בית פורומים אידישע געדאנק

קלונגעדיגע פראסק פאר אהרן וועלץ; אהרוני'שע לגיונות צערינען ווי א זייפן בלאז

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2011 07:28 לינק ישיר 
קלונגעדיגע פראסק פאר אהרן וועלץ; אהרוני'שע לגיונות צערינען ווי א זייפן בלאז

ביי א זיצונג וואס עס איז אפגעהאלטן געווארן די וואך זונטאג אין בארא פארק בנוגע דאס בעלות פון מוסדות סאטמאר אין בארא פארק, זענען די ארונים\אהרן וועלץ געכאפט געווארן אין א טיפע שאק נאכדעם וואס זיי האבן זיך איינגערעדט אז משום איזה סיבה שהוא וועט דער בי"ד נישט ארויסקומען מיט אן ענדגילטיגן פסק איבער דעם סכסוך, און זענען געווען זיכער אז מען גייט אהיימגיין פון יענעם זינונג מיט א צעטל אז היות דאס און דאס קען בי"ד נישט פסק'ענן אין דעם סכסוך, ווען דערווייל איז בי"ד ארויסגעקומען אז זיי ווילן קלאר אנגיין און פסק'ענן אן ענדגילטיגער פסק,

לויט ווי מען געט אונז איבער איז דאס מער ווייניגער געווען די דין ודברים הנוגע לענינינו, דער צד פון אהרן וועלץ, האבן בנוסף צו רעדן שטותים רוב צייט פון די די"ת אויך געזאגט זייערע צדדים,  זיי האבן פרובירט מיט אלץ און אלעמען, שקרים און האלב ליגנד'ס, זיי האבן פרובירט אריינצוברענגען וואס זיי האבן געקענט, צו סקומט יא אריין צו נישט, צו דאס זאל זיין רבי, קהל, וויליאמסבורג, די גאנצע וועלט וכהנה וכהנה, איינער פון די זאכן וואס זיי האבן פרובירט איז געווען ציבור, מיט די טענה אז היות דא רעדט מען פון נכסי ציבור קומט אויס אז דער גאנצער ציבור איז יעדער עקסטער בעל הבית, און במילא יעדע זאך וואס מען טוט אין די מוסד דארפן עס די בעלי בתים טוהן במילא מוז דא דער גאנצער ציבור זיין די צדדים ביי די די"ת, איי אויב אזוי מיינט עס אז אהרן עס איז איבריג צו זאגן די לעכערליכקייט פון אזא טענה, אוודאי איז יעדע קהל'ישע זאך נכסי ציבור, אבער דאס מיינט נישט אז אויב מען האט א סכסוך למשל מיט גאלדען פלאו און גאלדען פלאו רופט מוסדות סאטמאר צו די"ת, קען די מוסדות ענטפערן, איך בין נישט קיין צד, דו מוזט רופן דעם גאנצען ציבור צו די"ת און די זעלבע זאך פארקערט, אזוי אויך קען קיינער נישט זאגן ווען מען בעט אים שכ"ל אז איך בין בעה"ב אדער דו מוזט פרעגן דעם גאנצען ציבור וואס עס דארף זיין מיין פרייז, עס איז דא א מהלך וויאזוי די זאכן פירן זיך,אין יעדע נכסי ציבור זענען דא גבאי צדקה וואס ווערן נתמנה וואס על פיהם ישק כל דבר און זיי האבן די רעכטן און פליכטן וויאזוי זיך צו פירן מיט די נכסי ציבור, וכו' וכו'.

לגבי דעם ענין פון נכסי ציבור, האט בי"ד געהאלטן אז עס איז אן אקטועלער ענין, און צד האהרונים\אהרן וועלץ האבן זיך איינגערעדט אז דאס מיינט אז בי"ד האט אנגענומען זייער פשט פון נכסי ציבור אז דער גאנצער ציבור מוזן זיין די בעלי דינים און עס איז זיי געלונגען צו צומישן די די"ת, און פארטיג, דא וועט זיך די די"ת ענדיגן און אהרן וועלץ וועט קענען ווייטער אהנגיין פראנק און פריי און טרעטן אויפן ציבור, און מען וועט אים קיינמאל נישט קענען האלטן פאראנווארטליך נאר אויב דער גאנצער ציבור וועט רופן צו די"ת,

למעשה האבן זיי דעם זונטאג אריינגעהויבן א הילכיגן פאטש, און זיי איינגעמאלדן אז דאס וואס בי"ד האלט אז דער ציבור איז אקטועל, מיינט נישט אז דער גאנצער ציבור מוזן זיין די תובעים און ר' מענדל שווימער איז נישט קיין צד, און דער די"ת גייט ווייטער בכל תקפו ביז צו אן ענדגילטיגער פסק צווישן ר' מענדל שווימער און אהרן וועלץ, נאר היות דא רעדט פון נכסי ציבור, וויל בי"ד האבן סמכות פונם ציבור, דאס טייטשט פונקט ווי ביי באבוב ווען עס האט זיך אנגעהויבן די די"ת צווישן צד מהרב"צ און צד מהרמ"ד האט דער בי"ד פארלאנגט אז גאנץ קהילת באבוב זאל אונטערשרייבן א שטר סמכות, דאס האט נישט געמיינט ווייל מהרב"צ אדער מהרמ"ד זענען נישט קיין צדדים... און די זעלבע זאך איז געווען אין אנדערע קהילות קראסנא, וויזניץ, סאטמאר בני ברק, און נאך וואס בי"ד האט פארלאנגט אז די חברי הקהילה זאלן אויך אונטערשרייבן, במילא וויל בי"ד אויך האבן דא א שטר סמכות פון די חברי קהילה, אבער די עצם די"ת גייט אהן אויפן זעלבען אופן ווי פריער, אזוי ווי איר וועט זעהן אינם נוסח וואס בי"ד האט ארויסגעגעבן האט

עס לאזט זיך נישט זאגן ווי שאקירט די צד האהרונים זענען געווען, זיי האבן מיט געוואלדעס פרובירט מיט אלע כוחות עס זאל נישט קומען דערצו, זיי האבן געזעהן ווי אלע זייערע חלומות ווערן צורינען אונטער די הענט, און אלעס וואס זיי האבן זיך איינגערעדט און פרובירט איינצורעדן יענעם ווערט צונישט,

בראותם כי כלתה אליהם הרעה האבן זיי אבער כמנהגם ווייטער אנגעגאנגען מיט זייערע לגיונות און געלאזט הערן אויף זייערע מעסעדזש גרופעס, אז ביי די היינטיגע זיצונג האבן די זאליס פארלוירן און בי"ד האט קלאר געזאגט אז ר' מענדל שווימער איז נישט קיין צד, ווייל דער ציבור איז בעה"ב אזוי ווי זיי האבן גע'טענה'ט, און ווען די זאליס האבן געזעהן אז זיי האבן פארלוירן און דער בי"ד האט אנגענומען טענת האהרונים אז דער ציבור איז בעה"ב האבן די זאליס געזאגט אז זיי גייען ברענגען חתימות פונם ציבור אז זיי גייען טענהן, כדי בי"ד זאל נישט יעצט ארויסגעבן זייער פסק (ובלשונם: כדי צו שלעפן צייט).

וואס זיי האבן געטראכט מיט די לגיונות ווייס איך נישט, ווי נישט ווי וועט מען דאך אנהייבן צו גיין נעמען חתימות, וועט דאך יעדער זעהן וואס עס איז דער נוסח השטר, צו איז דאס א שטר סמכות, אדער מען פארלאנגט פונם עולם צו ווערן א צד, איז דאס א זאך וואס די זאליס האבן געמאכט כדי צו שלעפן צייט, אדער האט דאס בי"ד פארלאנגט און פארגעשריבן,

אבער ווי יעדער ווייסט ביי די חברה איז דאס מציאות נישט קיין זאך וואס מען דארף זיך בכלל רעכענען, חיי שעה איז א סך וויכטיגער, איי וועסט דאך זיין א fool און ווערן צונאר פאר די גאנצע שטאט, נישט געזארגט איך וועל דעמאלטס טרעפן עפעס אנדערש, ואם אינו ענין לגופו און אויב וועל איך נישט טרעפן עפעס צו זאגן איבער דעם ענין, תנהו לענין אחר וועל מיר טרעפן עפעס אנדערש מיט וואס צו פארמישן דעם עולם, מען וועט רעדן וועגן בית החיים, שחיטה, מוסרים\מסרבים לדין\העולמי, בג"ץ און נאך פון זייערע שטותים.

פאלגענד איז דער נוסח השטר וואס בי"ד האט פארגעשריבן פאר די צדדים, וירא הקהל ווער עס האט געוואונען, און ווער עס פרובירט איינצורעדן שקרים וכזבים, שטותים והבלים.

היות דאס איז געשריבן געווארן אין איילעניש און אהן איבערקוקן, און עס איז לא ימלט אז עס זאל נישט אריינפאלן א טעות, בעט איך ווער עס קען זאל מיך אויפמערקזאם מאכן, און איך וועל עס פאררעכטן און אליין איבערקוקן ביי א קומענדיגע געלעגענהייט

(היות די פיקטשער איז א זייער שוואכע רעזעלושען וועל איך עס פרובירן איבער צושרייבן און אויב נישט היינט דעמאלטס מארגן)

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2011 08:13 לינק ישיר 


_________________



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 08/03/2011 17:39:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2011 08:26 לינק ישיר 

פאלגענד איז דער נוסח:

בס"ד
הבי"ד והצדדים מצאו לנכון שנוסף לחתימת שטרי בירורין ע"י הצדדים, יבואו על החתום גם כל השייכים לקהלתנו הק' והמוסדות לקבל על עצמם סמכות בית הדין ולציית להחלטותיו, ע"כ כל אחד מראשי המשפחות השייכים לקהלת סאטמאר בארא פארק והמוסדות, מתבקש למלא טופס זה ולבא על החתום. -- מו"ה ר'______ נ"י ממונה מטעם הבי"ד לקבץ חתימות.

אנחנו הח"מ מקבלים על עצמינו סמכות הבי"ד [הרה"ג ר' מרדכי באב"ד שליט"א, הרה"ג ר' יצחק חיים זעלטענרייך שליט"א, הרה"ג יקותיאל זלמן גראוס שליט"א] הנבחר לדון בענין הטענות והתביעות בהנוגע למוסדות סאטמאר בארא פארק, וכפי נוסח המפורט שחתמו שני הצדדים, והתחייבנו בהתחייבות גמורה באופן המועיל עצהיו"ט, לציית לכל מה שיפסקו הבי"ד.

החתימה על כתב זה אינה הכרה מצד הבי"ד והצדדים שיש להחותמים שום זכות וכח

עד כאן

יעצט לייענט דאס גוט איבער און לייענטס איבער SatmarLive און SatmarBP מעסעדזשעס, ווי אויך אינם שכינות'דיגן פארום, און האלטס אייך ביי די זייטן פון די שקרים און שטותים וואס די קינדער פיטערן פארן עולם אפילו ביי א מילתא דעבידא לגלויי

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2011 18:43 לינק ישיר 

איך האב זיך געוואונדערט פון די ערשטע מינוט שוין פארוואס איז SATMAR HQ געווען דער ערשטער צי שיקן די דין תורה אפדעיטס, ווען די ארונים וואלטן געהאט אפילו איין פראצענט וויקטארי וואלטן די ארונישע טעקסט מעסעדזשעס געשיקט שוין די ערשטע מינוט אין נישט 2 שעה שפעטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2011 21:03 לינק ישיר 
פארשטייט וואס מיינט אן אהרוני

און דערנעבענדיגן פארום שרייבט דער ניק "דיןתורה" און א אשכול וואס דער אפיציעלער ווארטזאגער אין הייד פארק פון די בארא פארקער די"ת האט געפענט צו אינפארמירן איבער די אנטוויקלונגען

"איך זעה אז צד מהר''א האט אנגענומען א פאליסי לעצטנס נישט ארויסצוגעבן קיין אפיצילע באריכטן אין שאצינגען פין קיין דין תורות אדער קארטס ביז דער ענגילטיגער פסק טראץ וואס זיי קוקען אויס צו זיי זייער ציפרידן פין די אנטוויקלינגען אויב איז עס אזוי איז עס א קליגע שריט אין ווערן נישט נאכגעשלעפט פין די ארטיקלן פין צד מהרז''ל, אבער כ'מיין אז אויבן אויף די טרוקענע מציאות וואלט יא איינער געמעגט לאזען וויסן"








אז מ'האט נישט וואס צו אינפארמירן שרייבט מען די אויבערדערמאנטע


תוקן על ידי סוג ב- 08/03/2011 21:07:59




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2011 21:18 לינק ישיר 

רבי יונה האט שוין אויסגעשפריצט די נעגל וואסער ביים ברק ברק דין תורה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 00:27 לינק ישיר 

אזוי ווי ספרינטער זאגט, ווען די אהרונים זאלן ווען האבן אפילו איין פראצענט פון א געווינס, וואלט שוין נעגל וואסער געשפריצט ביזן הימל. נאר היות עס איז א שאקירענדער דורכפאל, און עס איז דא אינערליכע רייבערייען צווישן ברוך מרדכי גאלדבערגער און אהרן וועלץ, האבן די אהרונים באשלאסן אז מ'מאכט א וישתוק. און פאר די פאר אקסן וואס האבן יא שטארק געוואלט וויסן וואס ס'האט זיך אפגעשפילט, האט מען ארויסגעשיקט מעסעדזשעס, וואס דאס איז ביי זיי א תורה שלימה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 03:43 לינק ישיר 

אויף די ארונישע פורום איז דא א גרויסע "אלצווייסער" ער ווייסט אויף הונדערט פראצענט אז די זאליס האבן אויפגענומען איינער זאל מאכן פרייליך אונזער עולם, דאסמאל איז ער שוין אויפגעקומען מיט א חידוש אז די זאליס האבן טאקע פארלוירן די דין תורה אין עס איז שוין אפילו באגראבן אין פאללאקס לאט ווייל... דער געווינער רעדט נישט. נאר דער לוזער דארף רעדן...!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 04:18 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו בארא פארק געווינט מען טאקע, איין זאך האבן מיר זיכער געווינען אז רעביאנקל איז שוין מודה אז די אהרונים האבן פארלוירן באראש..

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 20:20 לינק ישיר 

סענעטאר כתב:

איך ווייס נישט צו בארא פארק געווינט מען טאקע, איין זאך האבן מיר זיכער געווינען אז רעביאנקל איז שוין מודה אז די אהרונים האבן פארלוירן באראש..


ניבא ולא ידע מה ניבא, ענקער געווינס אין ב"פ זעהט טאקע אוס פונקט ווי ענקער געווינס קעגן רעביאנקל... 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2011 20:57 לינק ישיר 

לאז דעם רעביענקל אין א זייט פאר יעצט, ענטפער וואס איז פשט אז די לשון פון די צעטל איז נישט דערמאנט קיין ווארט לויט די גירסא וואס די ארונים טענה'ן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2011 21:07 לינק ישיר 

לויט די שרייבערס פון די ארונישע פארום זעהט מיר אויס אז דער דין תורה איז א פאראבלעם פאר די ארונים, אזויווי זייער רבי האט זיך אויסגעדריקט אויף די לאנגע שארטקאטס, ס'איז א פראבלעם,

אויסער קינדישע טענה'ריי פון איינער וואס שפילט זאלי און אפאר נארישע ספיןס פון זייער אייגענע מחלוקת, האבן זיי נישט קיין שום מהלך, איינער שרייבט אז דער צעטל איז פאבריצירט א צווייטער זאגט סאיז בכלל נישט קיין זיצונג נישט געווען, אבער צום ענין רעדט קיינער נישט

ס'זעט מיר אויס אז ס'הערשט א שטיקל צומישעניש דארט,

   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/3/2011 21:55 לינק ישיר 

ווייסט איינער פארוואס דער בלאט דערמאנט נישט קיין ווארט איבער די א.ג. מעכטיגע געווינס וואס די ארונים האבן געהאט ביים דין תורה???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2011 22:00 לינק ישיר 

ווי עס קוקט יעצט אויס זענען ר יונה מיט רעביאנקל אויף ברוך מרדכי ג"ב'ס זייט

אבער דיןתורה קווענקלט נאך


תוקן על ידי SatmarNews ב- 10/03/2011 22:03:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > קלונגעדיגע פראסק פאר אהרן וועלץ; אהרוני'שע לגיונות צערינען ווי א זייפן בלאז
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext