כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצוק"ל ליינט די מגילה פורים ביינאכט תש"ס,
עס ווערט געזעהן ר' עזריאל גליק-משב"ק, ר' משה פרידמאן-משב"ק, האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) און ר' שלמה זלמן שטיין, ר' יואל גאלד הויז בחור,ר' יונה האלפערט ע"ה
רבינו שליט"א ביים ליינען די מגילה אויפן זעלבע הייליגע פלאץ
נשלח ב-18/3/2011 06:01
כמדומה אז דאס איז שוין א יאר צוויי נאך תש"ס. איך וועל דאס פרובירן מברר זיין.
סייוויזוי איז צום באמערקן אז דער ווידיאו איז שוין, לכל הדעות, א שיינע שטיק צייט נאך וואס די אהרונים האבן דערקלערט בראש כל חוצות אז דער רבי ווייסט נישט בחייכון וביומיכון.
_________________
נשלח ב-18/3/2011 18:25
ישר כח הרב קליפ פארען ארויפשטעלן די הערליכע היסטארישע ווידיאויס!
אוי! מי יתננו ירחי קדם, עס בענקט זיך פון טיפען הארצען די הייליגע שטימע און די לעכטיגע צורה ביי די מגילה ליינען פון מרן רביה"ק זי"ע דער געטרייע פאסטוך וואס האט געפירט דער עדה קדושה פון העכער א חצי יובל שנים, עס לאזט זיך נישט גלייבן אז דער צדיק אמת איז שוין נישט דא, און די לעכטיגע צייטן זענען שוין פארביי, איש קדוש עובר עלינו! זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועכ"י אמן
עס איז כדי צו באמעקן אז די לעצטע מאל איידערן הסתלקות לחה"ה וואס מרן רבינו הק' זצוק"ל איז געווען אין די עפענטליכקייט און מיר האבען נאך געהאט די זכי' צו זעהן די הייליגע צורה ברבים איז טאקע געווען ביים מגילה ליינען פורים בשנת תשס"ו לפ"ק ווי דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום מגילה ליינען בשארית כוחותיו, די געהויבענע מאמענטן וועט נישט ארויסגיין פון זכרון און איז נאך אלס געבליבן איינגעקריצט ביי די אלפי חסידים וואס האבן געהאט די זכיה דאס מיטצולעבן.
נשלח ב-18/3/2011 20:05
יא, אלפי חסידים האבן יענעם יאר תשס"ו דאס מיטגעלעבט — אבער די אנדערע חסידים, די וועלכע האבן געשריגן אז זיי זענען די ריכטיגע חסידים האבן יענעם יאר שוין פארבראכט אין המפואר פון הופפער סטריט