שוידערליך!!! פון די אנדערע זייט איז א דאפעלטע ווייטאג צו זען ווי די מתנחלים זענען געהעריג מאבד עצמם לדעת, און טראץ דעם וואס עס האט שוין אין די פארגאנגענהייט פאסירט אזאכע טראגישע אינצידענטן ווי מ'האט אומגעברענגט אידישע נפשות, וואוינען זיי נאך אלץ אין די אקופירטע שטחים און זענען זיך מתגרה באומות מידי יום ביומו.
זאל שוין דער אייבירשטער חונן דעת זיין פאר די אידן, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די בביגוא"צ בב"א.
הנאהבים והנעימים, בחייהם ובמותם לא נפרדו • תיעוד מזעזע
גופות חמשת בני משפחת פוגל שנטבחו בליל שבת ביישוב איתמר שבשומרון, הובאו לבית ההלוויות שמגר בירושלים כהכנה לקראת ההלוויה היום בצהריים שתחל בשעה 13:30 ב'הר המנוחות' • הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום, ונקם ישיב לצריו, וכפר אדמתו עמו • לראות ולדמוע
יהושע הכהן, בחדרי חרדים 09:35 13/03/2011
גופות הקדושים הי"ד, לפני שעה קלה בשמגר. צילום: יואל גיל 'חדשות 24'
0
, , ,
_________________
נשלח ב-13/3/2011 15:48
עס כאפט א פחד א שרעק ווען מ'זעהט ווי די רשעי ישראל, די ציונים ימ"ש, אנשטאט זיי זאלן זיך לערנען א לעקציע פון די שוידערליכע טעראר אטאקע, און אביסל פארמינערן זייערע התגרות באומות, טוען זיי פונקט דאס פארקערטע, און נוצן די אטאקע פאר א אויסרייד אנצושאפן נאך א גרעסערע התגרות באומות.
היינט צופרי האט דער רשע ביבי נתניהו געמאלדן אז 'לכבוד' די שרעקליכע שחיטה אין איתמר, גייט ער ערלויבן צו אראפנעמען די איינפרירונגען וואס זענען אצינד אין קראפט אויף די אקופירטע שטחים, און מ'וועט זיך נעמען בויען מיט אן אימפעט. שומו שמים, דאס איז דער ריכטיגער אפטייטש פון "רק בדם תהיה לנו הארץ", דער לאזונג פון די מייסדי המדינה שר"י.
איז נישט די וואך אפגעצייכנט געווארן די צווייטע יארצייט פון די בליט באד אין מרכז הרב ווען עטליכע בחורים זענען ברוטאל געשאסן געווארן?
נשלח ב-13/3/2011 18:01
ספרינטער,
עס איז בכלל נישט קיין דמיון. די אטאקע אויף ישיבת מרכז הרב איז טאקע פארגעקומען אין א מתנחל'ישע ישיבה, אבער די ישיבה געפינט זיך פאקטיש אין ירושלים, נישט אין עפעס א מתנחל'ישער זידלונג. אוודאי קען מען קאנספירירן אז די טעראריסטן האבן געמאכט די אטאקע דווקא אין יענע ישיבה צוליב זייערע עקסטרעמע שטעלונגען און נאכאנדע התגרות באומות, אבער פאקטיש איז די ישיבה נישט געשטאנען אויף א באזיס פון התגרות באומות.
ווידעראום דער זידלונג איתמר איז געשטאנען ביים שונא אין טערעטאריע, מ'האט אויפגערייצט דעם הונט, און דאס שרעקליכע האט פאסירט.
קומען די היימישע ציונים טענה'ן, נעע.. ס'נישט ווייל מ'רייסט זיך מיט די אראבער'ס. זיי זענען אייביג געווען רוצחים.. נו מאכטסעך שטערקער די קשיא!! מיט דעם בלוט-הונגעריגער רוצח גייסטעך רייצן??!!
אנשטאט מ'זאל פון די רוצחים שטיין ווייט, קומען די מתנחלים און מ'זעצט זיך אריין צו זיין אין פיסק, און ווען זיי רצח'נן אזוי ווי זייער שטייגער הייבט זיי אן נאך מער אויפצורייצן אז מ'וועט זיי ווייזן, מ'וועט דווקא בויען יעצט נאך צען זידלונגען. איך רעד שוין נישט פון תורה'דיג, נאר פשוט שכל'דיג איז דאך דאס נישט אויסגעהאלטן, דאס איז א שטיק טפשות.
נשלח ב-13/3/2011 18:45
_________________
נשלח ב-13/3/2011 18:51
_________________
נשלח ב-13/3/2011 19:53
ווען וועט מען שוין איינזעהן און טוהן וואס די הייליגע תורה פארלאנגט אין גלות, זיך מכניע זיין און איבערבעטן די אראבערס, וויפיל אידיש בלוט ר"ל דארף דאס נאך קאסטן ה"י
נשלח ב-13/3/2011 21:09
וועלכע טעראריסט גרופע נעמט פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע?