בית פורומים כל העולם כולו

שוידערליכע שחיטה אין איתמר געגנט אין ארה"ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/3/2011 20:49 לינק ישיר 

עס איז באמת א שוידערליכער צער פאר יעדן אידיש קינד באשר הוא צוצוקוקן וואס די אראבישע רוצחים האבן געטון, אבער אין די זעלבע צייט איז אויך א שוידערליכער צער צוצוקוקן וויאזוי אידישע קינדער קענען בשאט נפש זיך אריינשטעלן אין אזא מקום סכנה, איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. ווי דאס באקאנטע ווארט פון רביה"ק זי"ע אויפ'ן "לבי לבי על חלליהם".

דער צער איז מער געווענדעט צו זייערע א.ג. 'מנהיגים', די וועלכע וועלן אליין זיך נישט טרויען אריינצוטרעטן אין די מקומות סכנה וואו זיי שיקן זייערע תלמידים און נאכפאלגער. דער גרעסטער טייל פון די מתנחלים זעלבסט זענען תינוקות שנשבו, אבער זייערע פירער/פארפירער וועלן אפגעבן דין וחשבון אויף יעדן אידיש קינד וואס ווערט געהרג'עט רח"ל דורך די רוצחים.

צו די אלע וועלכע האבן טענות אז יעצט איז די צייט פאר רחמנות:

ביי די דאזיגע שקצים, די פארביסענע מתנחלים, איז יעצט אן אנדערע צייט. זיי האבן שוין אויסגענוצט דעם אומגליק צו לייגן דרוק אויף די נתניהו רעגירונג אויסצוברייטערן די אומלעגאלע זידלונגען, וואס וועט אריינשיקן פרישע טויזנטער אידישע קינדער אין דעם מקום סכנה - ביז צום קומענדיגן התנתקות וואס וועט בהכרח מוזן קומען פריער צי שפעטער, האפנטליך אן קיין שאדן פאר קיין אידיש נפש.

אין די צייט וואס זיי קלאגן און וויינען נוצן זיי אויס די נאטורליכע רחמנות געפילן צו פארגרעסערן און פארברייטערן דאס התגרות באומות, וואס גייט שוין היינט פיל ווייטער ווי די אראבישע וועלט, און אפילו ווייטער ווי אבאמא'ס אמעריקע. היינט צו טאג גייען זיי שוין קעגן דעם ווילן פון כמעט יעדעס איינציגע לאנד אין דער וועלט!

זיי גייט נישט אן אז דאס וועט עווענטועל אפקאסטן פרישע טייכן אידיש בלוט רח"ל, נישט בלויז צוליב'ן "אני מתיר את בשרכם" נאר אפילו פשוט מיט אונזער גשמיות'דיגער לאגיק!

_________________

If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2011 20:56 לינק ישיר 

זייערע ווארטזאגער באקלאגן זיך 'ביטער' אז די וועלטליכע מידיא האט אזוי שטארק אראפגעשפילט דעם טעראר אינצידענט, אזש דער גרעסטער טייל פון די אלגעמיינע מידיא האט זיך אפילו אפגעהאלטן פון נוצן דאס ווארט "טעראר" און עס אראפגעשפילט אלס פשוט'ער איבערפאל - אין דער צייט וואס יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז קיין שום 'איבערפאלער' גייט נישט אומברענגען א פיצל קינד אין בעט, ה' ירחם.

נאך יארן וואס זיי פייפן אויף די גאנצע וועלט און די וועלט איז ענדליך געווארן אומגעדולדיג מיט דער ישראל'ישער עזות, וויינען זיי און פארפירן אז די וועלט קוקט נישט אויף זייער זייט. וויפיל מיינען זיי קען מען דרייען יעדן אויפ'ן קליינעם פינגער?!

אויסער דעם וואס זיי ווילן נישט פארשטיין און אנערקענען, עינים להם ולא יראו, אז וויפיל זיי ווילן אראפווארפן פון זיך דעם 'אידישקייט' פלעק בלייבן זיי נאך אלץ אידן אין די אויגן פונעם גוי, און דער הלכה היא בידוע ארבעט אויך קעגן זיי מיט'ן פולן שטארקייט.

_________________

If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידערליכע שחיטה אין איתמר געגנט אין ארה"ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.