בית פורומים כל העולם כולו

מלכות סאטמאר: חתונה היינט מאנטאג וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/3/2011 18:58 לינק ישיר 

דער התרוממותד'יגער שמחה בחצרות קדשינו

ונתנו ידידים זמירות שירות ותשבחות למלך קל חי וקים – א הערליכע שמחה מלא התרוממות איז נעכטן אפגעראכטן געווארן בחצרות קדשינו בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.

 

מרן רבינו שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד צום מעמד קבלת פנים  אינאיינעם מיט'ן חתן און מחותנים ארום 5:45, מיט דברי בדחנות ביים קבלת פנים האט אויפגעטרעטן האברך ר' שמואל קרויס הי"ו, און נאכ'ן זינגען ניגוני התעוררות כנהוג האט דער רבי שליט"א געוואנטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש.

 

בפקודת מרן רבינו שליט"א כדי די סדר החתונה זאל אנגיין צייטליך האט מען נישט מסדר געווען די כתובה ביים מעמד קבלת פנים, וויבאלד עס איז נאכנישט געווען די זמן צאת הכוכבים.

 

ארום 6:45 איז דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים געגנאגען צום ראוז קעסטל זאל צום באדעקן, און דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעטאהן די קיטל פאר'ן חתן און דערביי געבענטשט דעם חתן בברכת הקודש.

 

מיט די עדי כתובה זענען מכובד געווארן הרה"ח מוה"ר אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר ד'קרית יואל, און הרה"ח מוה"ר אברהם יושע גראס הי"ו פון וויליאמסבורג.

 

ארום 7:15 איז דער חתן אין באגלייטונג פון רבי'ן שליט"א און די זיידע'ס און מחותנים ערשינען אויפן בימת החופה פארנט פון ביהמ"ד הגדול אויף קענט עוו.

 

מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער גרויסער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד מעלבוירן שליט"א, מיט עדי קידושן איז מכובד געווארן הרה"ג ר' משולם פאלאטשעק שליט"א אבד"ק מגד מיהודה און הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט"א רב ומו"ץ ביהמ"ד דברי חיים בקרית יואל.

 

מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ רב דק' רמת שלמה שליט"א אין שופט, מיט די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער אבי הכלה הגה"צ אבד"ק טשאקאווע שליט"א, און מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן דער זיידע האדמו"ר מ'אלעסק שליט"א.

 

נאך די חופה האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו לכל הקהל הנאספים, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ.

 

אלס עדי יחוד זענען מכובד געווארן מוה"ר דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו און מוה"ר הערשל וועבער הי"ו.

 

א גאהר געלונגענע ארבעט איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די געניטע עסקנים דקהלתינו הק' וועלכע האבן באזעצט איש על מחנהו ואיש על דגלו און פארטיילט דער סעודת החתונה וועלכער איז געפראוועט געווארן בהיכל ביהמ"ד הגדול.

 

ארום 9:00 אזייגער זענען די מחותנים שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו די סעודת החתונה און תיכף עטליכע מינוט דערויף איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אין פול געפאקטן ביהמ"ד צו דער סעודת החתונה.

 

עס האבן זיך אנגעזעהן פארשידענע אדמורי"ם ורבנים שליט"א ביי די שמחה בחצרות קדשינו, ווי: האדמו"ר מ'סקווירא שליט"א ובניו הרה"צ שליט"א, האדמו"ר מ'וויען שליט"א, הגה"צ גאב"ד צעהלים שליט"א, הגה"צ ר' חיים אורי פריינד שליט"א חבר בד"צ העדה החרדית, הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, האדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א, האדמורי"ם מ'זידיטשוב-בערעגסאז שליט"א, הגה"צ אבד"ק ישראל והזמנים, הגה"צ אבד"ק ציעשנוב וראש ישיבתינו ב"פ שליט"א, האדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א, האדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, האדמו"ר מ'קאלוב שליט"א, האדמו"ר מ'דעעש ירושלים שליט"א, האדמו"רים מ'גארליץ וזמיגראד און רודניק שליט"א, הגה"צ מ'טארטיקוב שליט"א, האדמו"ר מ'טשערנאביל שליט"א, הגה"צ ר' אהרן זילבערשטיין שליט"א דומ"ץ צעהלים, הרה"ג ר' שלום אייזיקאוויטש שליט"א, הגה"צ אבד"ק צאנז-גריבוב שליט"א, האדמו"ר מ'מעליץ שליט"א, הגה"צ אבד"ק נעפלימיץ שליט"א, הרה"ג ר' חיים יעקב טויבער שליט"א דומ"ץ באבוב, הגה"צ אבד"ק דעירעש שליט"א, האדמו"ר אלכסנדר שליט"א און נאך פולע רבנים שליט"א.

גאהר דערהויבן איז געווען די ריקודין ביי די חתונה, ווען די מחותנים שליט"א און דער חתן טאנצן אין היכל הביהמ"ד מיט די קרובים וידידים און בני משפחה. באזונדער האט זיך אנגעזעהן די נאנטע התקרבות וואס די אנ"ש תושבי שכונת עצי תמרים בקרית יואל האבן צום מחותן אבי החתן הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן ווען זיי האבן זיך געפרייט מיט'ן רב שליט"א אויף די געהויבענע שמחה.

 

אום 11:00 אזייגער האט מען געענדיגט טאנצן און תיכף צוגעגרייט דאס ביהמ"ד צום מצוה טאנץ.

 

מיט'ן ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א וועלכער איז אן עלטער פעטער מצד החתן און א מחותן מצד הכלה, מיט די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן הגה"צ מ'דיערעש שליט"א א פעטער מצד הכלה, און מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א.

 

דאן האט דער בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו עולה געווען על שלחן מלכים מאן מלכה רבנן און אויסגערופן מרן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ בדברי פי חכם חן ווען גרויס התעוררות הערשט אין גאנצן ביהמ"ד ווען דער בדחן דערמאנט די גרויס זכות אבות און די התקשרות צו אונזערע פריערדיגע רבי'ס זי"ע.

 

אין א בחינה פון וינועו אמות הספים האט זיך געשפירט די התרוממות הנפש אין היכל הביהמ"ד בשעת דער רבי שליט"א האט געפראוועט די עבודת הקודש פון די געהויבענע מצוה טאנץ א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיט'ן חתן און מיט נכדיו - בני וחתני חדב"ן אבי החתן שליט"א, און דערנאך האט נאכגעפאלגט א רירענדע טאנץ מיט אלע יוצ"ח פון כ"ק מרן רביה"ק זי"ע.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א צו טאנצן מצוה טאנץ און דערנאך האט דער רבי שליט"א געטאנצן מיט'ן רב שליט"א.

 

נאך די שיינע מצוה טאנץ האט מען אויסגערופן בפקודש רבינו שליט,א אז די בחורים זאלן פארלאזן דעם ביהמ"ד, און מען האט ממשיך געווען מיט די מצוה טאנץ פון הגה"צ מ'אלעסק שליט"א און די מחותנים שליט"א.

 •

 

היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג, ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, הב' בן מוה"ר אליעזר ראטה הי"ו און הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר אברהם וויינגארטן הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' ישראל שלמה ווערצבערגער הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.

 •

 

בקודש פנימה

היינט פארמיטאג איז האדמו"ר מ'לעלוב-ניקלשבורג שליט"א פון ארה"ק געקומען אויף א באזוך צו מרן רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג ווי עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס.

 •

 

מרן רבינו שליט"א באזוכט ביי גדולי הרבנים שליט"א און בהיכלי הישיבות

שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א געגאנגען אויף א ביקור גומלין צו מחותנו האדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א אין זיין אכסניא אין וויליאמסבורג, ווי סע האט זיך פארמירט א שיינער שמועס וועגן די היסטאריע פון עירי האבות אינדערהיים.

 •

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן זקן האדמור"ים דער קיוויאשדע'ר רבי שליט"א לאוי"ט, ווי עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס.

 •

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום שטוב פון הרה"ג ר' מנחם זכרי' זילבער שליט"א אבד"ק פריימאן לרגל די שמחה במעונו מיט די חתונה פון זיין זוהן ני"ו.

 

אנוועזנד ביים באזוך איז געווען בנו החתן און בניו הי"ו, ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס בהל' ועניני מילה ועוד.

 •

 

אויך האט דער רבי שליט"א אפגעשטאהט א פלוצלינגדיג'ער באזוך אין היכל ישיבת מבצר התורה ד'סאטמאר ווי דער רבי שליט"א האט ארומשפאצירט צווישן די תלמידי הישיבה בשעת'ן סדר הלימוד.

 •

 

דאן האט דער רבי שליט"א געגעבן א ביקור גומלין ביי לעלוב-ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א בבית האכסניא.

 

און פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום בנין ישיבת היכל התורה ווי דער רבי שליט"א האט באשיינט א מסיבת סיום און משמיע געווען דברות קודש – דברי חיזוק והתעוררות.

 •

 

אויך איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הכולל אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג אינמיטן די סדר הלימוד פון די הונדערטער אינגעלייט בליעה"ר.

 •




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:00 לינק ישיר 

 

 

בילדער דורך: ד.ה. כרם/ י.ש.א.

 

 

מעמד קבלת פנים

 

בשעת די דברי כיבושין


 


 

 

 

 

ביים וואונטשן לחיים פאר'ן חתן און די מחותנים שליט"א

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

ביים צוגרייטן די כתובה נאכ'ן באדעקן

 

 

מוה"ר אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר דקרית יואל, עד

 

מוה"ר אברהם יושע גראס הי"ו, עד

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:02 לינק ישיר 

מעמד החופה

פארענט פון ביהמ"ד הגדול



 

 

 

 

הגה"צ אבד"ק רמת שלמה שליט"א פון ארה''ק - א פעטער מצד הכלה - קריאת הכתובה

 

אבי הכלה שליט"א - ברכות ראשונות

 

 

דער ריזן פארזאמעלטן ציבור בליעה"ר

 

ובכן צדיקים יראו וישמחו

♦♦♦

 


 

 

 

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

[email protected] 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

 

 

 

בכבוד רב

המערכת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:09 לינק ישיר 

בילדער דורך: ד.ה. כרם/ י.ש.א.

 

די מחותנים שליט"א ביי די סעודת החתונה

 


 

 

האדמו"ר מ'מעליץ שליט"א ביי די שמחה

 

הגה"צ אבד"ק צעהלים שליט"א ביי די שמחה

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:11 לינק ישיר 

בעת דער רבי שליט"א האט ערשינען צו די סעודת החתונה


 

 

האדמו"ר מ'גארליץ שליט"א

 

צעהלימע'ר רב שליט"א וואונטשט מזל טוב פאר מרן רבינו שליט"א

 

האדמו"ר מ'זמיגראד שליט"א

 

האדמו"ר מ'רודניק שליט"א

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:15 לינק ישיר 

דער "סאטמארער קאפעליע" ביי די שמחה

 

די עסקנים לייגן אראפ א געניטע ארבעט ביים אויסטיילן די סעודת החתונה

 

ר' יואל קויפמאן הי"ו, משמש, העסקן ר' יואל שפילמאן הי"ו

 

העסקנים ר' יואל קאהן הי"ו, ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו

 

העסקן ר' שלון מיטעלמאן הי"ו

ווערט געזעהן: העסקן נמרץ הר"ר יעקב אטיק הי"ו פון בית שמש העלפט טיילן דאס עסן


 



 

 

הרב הירץ פרענקל הי"ו לאנגיעריגער מנהל בית רחל ביי די שמחה

 

דער רבי שליט"א וואונטשט מזל טוב פאר'ן מחותן אבי הכלה שליט"א

 

הגה"צ אבד"ק רמת שלמה שליט"א אין שועפט

 

הר"ר סיני מוליבצקי שליט"א

 

הרה"ג ר' חיים צבי דאווידאוויטש שליט"א חתן הגאון רבי משה האלבערשטאם זצ"ל

 

הרה"ג ר' יעקב דוד האלבערשטאם שליט"א ראה"כ תולדות אלעזר אין ירושלים 

 

הרה"ק ר' שלום וואגשאהל שליט"א מ'לאנצוט

 

דער רבי שליט"א וואונטשט פאר חדב"ן - אבי החתן שליט"א

 

דער רבי שליט"א וואונטשט לחיים פאר'ן ציבור

 

האדמו"ר מ'חרדים-זידיטשוב שליט"א

 

 

 


 

האדמו"ר מ'וויען שליט"א ביי די שמחה

 

 

בשעת דער חתן איז ערשינען צו די חתונה

 

דער רבי שליט"א טאנצט מיט'ן חתן און מחותנים


 

 

 

הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א, אבד"ק נעפלימינץ שליט"א,

אדמו"ר מ'זידיטשויב-חרדים שליט"א

 

האדמו"ר מ'סקווירא שליט"א ביי די שמחה

 


 


 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:19 לינק ישיר 

הגה"צ אבי החתן שליט"א טאנצט מיט בנו החתן און בניו וחתניו

 

 

אבי החתן שליט"א טאנצט מיט די מתפללי ביהמ"ד אבני צדק

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:20 לינק ישיר 

הגה"צ רבי חיים אורי פריינד שליט"א חבר הבד"ץ העדה החרדית ביי די שמחה

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:22 לינק ישיר 

הרה"ג ר' אהרן זילבערשטיין שליט"א דומ"ץ דק"ק צעהלים

 

הגה"צ רב דק' דראהביטש שליט"א

 

דער בימת הכבוד בשעת די ריקודין

 

  האדמו"ר מ'טשערנאביל שליט"א ביי די שמחה

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:22 לינק ישיר 

הרה"ג ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א ר"מ בישיבת באבוב

 

הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב"פ שליט"א

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:23 לינק ישיר 

רומענישא'ר קאונסיל דשענעראל מאריאן פארראל

וועלכער האט שטארק ארויסגעהאלפן מיט די ביה"ח אין שטאט סיגוט

 

 



 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:25 לינק ישיר 

דער ציבור ביי די ריקודין

 

 

הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א

 

הרה"ג רב דק' ישראל והזמנים שליט"א

 

  הגה"צ רב דק' ציעשנוב וראש ישיבתינו בב"פ שליט"א

 

הרה"ג יעקב הורוויץ שלי"א ר"י בית מאיר

 

חלק פונעם אויבן אהן ביי די ריקודין

 

 

האדמו"ר מזידישוב-בערעגסאז שליט"א

 

 


 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:26 לינק ישיר 


 

קלארשטעלונג!

עס איז נישט ערלויבט נוצן קיין בילדער  אהן ערלויבעניש פונע'ם מערכת בחצרות סאטמאר


 

 

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

[email protected] 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

 

 

 

בכבוד רב

המערכת


תוקן על ידי היראים ב- 10/03/2011 19:29:54




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:36 לינק ישיר 

בשעת'ן אויסרופן כ"ק מרן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ

 

 

בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו בשעת'ן גראמען

 

 

 

 

 

די עבודת הקודש ביי די ריקודין של מצוה פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

 

 


 

 

 

 

 


 

 


 


 

 

דער רבי שליט"א טאנצט מיט נכדו החתן הי"ו

 

דער רבי שליט"א טאנצט מיט חדב"ן אבי החתן שליט"א און דער חתן הי"ו

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 19:37 לינק ישיר 

טאנצנ'דיג מיט נכדיו היקרים - בני וחתני חדב"ן אבי החתן שליט"א

 

דער רבי שליט"א טאנצט מיט זיינע קינדער און אייניקלעך שיחיו

 

 

די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען....

דער רבי שליט"א טאנצט מיט די קינדער אייניקלעך און אור-אייניקלעך פון מרן רביה"ק זי"ע

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מלכות סאטמאר: חתונה היינט מאנטאג וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.