די קלארע פאקטן בנוגע די בוני עולם דרשות
איך האב געהערט גר קראנטע אינפארמאציע פון אן אינסיידער אין בוני עולם א פאפא'נער אינגערמאן וואס ארבעט אין אפיס אין בארא פארק און האט נישט קיין שום נגיעה צו סיי וועלכע צד
מתחילה איז געווען א פלאן עס זאל אפגעהאלטן ווערן דרשות דורך עטליכע רעדנערס, א איד פון ארץ ישראל, הרה"ג ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א, הרה"ג ר' יעקב יודא ברוין שליט"א, און הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט"א, און דורך ר' שלמה באכנער שליט"א, און דורכן יושב ראש ר' אהרן ארי' אייזענבערג שליט"א.
למעשה ווען מען האט זיך אראפגעזעצט מאכן די פונטקליכע פראגראם האט מען זיך דערזעהן אז עס איז נישט מעגליך, וויבאלד דער דינער איז מוצאי שבת (נישט ווי זייערע דינער'ס ערגעץ אנדערש ווי מען מאכט עס אינמיטן די וואך און מען קען אנהייבן פריער), און אזוי אויך רוקט מען דעם זייגער דעם מוצ"ש, און וויבאלד דער פראגראם איז צו לאנג, צופיל דרשות, און ביי בוני עולם דינער גייט אויך אוועק אסאך צייט פאר טיילן פלעקס, און עס אנגעגרייט געווארן שיינע בעלי מנגנים, ע"כ האט מען געקלערט צו שניידן די דרשות דורך מבטל זיין די דריי דרשות פון די דיינים, דהיינו הרה"ג ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א, הרה"ג ר' יעקב יודא ברוין שליט"א, און הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט"א, און אזוי האט מען געטוען מען האט אנגערופן אלע דריי צו קענסלען זייערע דרשות.
דערנאך האט זיך אנגעהויבן טענות פון די זאליס היתכן מען האט געקענסעלט ר' יעקב יודא, און די ארונים האבן געטענה'ט היתכן מען האט געקענסלט ר' שמחה שלום, און אזוי אויך האבן מאנכע געטענה'ט אז אין קרית יואל מיז אויך זיין א דרשה פון א מורה הוראה און עס קען נישט זיין סתם א פראגראם פון פלעגס און ניגונים.
אשר ע"כ איז באשלאסן געווארן אז מען וועט יא מכבד זיין צו רעדן אלע דריי דיינים, און עס איז צום האפן אז יעדער וועט פארשטיין און ארויסווייזן געדולד אפי' דער מעמד וועט זיך פארשלעפן.
איך וועל מסיים זיין מיטן סלאגאן פון בוני עולם, אז דער דינער איז
א דינער וואס קיינער וויל נישט פארפאסן!!!