אויפדעקונג: פון וועמען באשטייט דזשיגאנ'ס קינדער גארטן אין ב"ב
נאט אייך א גוט'ס, צום עונג שבת כ'האב די נאכט באקומען א פיקטשער פון די פלאקאטן וואס די בני ברק'ער זאליס האבן ארום געהאנגען אין די שטאט ב"ב, אלס צו אנפילן זייער קינדער גארטן מיט סיי ווער פון די גאס, נאר כדי צו קענען איינרעדן די אלוועלטליכע זאליס אז זיי האבן 50 קינדער און זיי ברויכן נעבעך געלט.. אויסער די גע'גנב'טע חודש'ליכע איינקומס פון די זאלן און האטעל....
(יא די ארויפגעצווינגענע בוררות קאסט טאקע אסאך געלט)
קוקט וויאזוי מפרואווט צו שלעפן די פרעמדע גאס מיטן גאנצן כח, מ'לייגט פאר א גאנצע רייע מיט 10 מעלות פארוואס ס'לוינט פאר די גערער, וויזשניצע, באבוב'ער, און ליטווישע שכנים צו שיקן זייערע קינדער דייקא ביי זיי אין קינדער גארטן, (ווי באקאנט לויט די באפעל פון דער תימנע'ר טאלער נעמט מען אן יעדן אינגל אויסער תימנ'ער ווייל זיי קאן ער פון דערהיים...) ליינט שטוינט און האט הנאה וויאזוי די בלאף אויף די אויסלענדישע זאליס ארבעט, פאלגענד איז צוטירט די מעלות וואס איז אלס אויגערעכנט אויפן צעטל:
1. מחיר מסבסד (געספאנסערטן פרייז). 2. מקום מרוח וממוזג (א לופטיגע פלאץ מיט אינגערישטע עירקאנדישן). 3. מיקום מרכזי (אין צענטער פון שטאט). 4. אווירה חמה ומסורה (א איבערגעגעבן ווארימע לופט). 5. מלמדים חשובים ומנוסים לגיל הרך (חשוב'ע מלמדים וועלכע זענען ספעציאליסטן פאר די יונגווארג).
ווער עס איז נאכנישט גענוג איבערגערעדט, איז די ליסטע נאכנישט פארטיג...
6. בניהול מפקח ומנוסה ומקצועי (געפיהרט מיט א געלערנטע און געפרואווטע אויפזוכט). 7. עם דגש רב על תוכן מקצועיות ועל נקיון (מיט א גרויסע דגש אויף די אינהאלט פון די גלערנטקייט און אויף די ריינקייט). 8. עם המון תשומת לב והשקעה מרובה (מיט אסאך אסאך אנטענשן און אסאך אסאך השקעה). 9. יחס אישי לכל ילד (א באזונדערע באציאונג צו יעדן אינגל).
און דער עקשן וואס וויל נאך אלס נישט אריינשיקן זיין אינגל אין דעם "סאטמארן" קינדער גארטן, איז דא נאך איין שטארקע זאך וואס וועט איהם זיכער באוועגן: 10. שפע של מתקני חצר מעניינים לילדים (א שפע פון גארטן שפילערייען אינטערסאנט פאר קינדער)...
דער ביטערער ליטוואק אדער גערער חסיד וואס וויל נאך אלס נישט א טובה טהון און אריינשיקן זיין תכשיט'ל אין אזא הויכ-סטאנדארטישע קינדער גארטן איז פשוט א מאבד עצמו לדעת, און ער זאל זיך גיין צו אלע רוחות....
באלד לייג איך אריין די פיקטשער פון די פלאקאט, האלט אייך געשפאנט און ליינט דאס נישט שטייענדיג....
 |
|
|