| נשלח ב-23/3/2011 03:22 |
|
| |
ברוך דיין האמת! הרה"ח דוד לייב גרינפעלד ז"ל
יעצט איז גקומען די ביטערע בשורה אז הרה"ח ר' דוד לייב גרינפעלד ז"ל
איז נפטר געווארן נאך א לאנגע און שווערע קראנקייט.
פרטים איבער די לוויה וועהט נאפאלגן
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2011 03:26 |
|
| |
די לויה וועט זיין 11:30 ביינאכט פארנט פון ביהמ״ד הגדול אין קרית יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2011 04:16 |
|
| |
מער פרטים, ווער איז דער נפטר?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2011 05:59 |
|
| |
אוי באשעפער!!!! ברוך דיין האמת!!!
ר' דוד לייב האט איבערגעלאזט די וועלט נאכן מיט מאכן יסורים קשים! ער וועט אוודאי רוען אין לעכטיגן גן עדן!!! לאמיר האפן אז ער וועט כאטש אויספועלן א ישועה דארט אויבן פאר די איבריגע חולי ישראל וואס מאכן נאך נעבעך מיט!! אויף דעם וועלט!!! אוי איז ר' דוד לייב א טייערע איד געוועזן!!! געגאנגן אין פייער צו טאן א טובה פאר א צווייטען איד!!!
והקב''ה יאמר לצרתינו די!! ובלע המות לנצח ומחה ה' את דמעה מעל כל פנים!
סטראבערי, אויב ווייסטו נישט ווער ר' דוד לייב איז געוועזן אזש דו פארלאנגסט 'פרטים איבער דעם נפטר', שעם דיך כאטש און פרעג אין אישי... מוזט דאך נישט יעדען מודיע זיין אז די ביזט אנגעקומען קיין סאטמאר פאר צוויי דריי חדשים צוריק... (ווייל ביז דעמאלטס האט יעדע סאטמארע חדר אינגל געוואוסט צו זאגן פון דעם טייערען באליבטן עסקן!)
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2011 11:54 |
|
| |
איך בין אמאל אנגעקומען אין ישיבה אים בעטן א טובה - וואס איך דארף אפילו נישט זאגן אז ער האט עס מיר געטון בחפץ לב - אבער ער האט מיך נישט ארויס געלאזט פון דארט נאר אויב איך זעץ זיך עסן. מען האט פונקט סערווירט סאפער פאר די בחורים, און ער האט נאר געוואלט איך זאל עסן דארט. איך האב זיך פארשטייט זיך געשעמט, זאגט ער מיר, ווייסטע וואס, איך האב דעך נאך אויך נישט געגעסן, וועל איך מיך זעצן עסן, און דו וועסט מיר פשוט א טובה טון און בלייבן דא שמועסן מיט מיר אביסל...
איבריג צו זאגן איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם נאכטמאל. זאל די זכות אים ביישטיין, ויהא זכרו ברוך
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2011 18:44 |
|
| |
א טייערע איד געווען, א בעל חסד ולב טוב.
תהר נשמתו צרורה
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2011 22:45 |
|
| |
ברוך דיין אמת!!! געווען א איידעלער איד אין שווער מיטעגמאכט
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2011 23:46 |
|
| |
ווי איך פארשטיי איז ער געווען א קרית יואל'ער איד, איינער האט א בילד ביטע, איך קען נישט דעם נאמען, קען זיין איך האב געקענט דעם נפטר אויפן פנים, איך האב א חשד אז איך ווייס ווער דאס איז געווען,
די סארט וואוילע אידן וואס זענען נישט אויף קיין "כל העולם כולו" בילדער מאגאזין, איז א דבר נחוץ צו מפרסם זיין א בילד לאחר פטירתם, מקען קיינמאל וויסן, מעגליך א איד האט בייגעוואוינט א דבר טוב מיט דעם נפטר, אבער האט פונקט נישט געוויסט די נאמען,
איך קען אייך זאגן אז דאס איז מעשים בכל יום, בדידי הוה עובדא איך האב שוין אמאל געהאט אזא עקספיריענס אז איך האב געזעהן א בילד פון א נפטר און איך האב מיך דערמאנט אז אט דער איד האב איך געזען טאן א שיינער דבר טוב און איך האב עס איבערגעגעבן פאר די משפחה וואס האט פארשטענדליך שטארק הנאה געהאט, ווען נישט וואלט עס לאנג פארגעסן געווארן [פארשטייט זיך נישט אויף יענער וועלט]
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 00:42 |
|
| |
דא האסטו א בילד
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 00:45 |
|
| |
נישט יעדער וויאנט אין ק"י
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 00:50 |
|
| |
דו מוזט זיין זייער יונג, אדער ביסטו פון די ניו קאמערס אין סאטמאר אז דו האסט נישט געקענט דעם איד
דער איז געווען א שטיקל פורניטשער פיעס פון סאטמאר זינט די כ' יארן, סיי אלס בחור, און סיי שפעטער אלס יונגערמאן, בפרט ווען ער איז געווארן איינגעשטעלט אין די מוסדות
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2011 03:11 |
|
| |
|
|
|
|
|