וועלכן צד מ'גיעהרט, וואס דאס איז געווען די שטרי בירורין און אויך וואלן, דא זעהט נישט ווי די חתימות וואס מען רעדט איז מיט ארויסשרייבן וועלכע צד מ'געהערט נאר הסכמה אויפן סמכות פון בית דין, בערך אזוי ווי די סאטמאר בני ברק'ער בית דין האט געטוהן דעם ערשטן טאג פון די זיצונגען אין ארץ ישראל, ווען אלע תושבי שיכון און אויך די שוכרים פון די מוסדות האבן געחתמ'ט נישט אלס תובעים אדער נתבעים נאר א הסכמה צו מקבל זיין דעם פסק פון בית דין,
אויב איינער האט א דאקומענט ביטע ארויפשטעלן, וירא הקהל וישפוט,
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2011 23:53 |
|
| |
דאס אונטערשרייבן ביי באבוב אויף וועלכע צד מ'איז, איז געווען טיף אינמיטן די די"ת, ווען די די"ת האט זיך אנגעהויבן איז אויך געווען דארטן א צעטל פון סמכות וואס יעדער האט געדארפט אונטערשרייבן.
די שאלה איז אבער פון וואס רעדט מען דא? רעדט מען פון אשטר סמכות ווי די זאליס זאגן, אדער רעדט מען פון שט"ב ווי די ארונים זאגן, און אויף האט דאס דער בי"ד פארגעשלאגן ווי די זאליס זאגן, אדער די זאליס האבן דאס אליין פארגעשלאגן נאכן זעהן ווי זיי פארלירן ווי די ארונים זאגן.
אויב איינער ווייסט זאל ביטע מעלדן
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2011 06:15 |
|
| |
א געלעכטער די גאנצע מעשה!
ר' אהרן וועלץ לאכט זיך אויס פון די גאנצע מעשה, דער בית דין געט רשות פאר אלע יחידים זיך משתתף זיין אין א דיון ביי דין תורה, וואס מיינט דאס בכלל, עס איז קיינעם נישט מחייב גארנישט, ווער סוויל נישט מוז נישט חתמ'ן, און ווילאנג די אדמורים וועלן נישט חתמ'ן וועט סייווי בלייבן א דין תורה פון יחידים,
|
|
|
|
|