ברוך דיין האמת
היינט אינדערפרי איז געקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון האשה החשובה והצנועה מרת חנה שרה רחל ע"ה בת יבדלחט"א הרב ארי' לייב הי"ו גלאנץ הי"ו, אשת מוה"ר מענדל ב"ר יושע טעללער הי"ו, וועלכער איז נפטר געווארן נאכ'ן נישט זיין געזונט עטליכע יאהר, אין אינגן עלטער פון 31 יאהר, איבערלאזנדי'ג איר צובראכענע מאן און 3 קינדער און גאנצע משפחה.
די לוי' איז ארויס היינט אינדערפרי פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל ווי עס האט מלוה געווען מרן רבינו שליט"א, און עס האט מספיד געווען הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועכלער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון קבלת יסורים מאהבה וואס דורך דעם וועט די נפטרת אצינד זוכה זיין צו אריכות ימים אויף יענע וועלט, דאן האט מספיד געווען הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן ורב ביהמ"ד אבני צדק, איר זיידער הרה"ח ר' אברהם פליישמאן הי"ו – שווער פון איר פאטער הרב ארי' לייב הי"ו, איר שווער הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו מהנהלת שבת אחים אין קרית יואל, הרה"ג ר' יעקב יודא ברוין שליט"א מו"צ בקרית יואל.
דערנאך האט בבכי תמרורים מספיד געווען איר חשובע פאטער ר' ארי' לייב ני"ו וועלכער האט ארויסגעברענגט אירע מעלות און באוויינט די אבידה, און ארויסגעברענגט א דאנק פאר די אלע וואס האבן זיך פאר איר אוועק געגעבן אין די לעצטערע צייטן, דערנאך האט זיך רירענד געזעגענט איר מאן מו"ה מענדל הי"ו.
נאך די הספדים האט מען באגלייט די נפטרת צום ביה"ח ד'קרית יואל ווי זי איז געקומען לקבורה.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
ובלע המות לנצח
-בשורות טובות-
•♦•