פלעטבוש שטראמט צום מסיבת אתרא קדישא
א הערליכע מסיבה איז היינט פארגעקומען אין די שטאט פלעטבוש, לטובת די מוסד אתרא קדישא, וואס איז געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה, מיט די באטיילונג פון הונדרעטע אידן, וואס זענען געקומען מיט איין ציל צו מחזק דעם הייליגען מוסד, וואס איז די שליח פון גדולי ישראל שוין איבער פיפציג יאר, צו אפהיטן די הייליגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט.
די מסיבה איז פארגעקומען, אינעם שטוב פון הנגיד הנכבד הטפסר הגדול, הגביר האדיר, פון די גרעסטע בעלי צדקה בדורינו, תלמיד נאמן לבית בריסק, מקורב גדול לבית סאטמאר, הרה"ח ר' יוסף טאבאק שליט"א, וואס האט געהאט די זכיה אוועקצוגעבן זיין שטוב (וואס מקען זאגן די פאפאלורסטע שטוב בעיר ואם בישראל פלעטבוש) פאר די הייליגע מצוה.
אויפגטרעטן מיטן חובת השעה, האט הרהגה"צ פון די גרעסטע גדולים אינעם עולם התורה ר' אלי' בער וואכטפויגעל שליט"א ר"י זכרון משה, סאוט פאלסבורג.
בלייבט נאר איבער צו ווינטשען פאר די הייליגע חבורה אז זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין מיט זייער עבודת הקודש, און די אלע וואס ווילן איר צוברעכן זאלן וואס שנעלער האבן א מפלה, בזכות הצדיקים מייסדי הארגון, ובזכות הצדיקים אשר עומדים עמנו היום לאורך ימים ושנים, וואס זיי שטייען אין שפיץ פונעם הייליגען מוסד.

 |
|
|