רבותי, אז מען טוט זיך אויס פון ריאלעטי, קען מען מיט ליצנות פאשטעלן אזוינס וואס זאל אויסזעהן ריאלעטי...
ב"ה ס'איז א שטאלץ און א כבוד און מהר"א מסאטמאר איז שטארק רעספעקטירט איבעראל אז ער האט נישט בלויז ארויפגעצווינגען זיינע חסדים מיט די חתונה תקנות, און ווען ער פראוועט, פראוועט ער ווילאנג ער וויל, אפילו ווען ער מאכט חתונה ווערן די תקנות אויסגעפירט לויט די פרינציפן.
דער אויבן אן איז טאקע לער צוליב דעם וואס די חתונה האט זיך אנגעפאנגען פרי, און שפעטער ווערט ס'אויבן אן פיל מקצה על הקצה, און אויב איז דער אויבן אן ליידוג, פארוואס איז עס שפעטער פיל געווארן?
די דערהויבענע געטענץ ווערן געענדיגט עלעף אזייגער שארף, דער עולם פארבלייבט ביים רבינס מצוה טאץ, און עס איז שוין איינגעפירט געווארן ביי די לעצטע פאר חתונת אז דער ציבור פארלאזט דעם חתונה נאכן רבינס מצוה טאנץ, אין דאס איבעריגע איז פאר פאמליע און גוטע פריינט, און צוליב דעם איז ליידוג די פארענטשעס ביים גראמען.
מיינע קאלעגעס וועלן מיר אודאי פארהאלטן, ביסטו צודרייט די ענטפערסט נאך פאר די היפאקריטן?
מיין ענטפער איז יא! ס'איז פארהאן הונדערטער תמימי לב וואס זענען נעבעך פלעין תמימות'ידג און אומבאהאלפן, און מאניפולירט פון די שוואפן, דעריבער קען איך באשטיין זיי צו ערקלערן די גענויע פאקטן.
מיט דאנק!
_________________
 |
|
|