בית פורומים כל העולם כולו

די 5 שעה'יגע פארמעסט: תורה קעגן זשאוקס. שושן פורים תשע"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/3/2011 17:03 לינק ישיר 

הבדלה יו נא וואט

אין הופער גייט זיין פינקט אזויסאך ערוואקסענע קאמיקער ווי אין ראדני

די חוליק גייט נאר זיין אז אין הופער גייט עס זיין נאך א פינעף מאל תורה זאגן פינעם רבין

אין ראדני גייט מען נישט הערן קיין ווארט תורה פינעם עם הארץ הדור !!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/3/2011 18:12 לינק ישיר 

ווען דער האפער רבי עפענט זיין פיסק איז עס דער גרעסטער ליצנות (און רחמנות...) וואס ס'נאר פארהאן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2011 18:16 לינק ישיר 

''די שקר''

ביזט א א פאלנער ליגענער!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2011 18:43 לינק ישיר 

די_אמת כתב:
ווען דער האפער רבי עפענט זיין פיסק איז עס דער גרעסטער ליצנות (און רחמנות...) וואס ס'נאר פארהאן...

פארוואס וועלן די זאלויניס אייביג שרייען אויפן רבי'ן די פראבלעמן וואס זייער רבי האט ווי זשיגאן אדער עם הארץ, איז טאקע נישטו קיין שום שפעט ווארט קעגן ר' אהרן אז מען דארף זיך באגיסן מיט די אייגענע שמוץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2011 18:58 לינק ישיר 

די ליצנות וועט זיין בערך אזוי



*************** title="YouTube video player" width="480" height="390" src="http://www.youtube.com/embed/SKUt9InwdcE" frameborder="0" allowfullscreen><*

תוקן על ידי גוטזאגער ב- 15/03/2011 19:00:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2011 19:00 לינק ישיר 

http://www.youtube.com/watch?v=SKUt9InwdcE

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2011 19:19 לינק ישיר 

Zali Reading the Megila in Satmar





http://www.youtube.com/watch?v=yUveqJ08yyw



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/3/2011 22:32 לינק ישיר 

איך האף מ׳ וועט נישׁט זיין בּרוגז אויף מיר, איך זאג ״נאר א פאקט.

אין סאטמאר האט מען קיינמאל נישׁט געזאגט קיין תורה שׁושׁן פּורים, און יא די גאנצע טישׁ איז בּאשׁטאנען פון פּורם שׁפּילן קאמיקער און גראמערס.

אז מהר״א וויל זאגן תורה וואיל איז אים און וואיל איז זיינע חסידים, אבּער מ׳ קען  נישׁט האבּן טענות אויף די וואס זאגן נישׁט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2011 22:43 לינק ישיר 

נארפאקטן.

ווען דער רבי זי"ע האט געפירט, איז געווען א גאנץ יאר תורה, פורים איז געווען קדשי קדשים, און שושן פורים איז געווען בדחנות.

ביים תלמיד פון רבי שימעלע, איז א גאנץ  יאר פוסט און לער... קיין פורים, קיין הושענה רבה, קיין מגילה ליינען... נאר שושן פורים קומען אלע ליצים...

דאס הייסט א זשיגאן רעבע !

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 00:42 לינק ישיר 

אלע רעבעזסורילריאלריירינע אידן שרייען מ'טאר נישט משנה זיין קיין קוצו של יוד... מ'מוז מאכן א ליצנות טיש פון 5 שעה ווייל ביים רעבירלכירחניריטנו האט מען נישט געזאגט קיין תורה וכו' וכו' וכו'. 

אבער מיני' ובי' טרעטן זיי אויף גאר הארבע תקנות פון רבי'ן  זי"ע, און פון דעם רעדן זיי נישט.

1) דער רבי זי"ע האט קלאר באפוילן: בחורים טארן נישט גיין צו קיין חתונות. אין קווינס לאכט מען דערפון. און מ'לאזט דירעקט גיין בחורים צו חתונות (!)

2) דער רבי זי"ע איז געווען קעגן דאס לערנען דעם ליטווישן דרך הלימוד. אין קווינס לאכט מען דערפון, און מ'נעמט אזעלכע מגידי שיעור, אין אזא סארט דרך הלימוד.

3) דער רבי האט שטארק געדרוקט דערויף צו לערנען פארטאגס חק ולא יעבור - אין קווינס עקזעסטירט נישט אזא זאך.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 17:09 לינק ישיר 
עס איז דא א מיטעל וועג


איך גלייך זייער די שושן פירום טיש, די רוחניות חלק, עס איז באמת איינע פון די מתנות וואס מיר
האבן באקומען אלץ באנועסא טיש פול מיט חיזוק, קדושה מיט דברי תורה, עס איז באמת  א פארגענוגען

עכ"ז פארשטיי איך נישט די נייע מהלך און די אויפטי אז קיינער גייט נישט אויפטרעטען
שושן פירום, איז אלץ געווען גראמען מיט בדחנות, מען מוז נישט רעדן.חוזק מאכען פון רז"ל, מען קען רעדן פון
צינות/לקסועס/חתנה תקנות, אד"ג, עס איז דא גענוג נייטראלע זאכען פון וואס מען קען רעדן, און עס זאל זיין איידעל

עס איז אנגענומענע זאך, דער עולם וויל עס, איך זע נישט די חידוש אז היי גייט עס נישט זיין!!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 17:21 לינק ישיר 

מיסטער האופ.
איך בין זיכער אז דער רבי וועט אויסהערן דיין פארשלאג. שיק אים א אימעיל.


יעצט צום פינטל:
לענ"ד, איך קלער אז דער רבי וויל נישט אז מ'זאל מאכן חוזק פון דעם און פון יענעם פון קהל אויפן טיש. און אראפרייסן דעם ראש הקהל, משמש, גבאי, מקוה איד, חברה משניות און חברת תהלים, קנין ספרים און מנינים אנפירער.

איי וועסטו דאך פרעגן: עס איז אלעמאל געווען, מ'האט אלעמאל חוזק געמאכט פון מענטשן, און ס'איז געווען שא שטיל, קיינער האט זיך נישט באקלאגט.

דער תירוץ איז: אז אסאך מאל איז עס טאקע פלעין פאני, און אסאך מאל איז עס רציחה ממש. און אויב האט מען עס אמאל געטאן, איז יעצט צייט (לויט'ן רבי'נ'ס שיטה, לויט מיין שכל) צו טוישן. און טאקע גענצליך.

איך דערמאן זיך ווען דער געלער בדחן האט געהאט א גוטע דזשאוק אויף ר' עקיבא גאנץ הי"ו פון קרית יואל (בער 30 יאר צוריק), און האט געמאכט פון אים שפאטיש ליצנות.

ר' עקיבא'לע האט זיך געשעמט ארויסצוגיין אין די גאס וואכן דערויף.

חוץ אויב דו טרעפסט א היתר פון די לישקע, אז שושן פורים שאני, שושן פורים מעג מען אויספראקן און אויסשמייסן וועמען עס לאזט זיך, ווייל ס'איז פאני און ס'איז נאר איינמאל א יאר, זאל שוין זיין !

איי וועסטו פרעגן קען מען דען נישט מאכן אז מ'זאל נאר זאגן אויסגעהאלטענע וויצן:
דער תירוץ איז: ניין.

אויב זענען פאראן עטליכע שפילער, און זיי האבן עפעס א גוטס אויף די צונג, וועט עס ארויסקומען. און דאס וויל דער רבי פארמיידן, ווי איך טראכט.


לאמתו של דבר:
איך וואלט אויך גערן געוואלט הערן אפאר גוטע דזשאוקס, אבער טיף טיף ווייס איך, אז דער רבי איז גערעכט. דער טיש וועט אפשר נישט זיין פאני, אבער עס ציפט מיר נאך ביז היינט ווען כ'דערמאן זיך וואס דער געלער בדחן האט געטאן פאר טויזענטער מענטשן, אויפן חשבון פון אן אומשולדיגן מענטש.

איך פארגין עס ביי זאלי'ן, בכל לבבי ונפשי.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 17:25 לינק ישיר 
גוטזאגער: עס איז יא דא א מיטעל וועג,

גוטזאגער כתב:
מיסטער האופ.
איך בין זיכער אז דער רבי וועט אויסהערן דיין פארשלאג. שיק אים א אימעיל.



איך צווייפיל וועמענס באשלוס עס איז געווען, ואכמ"ל, ודי בזה

_________________



תוקן על ידי have_hope ב- 16/03/2011 17:30:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 17:46 לינק ישיר 

איך זעה אז די רעדסט נאר פון די ערשטע טייל.
אלזא בעט איך דיך יעצט נאכאמאל קלארער: שיק אים א אימעיל אדער א טעקסט (!)


אויב דו ביסט רעדי צו דיסקוסירן איבער דעם צווייטן טייל, אין ביך גרייט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 17:55 לינק ישיר 

ווער געדענקט דען נישט וואו ווען ר' ליפא שטויבער האט אויסגעפראקט דעם קראנקהאפטיגען בן פראדל שישן פורים שנת תשנ''ג, זייט דענמאלאס האט ער מער נישט געטארט זאגן קיין בתחנות אויפן טיש,

זעט אויס אז דער בן פראדל פארשטייט וואס מייינט ווערן אויסגפראקט ברבים, מיט דעם אלעם מאכט ער זיכער אויסצפראקען אנדערע מענטעש ביי די זאלי דזשואק טיש,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די 5 שעה'יגע פארמעסט: תורה קעגן זשאוקס. שושן פורים תשע"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.