ר' חיים הערש מיפו אנגעזאפעט און שעלט
ר' חיים הערש יפוער האט זיך די פורים ווידער ביטער צוגעכאפט צום משקה, ובפרט וואס ער ליידט געפערליך א גאנץ יאר דערפון, וואס כסדר טרינקט ער זיך אן, ער האט די רוסישע מחלה פון ליידן שרעקליך אפען ביטערן טראפן, עס דערמאנט ווען איינמאל אין מיטען יאר האט ער זיך ביטער אנגעטרינקען כסדרו, און מען האט אים געטראפען אויף רחוב יפו, און עס איז פארגעקומען די ביטערע יפו פרשה, וד"ל.
בקיצור היי פורים פורים איז ער ווידער געווען עד דלא ידע, אין מיטען זיין תורה איז געווען נכנס יין יצא סוד אפען געהויבענער פארנעם, האט ער אנגעהויבען ביטער שעלטן די אהרונים, ער האט נאך געזאגט א שטיקל דברי יואל, און ער האט געזאגט דער רבי בעל ויואל משה זאגט, און נישט ווי די חברה די נאכשלעפערס פון מיין פעטער אהרן, וואס זענען אין די קליפה פארזינקען טיף, וואס זאגן בעל דברי יואל, ניין זיי באלאנגען צו די סטרא אחרא, אז זיי זאגן דברי יואל וועלן מיר זאגן ויואל משה, אם אימנה ואשמאילה וואס די קליפה חברה טוען און רופן, דארפן מיר טאן פארקערט.
דערנאך האט ער געזאגט זיי שרייען אז מען טאר זיי נישט רופען אינעם ציוניסטישע קארט, נאר דארט דארף מען זיי ריפען, ווייל זיי זענען פונקט ווי די ציונים, פונקט ווי מען רופט נישט די ציונים צו קיין דין תורה ווייל זיי האלטן נישט פון די תורה, די זעלבע איז מיט די קליפה חברה זיי האלטן נישט פון די תורה, און ער האט עס אריין געטייטשט אין די מגילה אז המן זענען די אהרונים, און מרדכי האט אים נישט גערופען צו דין תורה, נאר געגאנגען צום קארט פון אחשורש, און המן האט פארפירט און איבערגעדרייט פארוואס מרדכי ריפט אים אין קארט.
צום דערמאנען ווען פאר 2 יאר, האט ער זיך צולאזט אויף הרה"ח רבי בנציון דאווידאוויטש ע"ה ווען ער האט אים געברענגט משלוח מנות, האט ער אים אנגעהויבען צו באזידלען און מבזה זיין מיט קולות גיי ארויס פון דא, די אהרוני, די ביסט א חסיד פון מיין שייגעץ פעטער אהרן, די דרייסט דיך מיט מתתי דייטש י..מ...ש. פוי ארויס פון דא, ער האט ביטער מבזה געווען רבי בנציון בפני כל עם, רבי בנציון איז דעמאלס שוין שטארק נישט געזינט געווען אין געפירט געווארן אין א ווילטשער.
 |
|
|