בית פורומים כל העולם כולו

די 5 שעה'יגע פארמעסט: תורה קעגן זשאוקס. שושן פורים תשע"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/3/2011 18:05 לינק ישיר 


גוטזאגער,

עס גייט מיר נישט אזוי און לעבן אז עס זאל פארקומען דשאקוס, אד"ג ביים טיש
דערפאר האב איך לכתחלה נישט געוואלט אריינגיין און לענגערע דעבאטע בנוגע די אישו

יא, איך ווייס אז מען פלעגט אמאל פארשעמן מענטשן ביין טיש,
אזוי אויך איז געווען א שלעכטע מנהג, אז מען מען פלעגט פירען פארשידענע חשבונות
מיטען אויספראקען אישי ציבור, אויף באקהאלטענע וועגן, און יעדער פלעגט קיקען צי יענער ווערט רויט
עס איז קלאר אז עס איז שלעכט, און עס איז אומפארשטענדליך ווי אזוי אזא שלעכטע מנהג האט זיך ביי אונז ארייגעריסען
אזאש אז עס הייסט שוין נערמאל, און עס פלעגט פארקומען ביי אונז פינקט ווי ביי די זאליס, נאר ביי אונז אויף א קלענערע פארנעם


עכ"ז האלט איך, אז מען קען אהער שטעלן א איידעלע פראגראם, אן קיינעם וויי צו טיען
און דאס וועט זיין א שטארקע חידוש,  איה"נ אויב מען קען נישט, איז טאקע בעסער אז עס זאל גאר נישט זיין, אבער איך האלט אז עס איז יא מעגליך,





_________________



תוקן על ידי have_hope ב- 16/03/2011 18:07:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 18:31 לינק ישיר 

מיסטער האופ, איך זעה אז די האסט שוין מער ווינציגער געכאפט איבער וואס די רעדע איז דא. זעהר גוט.

לויט ווי מיר זעען האט דער רבי טאקע געהייסן מאכן ענדערונגען די לעצטע פאר יאר.
עטליכע האבן זיך געהאלטן צום סקריפט, אבער דא און דארט האט זיך אריינגעכאפט, און ווי איך קלער, איז דער רבי אנטשלאסן דאס צו ענדיגן, און טוט דאס עקסטרעם. ALL THE WAY

ווי איך הער וועט זיין א קינדער סקיד, און ווי עס פארשטייט יעדער, וועלן קינדער נאר זאגן דאס וואס מ'הייסט זיי.
איך ווייס אז עס איז נישט זייער אינטערסאנט - 2 בלאק אוועק וועט זיין א באנטש פאן און ענטערטעינמענט.

לאמיר נישט מאכן קיין טעות:

זייט דער רבי האט איבערגענומען די הנהגה האט ער "אויסגעריסן" עטליכע זאכן וואס איז "אייביג" געווען.

1) ער גייט היינט אין די קעמפ'ס אליינס !
נישטא מער קיין "עסקאורט'ס", נישטא מער קיין קארוואנען מיט לעלו'ס. ער גייט אליינס. פארהערט די קינדער און בחורים, רעדט א דרשה מיט ערנסטקייט. און מאכט דעם וויזיט א תורה'דיגע, א תוכנ'דיגע און אזוינס וואס די קינדער טראגן אהיים אויף א גאנץ לעבן.

2) נישטא מער קיין באגלייטן.
אויסגעריסן דעם באגלייטן מיט'ן שורש. עס האט גענומען לאנג אבער ער האט עס דורכגעפירט.
קודם האט ער מבטל געווען דעם פסח באגלייטן. נאכדעם דעם שבועות באגלייטן און צום לעצט דעם סוכות באגלייטן און פאקלען מיט אלע שטותים.
יא, ער זאגט אפאר ווערטער פאר'ן ציבור אויפן "פארטש" אבער קיינער באגלייט אים נישט. ער פארט נישט אוועק פון קיינעם און דארף נישט נישט קינדישע שטותים.
,
3) ער פארט קיין ארץ ישראל און לאנדאן אליין.
נישטא מער די "מאסע מאלכיס" - אז ער וויל פארן ווי אומער, פארט ער אליייס, מיט די מינימום סוויטע.
אזוי שפארט ער מיליאנען דאלאר.
אזוי שיקט ער דעם מעסעדזש אז מ'פארט אויפצוטאן, נישט פאר די גאס און פאר די נארישע פאמפע-דראמפע !

ווען דער רבי געזעגענט זיך, טוט ער עס דורך פרעגן א פעסטע קשיא, און די וועלכע ווילן האלטן א קשר, מיטשען זיך צו פארענטפערן די קשיא, און שיקן עס אים אפ. אזוי האט מען א קשר, נישט דורך לעקטער'לעך, סיינס, לעלו'ס, מאטארקאדעס און אלע בעיבישע שומרים-לעלוס.

און יעצט מאכט ער דעם ענדערונג מיט די שושן פורים טישן. וואס כאטש ער האט שוין לאנג איינגעפירט א טיש מיט תורה און זינגען, ווארימע און לעבעדיגע ניגונים, מיט דרוש ואגדה פאר שעות לאנג, האט ער יעצט מבטל געווען אינגאנצן די דשאוק טייל דערפון !


אוי האט ער משנה געווען !

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 19:03 לינק ישיר 

ווי גייט דער רבי שליט"א זיין שבת??

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2011 17:08 לינק ישיר 

גוט זאגער איין ווארט שפתיים ישק! אבל יש להוסיף מעט נופך:

די זאליבאנעצעס, זענער כסדר פארנימען אז סאטמאר איז משנה פונעם רבי'ן ז''ל, און נאר זיי זענען די באמת גאר נישט משנה, אפי' מיטן רויט מאכן פענימער ברבים אויך נישט, לאמיר א קיק טאן,

רבינו הק' זי"ע האט אונז געשריבען זיינע הייליגע ספרים, אויך האט ער באפוילן בפה קדשו פארשידענע הוראות, וויאזוי מיר זאלן זיך פירן, את הדרך נלך בה ואת המעשה אשר נעשה. לאמיר רעכענען:

נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה. - די ארוינים נעמען? ניין!
נישט גיין צו די בחירות. - די ארוינים גייען? ניין!
נישט אריין קומען און די סאטמארע בתי מדרשים מיט א אפענע שייטעל. - די ארוינים האלטן די תקנה? יא!

נישט קומען אין די הייליגע טעג און בית מדרש אפיל מיט א צוגעדעקט שייטל. - די ארוינים האלטן די תקנה? יא!

זאלצן די פלייש דייקא מיט שטיינזאלץ. - אזוי פירט מען זיך און די בוטשער סטאר'ס שע"י קהילתינו? יא!

נישט דאווענען קיין מעריב פארן זמן רבינו תם. - פירט מען זיך אזוי אין אונזערע בתי מדרשים? יא!

און די שטאטוטן פון די קהלה וואס רבינו הקוה"ט האט אונטערגעשריבן בחי"ק שנת תשי"ב לפ"ק שטייט אז מען מוז דאווענען אין די בתי מדרשים דקהל יטב לב, אויפן נוסח און סדר פון רבינו הקוה"ט זי"ע. - דאווענט מען ביי אונז אין די בתי מדרשים אויף דעם נוסח פון רבינו הקוה"ט זי"ע? יא!

דער רבי זי"ע האט געהאלטן אז גיין אין ציוניסטשן בג"ץ איז יהרג ועל יעבור. - די אהרוינים גייען? ניין!

איז דען דא איין שטוב פון אן ארויני וואס ער זאל נישט האבן דעם הייליגן "ויואל משה" (נישט דעם "דברי יואל"...) ביי זיך אין שטוב?

 

איי מיר זינגען  נישט יעדע וואך דעם זעלבן ניגון אויף "לא תבושי", וואס מען האט געזינגען די לעצטע יאר ביי רבינו הק' זי"ע!

 עסן מיר נישט קיין קנאבל-בארשט מיטל-נאכט יו"ט!

 לייגן מיר נישט קיין בלומען אויפן סדר טיש!

 עסן מיר נישט קיין לפתן!

 עסן מיר נישט קיין געדישעכטץץץץץ!

 שרייען מיר נישט "אוי"! אינמיטן די נענועים!

 מאכן מיר נישט נאך די תנועות מיט די האנט, וואס רבינו הק' האט געמאכט ביי תפילין לייגן! ומי יבוא בסוד קדושים.

לייגן מיר יא צוקער אין די פערפל!

מאכן מיר נישט רויט קיין פענימער שישון פורים!

 דאס מיינט משנה זיין פונעם דרך פונעם דעם רבי'ן ז"ל???

און אויב ''ב'משנה זיין'' עסקינן, לאמיר נאר דערמאנען א ברעקל היסטאריע, ווער פון די צוויי אחים הקדושים איז געווען א בן בית דעיל בלא בר בביתו נאוה קודש פון רביה"ק זי"ע בימי בריאותו, און ווער איז "קיינמאל" נישט געקומען.

 עס געדענקן אלע עלטערע תלמידים ווי כ"ק רבינו שליט"א האט זיך געדרייט ביי זיין הייליגער פעטער, און מקבל געווען מלא חפניים, און אלע הינזיכטן.

 פון אלס קליין קינד פלעגט ער אייביג גייען שבת מיטאג צו רבינו הק' זי"ע, וואס פלעגט אים פארהערן וואס ער האט געלערנט, און שעפן נחת דקדושה מנצר חוטר מבית רבי, דער צווייגל מבית אבותיו הקדושים עצי התמרים זי"ע.

 עס איז כדאי צו דערמאנען, אז איינמאל האט דער ברך משה זי"ע, באקומען א מעסעדש פון די אנשי דלא מעלי (דאס איז די די היינטיגע זאלי / בני המן / ווערים / קרעטץ / מישמאש אד''ג,)  אז ער זאל מער נישט שיקן רבינו שליט"א, (וואס איז דאן נאך נישט געווען א איידעם און ווישניץ), צום שטוב פון רבינו הקוה"ט זי"ע.

 ס'איז אריבער א שטיק צייט, און דער ברך משה זי"ע האט זיך געטראפן מיטן פעטער זי"ע ביי א חתונה, און רבינו הקוה"ט זי"ע האט אים זייער פארגעהאלטן היתכן אז ער שיקט שוין נישט בנו הגדול רבינו שליט"א צו אים. און דער ברך משה זי"ע האט כדרכו בקודש און אזעלכע אומשטענדן, זיך פארביסן די ליפן, און גארנישט געענפערט. סובלת סבלך.

 ביי די בר מצווה האט אים רבינו הקוה"ט זי"ע געקויפט א סעט רמב"ם, און אים געזאגט, "זעה אז דער רמב"ם זאל נישט שווער בלייבן"!!

 ווען רבינו שליט"א איז געווען א 13 יעריגער בחור, באושפיזא דאהרן, האט אים אמאל רבינו הקוה"ט זי"ע מכבד געווען מיטן בענטשן, עס איז נישט געווען קיין פלאץ אז רבינו שליט"א זאל זיך קענען אוועק זעצן, האט זיך דער היילגע רבי זי"ע אוועקגעריקט, און געזאגט פארן ברך משה מיט א שמייכל: "איך וועל זיך ריקן אביסל, דו וועסט זיך ריקן אביסל, וועלן מיר אים מאכן פלאץ"! און אלעס אז רבינו שליט"א אלס 13 יעריגער בחור זאל זיך קענען אוועקזעצן און מכובד ווערן.

אין אנדערע מקומות וואלט מען אויף אזא עובדא געבויעט פיתום ורעמסס פון סמיכה, הנהגה, רוח הקודש, הרגשה, וכו'.

 ביי די סוגיא פארלערנען , האט כמה פעמים פאסירט אז רבינו שליט"א האט זיך פארשפעטיגט עטליכע מינוט, און רבינו הקוה"ט זי"ע האט צוגעווארט און נישט אנגעהויבן פארלערנען ביז רבינו שליט"א איז אנגעקומען.

 אלעמאל ווען רבינו שליט"א האט אריינגעפרעגט, האט דער רבי זי"ע אויסטערליש הנאה געהאט זיך מפלפל צו זיין מיט אים. אמאל ווען דער רבי זי"ע האט געטראפן דעם ברך משה זי"ע האט ער אויסגערימט כ"ק רבינו שליט"א פארן ברך משה זי"ע, וואס האט געקוואלן נחת דקדושה, צו זען ווי זיין הייליגער פעטער זי"ע שעפט הויפענעס נחת פון זיין זון, ולאילנא רבא יתעבד לתפארת אבותיו הקדושים, א ריכטיגער סיגוט'ער אייניקל.

 אמאל אין א שמועס, האט רבינו הקוה"ט זי"ע פארגעווארפן דעם ראש ישיבה, הגה"צ רבי נתן יוסף ז"ל, "האסט מיר נאך אין די גאנצע ישיבה, איין אזא בחור ווי סיגוטער רב'ס זון [ר'] אהרן"?!

 אלס אינגערמאן האט רבינו הקוה"ט זי"ע געשריבן אויף אים דעם געוואלדיגן תואר של כבוד, ווי וועלכן דער רבי זי"ע האט כידוע שטארק געמאסטן, "חו"ב, המאור הגדול". (אה, יא, דאס איז געווען שוין זייענדיג אן איידעם אין וויזניץ).

 תשל"ד פרשת תרומה, ווען רבינו שליט"א האט עולה געווען אין ביהמ"ד, און  דער עבריין זריעלע דער הולך לבג"ץ, האט שוין דאן געלייענט, און ער האט אויסגעלאזט אויף רבינו שליט"א, דעם פסוק "לשאת את השלחן", האט דער רבי זי"ע א שלעפ געטאן זריעל'ן ביים טלית, און מיט א שמייכל זיך אנגערופן: "אה!? לשאת את השלחן מיינט פירן טיש"!!! (אהא, איר האט געטראפן, דאס איז אויך געווען נאכדעם וואס ער איז געווען אן איידעם אין וויזניץ).

 און נאך און נאך!

 היינט האבן מיר די זכי' אז רבינו שליט"א איז דער ממלא מקום פון זיין הייליגן פעטער זי"ע, און איז ווייטער דולה ומשקה פון וואס ער האט מקבל געווען בבית מדרשו של אותו צדיק וקדוש זי"ע, פאר אונז עד ביאת הגואל. און מיר זענען נישט חייש אויף ''משנה זיין''

 פון די אנדערע זייט.

 רבי זאלישעל , אוי דער ליבלונג, דער לעכטיגער בעל צורה ונועם המדות, שיין און געפיצט, שטראלנד און בא'חן'ט, ממש וואו א מוד וואס שטייט און שדוכים, איז כמעט קיינמאל נישט געקומען קיין סאטמאר. ער האט פיינט געהאט סאטמאר מיט א שטארקע שנאה, (אהבה מסתרת). פארוואס?

 ווייל ער איז געווען אין זעלבן יארגאנג פון הרב חיים רובין שליט"א, (אויך א פלומעניק פון רבי'ן זי"ע), און די "שטוב מענטשן" (זיינע היינטיגע בעלי בתים) האבן בכוונה מכבד געווען און מקרב געווען ר' חיים'ען, און דירעקט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אונזער שיינעם רבי זאלישעל, כדי צו טשעפען מיטן ברך משה זי"ע כמנהגם.

דעריבער האט דער שיין געפיצטער רבי זאלישעל  שטענדיג פיינט געהאט צו קומען אויף סאטמאר, און די מחברתו הטהורה פון רבינו הקוה"ט זי"ע, די אלמנה אלטא פייגא ע"ה, אויף וועמען ער האט סארקאסטיש ערקלערט ביי די לוי' סיון תשס"א, אז מ'האט זיך אין איר געקענט "מדבק" זיין נאכ'ן רבי'נס פטירה, פלעגט ער רופן "מכשיפה" רח"ל, אלעס וועגן די סיבה!

 עס פארציילט ר' נחום ברוינער מיט ר' אברהם מאיר ווייס, מיט ר' משה זעליג, הערשל וועלץ, און נאך אז ר"ה בשנת תש"ל, דער ערשטע יאר וואס רבינו הקוה"ט זי"ע האט געדאווענט פארן עמוד נאכ'ן סטראק, זענען געפארן א גרופע פון סיגוט'ער מתפללים קיין וומ"ס זיך מסתופף זיין בצל הקודש פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע, און האבן צוריק געוואקט קיין בארא פארק, נאכן דאווענען די ערשטע טאג ר"ה. ווען זיי זענען צוריק אנגעקומען קיין ב"פ זענען זיי געגאנגען דאווענען מנחה מעריב און סיגוט'ער ביהמ"ד, און די סיגוט'ער מתפללים האבן זיי אויסגעפרעגט וויאזוי עס איז געווען ביי רבי'ן, וויאזוי דער רבי זי"ע האט געדאווענט. רופט זיך אונזער שיינער רבי זאלישעל אן הויך אויפן קול: "אברהם מ. וואס ברענגסטו אריין דא די סאטמארע דרע..."??!! דער עולם איז געבליבן ערשטוינט, וויאזוי א ראצער א בחור, א גארנישט, א ניקס, מיט א פרעכען עקעלדיגען ''וועקי'' פיסקעל  מאכט אזוי אוועק דאס דאווענען פון רבינו הקוה"ט זי"ע.

 אחוץ די מעשה מיט די רבי'שע לייכטער, וואס דער בעל המושיען, זיין אפעטיט זאל זיך מערן, און מערן, עד בלי די, האט מחדש געווען, ווי אויך רבי זאלישעל'ס בענטשן דעם לעצטן שב"ק אינדערפרי אין שטוב פונעם רבי'ן זי"ע, ווען דער רבי זי"ע איז שוין געווען אין א מצב פון נר אלקים טרם יכבה, און כמובן איז דארט קיין רעדע פון "פערזענליך מכבד זיין" זיכער נישט געווען, האט איר נאך עפעס שייכות פון רבי זאלישעל צו סאטמאר און איר גרויסן מייסד רבינו הקדוש והטהור זי"ע?!

די זאלישלעך וועלן אונז פארציילען ווועגן רבי'ן זי''ע? אדער גאר וועגן משנה זיין? מען דארף דאך זיין א מצה טאש צו נישט צו פארשטיין ווער דער משנה איז,

 



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 17/03/2011 17:11:30




תוקן על ידי ראפאגאש ב- 17/03/2011 17:17:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2011 17:33 לינק ישיר 

גוט זאגער

שיין און גוט ארויסגעברענגט

 

און איך ווייס שוין פון עטליכע יאר וואס דער רבי זוכט דאס מבטל צו זיין, פשוט פאר דעם ווייל מען האט זיך נישט געהאלטן צו וואס מען האט זיך אויסגענומען, מען האט יערליך אויסגעפראקט מענטשן (וואס יעדער האלט אז ס'קומט זיך זיי, אבער דער רבי האלט אז נישט און ער וויל דאס אפשטעלן) דאס יאר איז געווען א שעת הכושר ווען מען איז געקומען בעטן דעם רבין אז שושן פורים זאל דער טיש זיין אין וויליאמסבורג, האט די רבי זיך אויסגענומען דעם תנאי אז קיין שום ערוואקסענע מענטש זאל נישט אויפטרעטן, ווייל ס'איז פארשטענדליך אז אויב אין קרית יואל קען מען זיך קוים איינהאלטן ווי אזוי וועט מען זיך איינהאלטן אין וומסב"ג הקרובים אל החלל, ממילא איז דאס געווען די תנאי

ואשרינו שיש לנו רבי כזה

*

שבת גייט די רבי זיין אין קרית יואל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2011 17:58 לינק ישיר 


די דעפרעסע קומט אן א קלימאקס

נעכטען האבן די חברה ארויס געשיקט א ראבער קאל מיט לצינות פון רבינו שליט"א מיט האפענונג אז די דעפרעסיע וועט צונישט ווערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/3/2011 20:55 לינק ישיר 

אין יואלי רוטנער וועט געבן א שריי א פריי לע כיען פורים אין אלע שטויבער'ס וועלן וויינען פאר פרייד
והעיר זאלי צהלה ושמחה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2011 20:30 לינק ישיר 

טעיתי  , קיין שום פארמעסט.
וטעות לעולם חוזר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2011 15:01 לינק ישיר 


הרב פייוויש שווארץ שליט''א האט גוט געזאגט פאר אליעזר קעסטענבוים: לעיזער, דו וויגסט א טויט קינד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2011 08:11 לינק ישיר 

הערליכע טיש געווען בצל מרן רבינו שליט"א!!!!!!!!

תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי ברוקלין:
די רבי שליט"א זאל ערשיינען צום שושן פורים טיש יעדעס יאר!!!

אהה..... דער עולם האט פארלאזט דאס ביהמ"ד מיט הופענעס מיט השפעות טובות פון דעם פארגאנגענעם גרויסן הייליגן יו"ט פורים!!!

איינער זאגט א גוט ווארט היינט: 'נישט אז אונז זעמיר צופרידן אז די רבי זאל זיין געזונט איז אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג אזוי קענען מיר צוגיין זעהן דעם טיש....... נאר אונז פריי מער זיך,  אז אזוי דארפן מיר נישט ארויס פארן קיין קרית יואל............!!!

אזוי שטארק זענען מיר משתוקק און מיר קוקן ארויס אויפן רבינ'ס טישען!!!!!!!!!!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2011 18:51 לינק ישיר 

דער פישיגער קווינס פר דער בן חזקי פיש האט אויף געטרעטען ביי ר' זלצמן'ס דשאק טיש???

עמעצר שיקט מיר א קליפ, און דער קווינס פר פיש, זעט שוין אויס שטארק פארמאטערט,

..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די 5 שעה'יגע פארמעסט: תורה קעגן זשאוקס. שושן פורים תשע"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.