בית פורומים כל העולם כולו

מלכות סאטמאר: חתונה היינט מאנטאג וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/3/2011 20:15 לינק ישיר 
מלכות סאטמאר: חתונה היינט מאנטאג וויליאמסבורג

היינט מאנטאג נאכט קומט פאר די גרויסע סאטמאר חתונה אין בית המדרש הגדול דקהלתינו הק' וויליאמסבורג.

די חתן איז א זון פון הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א, און די כלה איז די טאכטער פון הגה"צ רבי זלמן האלבערשטאם שליט"א.

די חופה וועט פארקומען אויף קענט עוו. אזוי ווי ביים מעמד הבאגלייטען, און נישט ווי אלעמאל אויף ווייט עוו. ביי די תלמוד תורה, צוליב וואס די ווייט עוו. גאס איז צו שמאל, און ווייניג קענען זעהן, און די גאס אויף קענט עוו. איז דאפעלט ברייט.

שישו ושמחו בשמחת רבינו.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/3/2011 20:32 לינק ישיר 

סא חצפה, אריינשלעפען דעם רבין ביי יעדע אייניקלס חתונה, פארוואס קען מען נישט ברענגען די חתונה צום רבין? אזויפיל קען מען נישט פאר די גרעסטע רבי פון דע וועלט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2011 20:45 לינק ישיר 

יא! יא! מען פארשטייט אז מלח ווערט אנגעווייטאגט יעדעס מאל רבינו שליט''א קימט אריין אויף וויליאמסבורג

לויטען פלאן פון בן פראדל דער ידיד  נפש פון הער מלח מלחים, וואלט רבינו שליט''א נישט געקענט אפי' אריין שטעקען די שפיטץ פון זיין נאז און וויליאמסבורג, אוודאי און וודאי נישט מאכן קיין חיפות און הארץ פון די שטאט וואו ר' זלמן מן הארץ שווערט זיך און בן פראדל'ס ווייסע פייאות אז ער איז דער שטאטס רב, דער זאב''ד..

עניווע לאמיר נישט לאזט דעם מלח מלחים פארדרייען דעם אשכול כדרכו,

קול רנה וישיעה באהלי צדיקים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2011 21:25 לינק ישיר 

מ'האט שוין געהערט ארגערס, נישט צי לאנג צוריק האט אסאך גרעסערע רבי פון ניו יארק, זיך געשלעפט איבער 1000 מייל אוועק צו די רוחות קיין מיאמי אינעם טאג פון זיין ערשטע אין איינציגער אור-אייניקלס חתונה, איז דאך נישט מער ווי רעכט ער זאל אביסל גיין בדרכי אבותיו הק'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2011 22:04 לינק ישיר 


מודעות

 

 

שמחה בחצרות קדשינו

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2011 22:07 לינק ישיר 


שמחה בחצרות קדשינו

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2011 08:12 לינק ישיר 







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2011 18:53 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/3/2011 18:58 לינק ישיר 

פון ווען איז דער בילד?



תוקן על ידי טראכטן ב- 08/03/2011 19:00:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2011 19:06 לינק ישיר 

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="344" width="425" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/3/2011 23:24 לינק ישיר 

וי אייביג א זעלטענע שיינע חתונה ב''ה
ווי גליקליך איז געווען ווער עס האט געכאט א פלאץ אין חלל פין ביהמ''ד אדער אויף די הויכע פארענטשעס
אשרי עין ראתה כל אלה

די חופה איז געווען אויף זייער א גיט פלאץ
די סיבה פין טוישן פלאץ איז נישט געווען וועגן די ברייטערע גאס
נאר די רבי שליט''א האט געהייסן מ'זאל מאכען די חופה אויף מזרח כנהוג
אין אויף ווייט עס אויסגעקומען זייער שווער פאר אזא ריזיגען ציבור מיטצוהאלטן האט מען עס געטוישט צו קענט אין הופער
וואס איז אגב אסאך מער געאייניגט פאר אזא גרויסע מעמד, די ספעצעיל ברייטע גאס האט ערלויבט פאר'ן ריזיגן ציבור מיצוהאלטן די מעמד החופה



עס האבען זיך באטייליגט פילע רבנים ווי אייביג, צווישען אנדערע וויען, אדמו''ר דשינסקיא, גאב''ד קארלעסבורג, טשערנאבל, דומ''ץ באבאוו, צעהלים אין נאך
ווי אויך האט זיך אנגעזעהן די באטייליגונג פונעם רומענישן אמבאסאדער וועלכע איז אינטער די איינפלוס פין די געהויבענע דעלעגאציע פין אדמת קודש צו ראטעווען די ביה''ח אין שטאט יאסוועלכע האט זיך אויך באדאנקט פין די געוואלדיגע ארבעט אין סיגוט

אבער עס מיר געכאפט די אויפמערקזאמקייט
די באטיילוגונג פין הגה''צ ר' חיים אורי פריינד חבר ביד''ץ,
וועלכע האט זיך א לענגערע צייט באטייליט בבגדי שבת
טראץ וואס לויט די זאליס האבען אים די ארונים גערופן אין בג''ץ
אין ירושלימער רב האט שוין אפי' ארויסגעגבן א צעטיל קעגן די ארונים וואס ליגט ערגעץ אין איד אפיס....
דער חבר הביד''ץ האט זיך שוין באגריסט מיט מרן רבינו שליט''א אין געזיסן א לענגערע צייט
אויב איינער האט נאך געהאט א הו''א איבער די נאמנות פין די זאלי טעגליכע ספינעריי האט זיך עס נאכמאל געקענט איבערצייגן


חסידי סאטמאר גרייטן זיך צו געהויבענעם שבת שבע ברכות אין ''וויליאמסבורג''
קול רנה וישעה באהלי צדיקים




תוקן על ידי rebyankel ב- 08/03/2011 23:31:01





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2011 01:21 לינק ישיר 

יאפס, דער אויבן אן קוקט אויס געוואלדיג, א געפאקטע אויבן אן מיט בלעק בעריס,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 02:04 לינק ישיר 

ער מיינט ער איז אין די לעיקוואד אשכול
אויף די בילד זעהט מען בלויז איין ב''ב
קוקט אויס ווי די ווייטוג אויף די חתונה וואס ער לאזט שוין הערן אין די פריעדיגע תגובה טראגט אים אוועק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 18:51 לינק ישיר 

שבת של שמחה – עלי' לתורה בצל הקודש

דעם שב"ק וועט זיך אי"ה אנהייבן די שמחה בחצרות קדשינו מיט די אויפרוף פון נכד מרן רבינו שליט"א החתן הרב יואל שליט"א בן הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן ורב ביהמ"ד אבני צדק אין קרית יואל.

 

דער רבי שליט"א וועט אי"ה ארויסגיין אינאיינעם מיט די חתן און די שושבינון פון שטוב פונעם מחותן אבי החתן שליט"א ארום 20 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ צום ביהמ"ד אבני צדק בשכונת עצי התמרים ווי די תפילות ליל שב"ק וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן.

 

דער רבי שליט"א וועט אי"ה אריינקומען צום טיש אין היכל השלחנות אינאיינעם מיט די בחורי חמד תלמיד הישיבה ארום 8:30, און במשך פונעם טיש וועלן אי"ה אריבערקומען די חתן מיט די זיידע'ס און מחותנים ווי מען וועט אי"ה פראווען די שמחה בשירות ותשבחות.

 

יום שב"ק וועט אי"ה פאהרקומען דער עלי' לתורה אין ביהמ"ד הגדול, באגלייט מיט א קידושא רבה נאכ'ן דאווענען.

 

אויך וועט אי"ה פאהרקומען דער קידושא רבה לרגל די געבוירט פון נכדת מרן רבינו שליט"א – א טאכטער ביי חדב"ן הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א רב ביהמ"ד ישמח משה.

 

דער מסיבת פארשפיעל לרגל די שמחה בחצרות קדשינו וועט אי"ה פאהרקומען אין ביהמ"ד הגדול תיכף נאך שלש סעודות.

 

-ומשמחות זו ישפע לנו שפע רב-



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 18:54 לינק ישיר 

שב"ק שקלים – עלי' לתורה – קידושא רבא – בצל הקודש

ערב שב"ק עטליכע מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ האט מרן רבינו שליט"א לובש געווען דעם חתן מיט'ן שטריימל אין שטוב פון הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן און דערנאך איז דער חתן מיט די שושבינון בראשות פון רבי'ן שליט"א ארויס אויפן וועג צום ביהמ"ד אבני צדק אין די שכונה ווי די תפילות ליל שב"ק זענען פאהרגעקומען.

 

צו קבלת שבת איז צוגעגנאנגען דער מחותן אבי הכלה הגה"צ מ'טשאקעווע שליט"א, און נאכ'ן דאווענען האבן די תושבי השכונה מתפללי ביהמ"ד געהאט די זכי' אדורכצוגיין לברך ולהתתברך בברכת גוט שבת.

 

ארום 8:45 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין היכל השלחנות, מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הרה"ג ר' משה מנחם כהנא שליט"א רב דביהמ"ד אוהל נחמן אין בני ברק בן האדמו"ר מ'ספינקא-ירושלים שליט"א, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' מנחם לייפער שליט"א מ'טעמעשוואר.

 

ביי די תורה האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "אלה פקודי המשכן משכן העדות", און מיט עטליכע אופנים אויסגעטייטשט על דרך דרוש בעניני מודעה רבה לאורייתה ועניני תשובה.

 

מיט קה רבון עלם איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ מ'טשאקאווע שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אלעסק שליט"א.

 

מיט ברהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ מ'טשאקאווע שליט"א, עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון זקינו הרה"ק ר' ברוך מ'גארליץ זי"ע וועמענס יארצייט עס געפאלט מארגן – ב' דר"ח אדר, און דערנאך מכבד געווען דעם מחותן הגה"צ מ'טשאקאווע שליט"א וועלכער איז אויך אן אייניקל פונעם בעל הילולא אויך צו דערציילן מעשיות פונעם בעל הילולא, מיט אז ביום השביעי איז מכובד געווארן הר"ר אהרן טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו.שליט"א.

 

שב"ק אינדערפרי האט מען באגליייט דעם חתן מביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א, די תפילות און דער שמחת עלי' לתורה איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול.

 

דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה אויף שחרית און מוסף און עולה געווען מפטיר - און אויך געליינט - מפטיר שקלים כנהוג.

 

הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א חדב"ן האט עולה געווען רביעי לרגל די שמחת הולדת בתו למז"ט, ויקרא שמה בישראל פעסיל נאך הרבנית הצדיקת ע"ה.

 

נאכ'ן דאווענען איז געפראוועט געווארען דער קידושא רבה לרגל די דאפעלטער שמחה ווי עס זענען געזינגען געווארן ניגוני שמחה,און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים פאר'ן חתן, פאר חדב"ן אבי הבת שליט"א, די מחותנים און לכל הקהל הקודש.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די דאפעלטע שמחה און זיך געשטעלט אויפן פסוק אלה פקודי המשכן, אל"ה איז די אותיות לא"ה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז לאה איז געווען די מאמע פון כלל ישראל ווייל זי האט אראפגעשטעלט דעם יסוד פון חינוך הבנות, ווייל זי איז געווען די ערשטע פון די אמהות וואס האבן געהאט א טאכטער מחנך צו זיין.

 

ביי די דברות קודש ביי שלש סעודות האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף די קריאה דיומא פון פרשת שקלים און אויסגעטייטשט בדרך רמז מוסר והתחזקות אז דער אייבערשטער איז מצרף די גוטס וואס א מענטש גייט טון לעתיד.

 

נאך שלש סעודות איז געפראוועט געווארן דער שמחת הפארשפיעל לרגל די שמחה בחצרות קדשינו.

 •

 

היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה – שיעור א'. פאר'ן דאווענען איז אין ביהמ"ד הגדול פאהרגעקומען די ברית'ן לבן הנולד לר' יואל חיים פילאפף הי"ו, לבן הנולד לר' אנשיל זאלדאן הי"ו, און לבן הנולד לר' ליפא שפילמאן הי"ו.

• 

 

הכנות צו די שמחה בחצרות קדשינו

אצינד גייען אהן די לעצטע הכנות אין וויליאמסבורג צו די געהויבענע חתונה וואס וועט אי"ה פאהרקומען בבית מדרשינו הגדול. די חשובע עסקנים וועלכע זענען וויליג ארויסצוהעלפן ביי די חתונה ווערן געבעטן זיך צו ווענדן וואס פריער צו ר מרדכי יונה ווידער הי"ו אויף: 347-482-6151

 •

 

די הערליכע סידי וועלכער איז פרעזענטירט געווארן דורך "די סאטמארער קאפעליע" און אנטהאלט שיינע נייע ניגונים לכבוד די שמחה בחצרות קדשינו איז שוין אצינד דא צו באקומען אין אלע געשעפטן און ביי די מקוה אידן דקהלתינו הק'.

 

-צו הערן אויסצוגן פונעם הערליכן סי.די. דרוקט אויפן עד-

 •

 

האדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א באזוכט ביי ראשי ונדיבי קהלתינו הק'

נעכטן – מוצש"ק האט האדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א וועלכער האט געוויילט אין וויליאמסבורג אויף שב"ק העעל"ט – אפגעשטאהט א באזך ביי הרבני הנגיד מוה"ר יצחק ראזענערג הי"ו סגן ראה"ק דקהלתינו הק' און ביי הרבני הנגיד מה"ר אביגדור פרענקל הי"ו מהנהלת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג.

 

צו הערן אויסצוגן דרוקט אויפ'ן עד

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 18:57 לינק ישיר 

בקודש פנימה

נעכטן נאכמיטאג זענען די תלמידי ישיבת דרכי תורה פון פאראקוועי אריין אל הקודש פנימה אינאיינעם מיט זייערע רמ"י הישיבה שליט"א מקבל צו ברכת קדשו פון מרן רבינו שליט"א.

 •

 

יום החופה

היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה – שיעור ג'. פאר'ן דאווענען איז אין ביהמ"ד הגדול פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל ברד"ש בערגער הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.

 

נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געליינט א קוויטל כוללת פון אלע תלמידי הישיבה – שיעור ג' לרגל דעם יום החופה און דערביי געגעבן ברכת הקודש פאר די בחורים.

 •

 

שפעטער פארמיטאג האט זיך דער רבי שליט"א באטייליגט ביי א סיום אין ישיב"ק חלק ב' – בהנהלת הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א ווי 12 תלמידי הישיבה האבן געמאכט סיומי מסכתות אין די מסגרת פון חבורת קנין תורה ווי בחורים לערנען צו זייטיגע מסכתות חוץ פון די סדרי הישיבה.

 

דער רבי שליט"א האט געוואנטשטן לחיים און געגעבן שיריים פאר די מסיימים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים ווי דער רבי שליט"א האט ארויסגעברעגנט אז עס איז א בחינה פון "משנכנס אדר מרבין בשמחה" – און "אין שמחה אלא תורה", און וואספארא קנאת סופרים דאס דארף צוברענגען.

 

אויך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הישיבה וועלכער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' אז די בחורים האבן זוכה געווען אז דער רבי שליט"א איז פערזענליך געקומען זיך משתתף זיין ביי דעם סיום.

 

זמן כניסה – קודם החופה

אנגעהויבן פון 4:30 ביז 5:30 פונקטליך, וועט זיין א  געלעגנהייט אריינצוגיין אל הקודש פנימה להתברך בברכת הקודש פאר די חופה, בביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א אויף היוז סט.

 

גלייך דערנאך – ארום 5:40 בדיוק וועט אי"ה כ"ק מרן רבינו שליט"א ערשיינען אין ביהמ"ד הגדול צו די קבלת פנים, אינאיינעם מיט'ן חתן און מחותנים.

 

די קבלת פנים און סעודת החתונה פאר די נשים וועט אי"ה פאהרקומען אין די זאלן פון ראוז קעסטל.

 

די חופה וועט אי"ה פאהרקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול אויף קענט עוו., און די סעודת החתונה וועט אי"ה סערווירט ווערן אין היכל בהימ"ד הגדול פאר'ן גאנצען ציבור.

 

דער רבי שליט"א וועט אי"ה אריינקומען צו דער סעודת החתונה אום 8:45 פונקטליך, און אום 11:00 אזייגער וועט אי"ה זיין ברכת המזון און תיכף דערנאך וועט זיין דער מצוה טאנץ.

 

מען בעהט דעם עולם צו פאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים דוירכאויס די גאנצע חתונה.

 

-קול רנה וישועה באהלי צדיקים-

 •

 

מארגן אינדערפרי וועט אי"ה מרן רבינו שליט"א דאווענען שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג אום 8:30.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מלכות סאטמאר: חתונה היינט מאנטאג וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext