בית פורומים כל העולם כולו

ר' חיים הערש מיפו אנגעזאפעט און שעלט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2011 18:42 לינק ישיר 
ר' חיים הערש מיפו אנגעזאפעט און שעלט

ר' חיים הערש יפוער האט זיך די פורים ווידער ביטער צוגעכאפט צום משקה, ובפרט וואס ער ליידט געפערליך א גאנץ יאר דערפון, וואס כסדר טרינקט ער זיך אן, ער האט די רוסישע מחלה פון ליידן שרעקליך אפען ביטערן טראפן, עס דערמאנט ווען איינמאל אין מיטען יאר האט ער זיך ביטער אנגעטרינקען כסדרו, און מען האט אים געטראפען אויף רחוב יפו, און עס איז פארגעקומען די ביטערע יפו פרשה, וד"ל.

בקיצור היי פורים פורים איז ער ווידער געווען עד דלא ידע, אין מיטען זיין תורה איז געווען נכנס יין יצא סוד אפען געהויבענער פארנעם, האט ער אנגעהויבען ביטער שעלטן די אהרונים, ער האט נאך געזאגט א שטיקל דברי יואל, און ער האט געזאגט דער רבי בעל ויואל משה זאגט, און נישט ווי די חברה די נאכשלעפערס פון מיין פעטער אהרן, וואס זענען אין די קליפה פארזינקען טיף, וואס זאגן בעל דברי יואל, ניין זיי באלאנגען צו די סטרא אחרא, אז זיי זאגן דברי יואל וועלן מיר זאגן ויואל משה, אם אימנה ואשמאילה וואס די קליפה חברה טוען און רופן, דארפן מיר טאן פארקערט.

דערנאך האט ער געזאגט זיי שרייען אז מען טאר זיי נישט רופען אינעם ציוניסטישע קארט, נאר דארט דארף מען זיי ריפען, ווייל זיי זענען פונקט ווי די ציונים, פונקט ווי מען רופט נישט די ציונים צו קיין דין תורה ווייל זיי האלטן נישט פון די תורה, די זעלבע איז מיט די קליפה חברה זיי האלטן נישט פון די תורה, און ער האט עס אריין געטייטשט אין די מגילה אז המן זענען די אהרונים, און מרדכי האט אים נישט גערופען צו דין תורה, נאר געגאנגען צום קארט פון אחשורש, און המן האט פארפירט און איבערגעדרייט פארוואס מרדכי ריפט אים אין קארט.

צום דערמאנען ווען פאר 2 יאר, האט ער זיך צולאזט אויף הרה"ח רבי בנציון דאווידאוויטש ע"ה ווען ער האט אים געברענגט משלוח מנות, האט ער אים אנגעהויבען צו באזידלען און מבזה זיין מיט קולות גיי ארויס פון דא, די אהרוני, די ביסט א חסיד פון מיין שייגעץ פעטער אהרן, די דרייסט דיך מיט מתתי דייטש י..מ...ש. פוי ארויס פון דא, ער האט ביטער מבזה געווען רבי בנציון בפני כל עם, רבי בנציון איז דעמאלס שוין שטארק נישט געזינט געווען אין געפירט געווארן אין א ווילטשער.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2011 19:46 לינק ישיר 

ער האט אנגעוויזן אינמיטן די תורה אויף יצחק ווייס אין געשריגן אז ער איז מציל יודישקייט היינט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2011 21:08 לינק ישיר 

וועקי האט דער יפו'ער נישט געשריגן,???

די יודי דבר זאגן, אז דער יפו'ער צדיק פירט זיך אקאראט וואו ער צו געזען ביי זיין טאטע רבי זאלישעל און שטוב, און ער איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא,
ווער רבי זאלישעל פרעגט אריין צו גיסען און זיך, א פלעשעל שליוואוויטץ, פרעגט ער זיך פארגיין און א קדאשקע, און קללות מיט ניוול הבאים כאחד האבן געפלאסן פון זיין פיסקל, אויף א ברייטען פארנעם,
דער יפוי'ער איז נעבאך גארנישט שילדיג

דעריבער איז א חידוש אז ער האט נישט געשריגען וועקי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 21:19 לינק ישיר 

1) נעבעך ר' חיים הערשלע ווייב רעדט זיך נעבעך ביטער אפ, אז זי טוט אלעס אויף דער וועלט אז ער זאל זיך אפ לאזן פון די ביטערע משקה, אבער חיים הערש לאזט זיך נישט, ער זאגט אז ער איז ביטער דיפרעסט, און די איינציגסטע וועג ארויס דערפון איז א טרינק משקה.

2) די זאליס האבן באגראבען די טעיפ פון ר' חיים הערש פורים תורה, אבער יצחק ווייס פארפירט געפערליך אז מען דארף יא ארויס געבן די טעיפ, ער שרייט אז עס איז א כבוד פאר חיים הערש אזא תורה, אבער דערווייל האלט נאר נ. אטיק מיט אים, און עס קוקט אויס אז די טעיפ בלייבט באגראבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' חיים הערש מיפו אנגעזאפעט און שעלט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext