בית פורומים כל העולם כולו

מלכות סאטמאר: חתונה היינט מאנטאג וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/3/2011 19:39 לינק ישיר 

הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א ביי זיין מצוה טאנץ

 

מרן רבינו שליט"א טאנצט מיט הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א

 

 

 

 

דער זיידע האדמו"ר מ'אלעסק שליט"א לרפו"ש ביי זיין מצוה טאנץ

 

הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן - אבי החתן ביי זיין מצוה טאנץ

 

הגה"צ אבד"ק טשאקעווע שליט"א - אבי הכלה ביי זיין מצוה טאנץ

מלובש מיט די גארטל פון הייליגן דברי חיים זי"ע

 

דער רבי שליט"א טאנצט מיט'ן מחותן שליט"א ואחיו וגיסיו

בני ויו"ח פון הגאון רבי משה האלבערשטאם זצ"ל חבר בי דינא רבה בירושלים עיה"ק

 

♦♦♦

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 21:00 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 22:22 לינק ישיר 

נאכען זען די בילדער מיין איך אז עס וואלט געווען פאסיג צי טוישען די קעפעל פין די אשכול צי שמחת בית פאפא...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2011 22:33 לינק ישיר 

פארוואס, דו זעסט ערגעץ דא פאפא רבי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2011 22:38 לינק ישיר 

ניין ווייל איך זעה א פאפא עולם....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2011 22:41 לינק ישיר 

די אומב' חיינ'טער טיפוש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2011 22:43 לינק ישיר 

ווי זעסטו א פאפא עולם, איך קוק און קוק יעדן בילד און זעה נאר סאטמארע חסידים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2011 23:08 לינק ישיר 

דא אויף די פארענטשעס זעהסטו פאפאנע מענטשן?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/3/2011 23:16 לינק ישיר 

אזא לצנות געט א קיק וואס איז געווארען פין דעם געוועזענעם רב הצעיר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2011 23:22 לינק ישיר 

יא! יעצט קען טאקע יעדער זען, אז פאר די זאליבאנצעס באדערט נישט לעקוואד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2011 23:27 לינק ישיר 

ניין איך זעה בלויז א אינגל קריכן, נו ווי קומט פאפא דא אין פיקטשער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2011 01:32 לינק ישיר 

אים קרענקט די מערסטע
אז אין סאטמאר דארף מען שוין נישט מאכען קיין טראסק מ'שטופט אריין די חתונה אין גרויסען ביהמ''ד
אין די אידן וואס וואינען אין די אנדערע געגענטער באגעניגן זיך מיט די לאקאלע שבע ברכות

זיי קרענקט אז אין סאטמאר איז מען שוין אויסגעוואקסען די גרויסע טראסק, אין להבדיל  זשיגאן דארף נאך די פראפאגאנדע ווי ליפט צו אטעמען
הערשט איז ער געוען אין לעיקוואד מיט די וועלטס פראפאגאנדע אין PR
אין די קליקע וואס ער האט מיגענומען זענען געווען די מערהייט פין די געסט ביי זיינע מסיבות וואס האט אגב געפירט צו שוידערליכע בזיונות ווען נאך היינט ווערן זיי ווילד ווען מ'רעדט פין לעיקוואד
ער וואלט זיך געווינטשן צו האבען ביי א חתונה ווי ער דרייט איבער די גאנצע שטאט כאטשיג נאנט צו די ציבור וואס סאטמאר האט בליעה''ר יערליך שמחות תורה ביי די הקפות

די שמחות אין סאטמאר איז צירוק מיט איר אריגינעלן חן, אן קיין עקסטרע געלט אויסברענגרייען
דער עולם שטיפט זיך אריין אין ביהמ''ד וועלכע ווערט אויסגעשטעלט די בעסטע וואס איז שייך
אין די גרויסע געלטער וועלן מיר ענדערש ניצן להרחיב גבולי הקדושה מיטן בויען די פראכטפולע מוסדות, בתי מדרשים, מקוואות וכו'
ניטעמאל האט מען געהאנגן א סיין אין ביהמ''ד,

ב''ה, נישט די פראפגאנדע אין קינדערישקייטן וועט ציפרידן שטעלן אינזער ציבור



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2011 20:07 לינק ישיר 

 

 

 

 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2011 20:33 לינק ישיר 

שבע ברכות בביתו נאוה קודש

א גאהר אייגענארטיגער שיינער שבע ברכות איז נעכטן געפראוועט געווארן בביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א צוגעשטעלט דורכ'ן רבי'ן שליט"א, ווי עס זענען געלאדענט געווארן אלע שובי"ם דקהלתינו הק'.

 

ביי דער שבע ברכות איז עטליכע מאהל אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע הלכה'דיגע ענינים בנוגע הל' ועניני שחיטה, ווי דער רבי שליט"א האט דוירכגערעדט מיט די שוחטים פארשידענע אקטועלע ענינים.

 

דער רבי שליט"א האט דערביי משמיע געווען דברות קודש – דברי תורה לכבוד די שמחה, און דערנאך משמיע געווען דברי הדרכה פאר די שוחטים אין זייער עבודת הקודש.

 

מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן האדמו"ר מ'דעעש ירושלים שליט"א – א פעטער מצד הכלה, מיט די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יעקב יודא האלבערשטאם שליט"א ראה"כ תולדות אלעזר אין ירושלים, און מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל שמעון האלבערשטאם שליט"א ראה"כ דברי משה.

נאך די שבע ברכות איז ספעציעל אויסגעשמועסט געווארן מיט די שוחטים און באטייליגטע רבנים שליט"א ובראשם מרן רבינו שליט"א דריי אקטועלע שאלות פון אינדיק'ס וועלכע האבן א געשוואלענעם דפק.

 •

 

היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, פאר'ן דאווענען איז פאהרגעקמען דער ברית לבן הנולד לר' חיים אליעזר ווייס הי"ו פון קרית יואל ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.

 

דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר מרדכי צבי דוד גאטליעב הי"ו פון וויליאמסבורג.

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2011 20:35 לינק ישיר 

 

שבת שבע ברכות – וויליאמסבורג יצ"ו

דעם שב"ק וועט אי"ה געפראוועט ווערן דער שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו אין וויליאמסבורג.

 

די תפילות ועריכת השלחנות וועט אי"ה געפראוועט ווערן בביהמ"ד הגדול, דער רבי שליט"א וועט אי"ה אריינקומען צו מנחה ערש"ק 45 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ, און צום טיש ליל שב"ק אום 9:45.

 

מען בעהט דעם חשוב'ן ציבור אויסצופאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים בשעת'ן געהויבענעם מצוה טאנץ וואס עס וועט אי"ה פאהרקומען נאך ברכהמ"ז.

 

צו שחרית שב"ק בייטאג וועט אי"ה דער רבי שליט"א ארינקומען אום 9:15, און צו שלש סעודות 6:20.

 

מוצאי שבת שבע ברכות – דינער השנתי להחזקת כולל עצי חיים לצדקת ר' מאיר בעה"נ

 

מוצש"ק ווערט ערווארטעט דער השתתפות פון א ריזן ציבור אנשי שלומינו צום גרויסארטיגן דינער השנתי לטובת כולל עצי חיים לצדקת ר' מאיר בעל הנס בבני ברק וועלכער איז בארימט אין די עיה"ת אלס מעכטיגע תורה פעסטונג ווי עס זיצן אריבער 100 אינגעלייט מאנ"ש און לערנען תורה בהתמדה מתוך הדחק.

 

עס איז פאר קיינעם פארהוילן די גרויסע סגולות וואס אנשי שלומינו האבן שוין געזעהן דורך שטיצן אט דעם כולל -וועלכער איז ממשיך דער "סיגוטע'ר רבי מאיר בעה"נ פושקע" - און יעדע געלגנהייט.

 

אלס נואם הכבוד וועט אי"ה אויפטרעטן דער גאסט פון ארה"ק הרה"ג ר' מתתי' דייטש שליט,א רב רמת שלמה וועלכער האט די פארגאנגענע וואך באזוכט אין היכל הכולל און וועט משמיע זיין זיין פערזענלכיע עדות אויפן כולל.

 

דער דינער השנתי איז היי יאהר קאמבאנירט אינאיינעם מיט'ן צענטראלן שבע ברכות לרגל די שמחה בחצרות קדשינו – בנישואי נכד מרן רבינו שליט"א, וועלכער וועט דארט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר.

 

דער מעמד וועט אי"ה פאהרקומען אין די אימפעריעל זאל, און צילוב'ן רוקן די זייגער דעם מוצאי שב"ק איז דער מעמד אנשפראכן זיך אנצוהייבן און ענדיגן גאהר פונקטליך.

 

-שושו ושמחו בשמחת רבינו – אלקא דמאיר עננו-

 •




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מלכות סאטמאר: חתונה היינט מאנטאג וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.