בית פורומים אידישע געדאנק

ווידיאו: בעל ברך משה זצוק"ל ליינט די מגילה תש"ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/3/2011 21:59 לינק ישיר 

יאיא סענאטער, גוט דו האסט מיר דערמאנט, אונז געדענק מיר נאך די מחזה נהדר אינעם היכל הביהמ"ד וואס איז געוועהן פול געפאקט ריין פון די מכלומרשטע פאלטשע חסידים וואס האבן געצאפט דאס בליט פון אונזער הייליגן רבין און צושטערט די לעכטיגע טישען און געהויבענע תפלות אין בית המדרש, און ליידער מבזה געווען דעם נאמען פון סאטמאר באופן נורא, און נאך בחיים חיותו פון מרן הברך משה זי"ע געעפענט זייער בית המדרש אויף הופער סט. ווי זיי האבן געדאווענט און געפראוועט צעראמאניעס אין שפיץ פון זייער מנהיג דער בן הגדול ובן סורר ומורה דער געוועזענער מרן הגאב"ד ור"מ קרית יואל והגלילות וואס האט אים בלויז אינטערעסירט זיין טאטנעס כבוד נאר ווען ער האט געדארפט זיין טאטענס הילף פארן עקזיסטענץ פון זיין רבנות פאסטן אין ק"י, ב"ה דער היכל הביהמ"ד ביים מגילה ליינען פורים תשס"ו לפ"ק איז געווען איבערגעפילט מיט די אמת'ע חסידים פונעם רבי'ן זצוק"ל וואס האבן זיך געהאלטן געטריי ביזן לעצטן טאג פון לעבן, ברוך הוא אלוקינו... ...והבדיל לנו מן התועים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2011 00:16 לינק ישיר 

אוי געדענק מיר נאך גוט די לעצטע פורים תשס"ו בצל הקודש פון אונזער גרויסן רבי'ן מרן הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, עס איז געווען א בחינה פון ונר אלוקים טרם יכבה, דער הייליגער צורה פונעם רבין זי"ע - א קארגע חודש פארן הסתלקות לשמי מעל - האט געשטראלט בעת בנו יקירו וממלא מקומו כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געליינט די מגילה ווען ארום און ארום געפונען זיך טויזנטער געטרייע חסידים זקנים ונערים,און עד היום הזה פאלגן זיי אויס געטריי און הייליג זיין צוואה הקדושה זיך צו האלטן תחת דגלו והדרכתו פון ממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א עד ביאת הגואל צדק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווידיאו: בעל ברך משה זצוק"ל ליינט די מגילה תש"ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.