בית פורומים אידישע געדאנק

אריזאנע מצות • ראשוני ל'אידישע געדאנק'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/3/2011 16:47 לינק ישיר 
אריזאנע מצות • ראשוני ל'אידישע געדאנק'

ספעציעל פאר 'אידישע געדאנק':

דער איד, די היינטיגע וואך, איז בארייכט מיט א ספעציעלע ביילאגע "מדור מיוחד — אריזאנע מצות", וואו עס ווערט אויסגעלייגט אויף 36 זייטן אלע בריוון, בירורים און תשובות פון די גדולי הרבנים שליט"א וועלכע זענען שוין דערווייל ערשינען איבער די ערנסטע און הארבע חששות חמץ אין די ווייץ פון די אריזאנע מצות, און איבער די בייזע פעלטשונגען אויף די לאברעטארי באריכטן, צום ליינען אום צום שטוינען!

דא איז א דירעקט לינק צו דאונלאודן דעם פייל:

Kintres Arizona Matzos

דער מדור מיוחד איז בייגעלייגט אין 'דער איד' פון די וואך, און איז צושטאנד געקומען בהשתדלותו פון דעם גבור ואיש מלחמה, הרהגה"צ רבי אברהם לויפער שליט"א אבד"ק דאראג יצ"ו, אין צוגרייטונג צו דער ערשיינונג פונעם קונטרס "האשל ברמה — מצה מלוחה" וואס וועט ארויסגיין לאור עולם אין די נאנטע טעג בעז"ה.

פאלגענד איז א טייל פון דער אינהאלט אין די 36 זייטן פונעם "מדור מיוחד":

מכתב כ"ק הגה"צ ראב"ד קהל יטב לב שליט"א / מכתב הגה"צ ראב"ד העדה החרדית שליט"א / מכתב שנשלח להראב"ד העדה החרדית שליט"א / מדברי הגה"צ מוה"ר אפרים פישל הערשקאוויטש שליט"א / מכתב כ"ק הרהגה"צ משארמאש שליט"א / מכתבים והעתקות שקבלנו מהפראפעסארן / מכתב הגה"צ אבד"ק תולדות רפאל קאשוי שליט"א / מכתב הראשון שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב הסברה (א') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב שנשלח להראב"ד העדה החרדית שליט"א / מכתב הסברה (ב') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מכתב הסברה (ג') שנשלח להרבנים הגאונים שליט"א / מאמר למי החותמת ולמי הפסילים / בירור הלכה מאת תלמוד חכם /

דער מדור מיוחד איז אין לשה"ק, רייך און באלערנד געשריבן, געבנדיג א קלארע בליק אויף די גאנצע שערורי' און איבער די ערנסטקייט דערפון.

איך האף אין די נאנטע טעג, נאכן גרונטליך איבערליינען דעם גאנצן קונטרס, צו קענען שרייבן א שטיקל ארטיקל אין דער אידישער שפראך דא אויף 'אידישע געדאנק', צו געבן א געלעגנהייט פאר יעדן צו פארשטיין און ארויסהאבן די קלארע פאקטן.

דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 19:10 לינק ישיר 

קוקט אויס צו זיין גאר א ערנסטע ארבעט, אזאנס וועט מען מוזן זייער גוט אדורכגיין פעידש נאך פעידש אפצולייענען אלע בריוון און ביאורים.

איין זאך וואס וואונדערט מיט שטארק, אויב איז דער נושא אזוי ערנסט, אפילו זאל עס נאר זיין א ספק ספיקא, וויאזוי קען זיך איינער טרויען צו קומען אין בארירונג אום חג הפסח מיט א חשש איסור חמץ!?

איז נישט די אריזאנא ווייץ געקומען צו ברענגן "הידור" און "בעסערקייט" פאר מצות שמורה?

מיט אזעלכע גרויסע הידורים וואס ברויך נאך דער שטן די קלענסטע קילקולים?....

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 19:26 לינק ישיר 

ס'האט נעבעך צו געטאטשט די זאליס דער פאקט אז זיי האבן פארלויאן באלד 50 פראצענט פון די קאסטאמערס, פראבירן זיי מיט אפאר מטורפים צי אסר'ן די אריזאנא ווייץ, איי, אלע רבנים ודיינים וואס זענען אראפ געפארן קיין אריזאנא צום שניט שרייען געוואלד אז דאס איז די מהודר'דיגסטע ווייץ, און אפאר שונאי סאטמאר וואס זענען קיינמאל נישט דארט געווען שרייען נעבעך חמץ גמור און יעדן טאג מיט פרישע טעמים פארוואס דאס איז חמץ, און זיי וואונדערן זיך פארוואס כלל ישראל לאכט זיי אין פנים, און זיי מיינען נעבעך אז דער מדור מיוחד פון 36 זייטן וועט זיי עפעס העלפן, נעבעך נעבעך.

ווי גיט האט הרה''ג רבי אלי' סימאן שליט''א געזאגט, אז ס'איז נישט א איסור חפצא, ס'איז א איסור גברא, זיי טראגן זיך ארום מיט א איסור און ווייסן נישט וויאזוי דאס אנצוקלעבן אויף די ווייץ, יעדן טאג טוישט זיך דער טעם פארוואס דאס איז אסור, זיי זענען זייער גליקליך אז דער ראב''ד ירושלים שליט''א האט געזאגט אז "אויב" איז אמת וואס דער דאראגער שרייבט איז עס א ערענסטער חשש און רבני ודייני אמעריקא זאלן דן זיין דערויף, רוח הקודש הופיע בבית מדרשו פונעם ראב''ד ירושלים, ער שרייבט "אויב" און דאס איז א גרויסער אויב, און גלייבט מיר ווען ער זאגט רבני ודייני אמעריקא מיינט ער נישט דעם שארמאשער (וואס ער קען עם בכלל נישט) און נישט דעם מטורף דאראגער, ער מיינט כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א ודייניו, כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א ודייניו, הרב מצעלים שליט''א ודייניו, וכו' וכו' אלע "ערליכע רבנים ודיינים וואס האבן זי מטריח געווען בטירחא דגופא און אראפ געפארן מברר צו זיין די זאך על בוריו און זיך איבערצייגן די אמת'ע פאקטן, אלע צוזאמען בלי יוצא מן הכלל האלטן אז דער דאראגער איז א שקרן וכזבן, א מבזה את התורה ומבזה את הרבנים, זיי אלע האלטן אז די אריזאנא מצות זענען די מהודרדידגסטע מצות, און ב''ה אז כלל ישראל נעמט אן זייער מיינונג און נישט די מיינונג פון די פאר עוכרי ישראל. ועל זה לבם דוה. 

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 19:39 לינק ישיר 

משהלע, איך קען דיר נישט און איך קען נישט דיינע מאטיוון דא. אבער זיי מיר מסביר, אין קורצן אן קיין אריכות'דיגע קללות אויף 'מטורפים' און 'שונאים', פארוואס זאל דעם דאראגער רב שליט"א אנגיין איין פראצענט אז אין בראדוועי מצה בעקערי האט מען פארלוירן פופציג פראצענט קאסטומערס!?

און ניטאמאל קען איך נישט לאכן, און אוודאי וועל איך זיך נישט באמיען צו אפווענדן, וואס דו און אנדערע היידפארק שרייבער האבן באשלאסן צו בריקענען מיט א חלומ'דיגער וואונטש אז אין בראדוועי האט מען פארלוירן סעילס. אבער זאג נאר משהלע זיסער, אוואו זענען די פופציג פראצענט פארלוירענע קאסטומערס פון בראדוועי אהינגעקומען??
דו ווייסט אפילו וויפיל אידן און משפחות עס איז "פופציג פראצענט" פון בראדוועי? האסטו אויסגערעכנט גענוי די ציפערן אז אויב זאלן "פופציג פראצענט" פון בראדוועי אוועקגיין קויפן ערגעץ אנדערש וועט אפילו זיין ערגעץ אנדערש וואו צו באקומען אזויפיל מצות?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 20:06 לינק ישיר 

די ארונים זענען שימפיג ביז די בארד אויפן אנדערען פארום מיט קללות ביזן הימעל, אלעס ווייל בראדוועי מצות גייט באנקראט ל"ע, אין זיי קענען עס נישט ציקוקען ווי עס גייט אונטער

אבער נאך מער פון דעם באדערט זיי אז דער דאראגער רב פרעגט אן שאלהס עמי הארצים אזוי ווי דעם ראבד פון סאטמאר, מיטן ראבד פון די עידה החרידית, שארמאשער רב אד"ג, אנשטאטס דעם האט דער דאראגער רב געלאזט הענגען מיט די צונג אינדרויסן די גרויסע פוסקי ארונינו ווי יודעלע מייזעלס מיט דזשיגאן, אין דעס איז שוין נאכדעם ווי מען בפירוש ארויסגעשריבן אויף היידפארק ווי מען ברויך אנפרעגן אזעכע וויכטיגע שאלות,

איז צום ווארטן וואס יודעל מייזעלס מיט דזשיגאן גייען ענטפערן אויף היידפארק

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 20:12 לינק ישיר 

נישט ווערד אפילו ענטפערן אויף די ארונישע באבקעס אז בראדוועי זאל האבן פארלוירן קאסטומערס. אדרבה גייט אליין אריין שוין יעצט צו ביידע בעקערייען און איבערצייגט אייך אויב און ווי מען קען נאך באשטעלן א גרעסערע קוואנטום מצות. אויב האט איר נישט יעצט קיין צייט דאן קענט איר גיין נאך פסח צו די גראסעריס און זעהט וועלכע מצות עס איז דארט צום פארקויפן.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2011 20:53 לינק ישיר 

איז וואס שרייבט הגה"צ ראב"ד ירושלים שליט"א????????

די זאליס ובראשם דער דראגער לרפו"ש לויפן ארום מיט א בריוו פון הגה"צ ראב"ד ירושלים שליט"א ווי כאילו ער אסר'ט די ווייץ פון אריזונא.

ליינט איבער דעם בריוו וואס איז פון זייער וועבסייד נישט די ארגינעלע, און זאגט וואס ער שרייבט דא

ווער עס קען עס צושפרייטן לתפארת בית מישמאש דראג זאל דאס מאכן, צו אויפווייזן זייערע שקרים תחת כל כיפת השמים

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2011 21:43 לינק ישיר 

סענעטאר כתב:
משהלע, איך קען דיר נישט און איך קען נישט דיינע מאטיוון דא. אבער זיי מיר מסביר, אין קורצן אן קיין אריכות'דיגע קללות אויף 'מטורפים' און 'שונאים', פארוואס זאל דעם דאראגער רב שליט"א אנגיין איין פראצענט אז אין בראדוועי מצה בעקערי האט מען פארלוירן פופציג פראצענט קאסטומערס!?

און ניטאמאל קען איך נישט לאכן, און אוודאי וועל איך זיך נישט באמיען צו אפווענדן, וואס דו און אנדערע היידפארק שרייבער האבן באשלאסן צו בריקענען מיט א חלומ'דיגער וואונטש אז אין בראדוועי האט מען פארלוירן סעילס. אבער זאג נאר משהלע זיסער, אוואו זענען די פופציג פראצענט פארלוירענע קאסטומערס פון בראדוועי אהינגעקומען??
דו ווייסט אפילו וויפיל אידן און משפחות עס איז "פופציג פראצענט" פון בראדוועי? האסטו אויסגערעכנט גענוי די ציפערן אז אויב זאלן "פופציג פראצענט" פון בראדוועי אוועקגיין קויפן ערגעץ אנדערש וועט אפילו זיין ערגעץ אנדערש וואו צו באקומען אזויפיל מצות?

סענאטאר, זייער נארמאל געשריבן, דעזערווסט דו אן אנטווארט, קודם טייערער סענאטאר, לערנט אייך אויס, שרייבן מטורפים און שונאים איז נישט קיין קללות, איר שרייבט פיל ערגערע זאכן אויף אונזער רבי שליט''א און אויף דעם דיין רבי געציל שליט''א, שונאים און מטורפים איז א פאקט נישט קיין קללה, און איינס פון די סיבות איז טאקע מכוח דיין מעכטיגע פראגע, "פארוואס זאל דעם דאראגער רב שליט"א אנגיין איין פראצענט אז אין בראדוועי מצה בעקערי האט מען פארלוירן פופציג פראצענט קאסטומערס!?" יא דאס הייסט א מטורף, וואס גייט עם טאקע אן???, האלסט אז ס'איז דא א חשש חמץ? אה קיי, גיב ארויס דיין חוות דעת וגמרנו, וואס שפרינגסטו ווי א צאפ, אז ס'איז דא א קהילה וואס איז גרייט צו עסן חמץ בפסח (לשיטתך) איז דאס דאך נישט ארגער פון מחללי' מות יומת עבירה, איך זע נישט דעם מטורף אזוי פארפירן אויף די שבת טרעגערס, אויף דעם איז דא א צווייטער מטורף, והצד השוה שבהם אז זיי זענען ל''ע ביידע מטורפים, און איך שעלט זיי נישט, זיי זאלן ביידע לעבן הונדערט און צוואנציג יאר פלוס טעקס געזינטערהייט.

און דיין צווייטע מעכטיגע קשיא פון ווי איך נעם דעם נומבער 50 פראצענט, וועל איך זיין א שטיקל הולך רכיל ומגלה סוד, איך האב די זכי' צו פארן אויפן באס קיין קרית יואל מיטן מנהל בית האפי' בכבודו ובעצמו, און איין נאכמיטאג האט ער זיך צולאזט אויף זיין סעל פאן, (איך ווייס געוויס נישט צו וועם ער האט גערעדט) אויף א הויעכן טון, ער האט געשריגן און פארפירט אויפן פארלירן אריבער פופציג פראצענט קאסטומערס, און דאס איז מיין מקור, פארשטייט זיך אז דו דארפסט נישט, און מסתמא גייסטו מיר נישט גלייבן, דו קענסט שרייען שקרן וכדומה, אבער דאס איז מיין מקור.

לאמיר גיין א סטעפ ווייטער, האלסטו טאקע אז ס'איז רחוק מן השכל אז בראדוויי בעקערי זאל פארלירן 50 פראצענט? האבן זיי דען נישט פארלוירן 50 פראצענט תלמידים ווען די אהרונים האבן געפענט זייערע אייגענע מוסדות?, יא די זאליס האבן אביסל צוריק אנגעפילט דעם לאך מיט אלע שונאי סאטמאר, ווי די בני יואל, עקבי הצאן, און תלמידי שאפראן, קראסנע, ר' בערל כ''ץ'ס ישיבה, ר' חיים יושע-מאנסי וכו', די אלע וואס האבן נישט געוואלט שיקן זייערע קינדער אויף סאטמאר, האבן מחליט געווען אז דאס איז עכט נישט סאטמאר און קענען רוהיג שיקן אהין די קינדער, אבער 50 פראצענט קינדער און מלמדים זענען פון דארט ארויס, און וויליאמסבורג האט ב''ה א שיינעם ציבור מחמירים ומהדרים במצוות, וואס זיכן מהדר צו זיין מיט וואס זיי קענען, און די אלע האבן אוועק שפאצירט פון שאלות'דיגע און בדיעבד'יגע ווייץ און זענען מהדר צו קויפן דווקא אריזאנא מצות, צו און פאפא צעלים, צו אויף ראטלידזש, צו פון קרית יואל, פונקט ווי ביי פלייש זעט מען בחוש ווי רוב ערליכע אידן פון כלל ישראל זענען מהדר צו עסן פלייש פון די בית השחיטה המהודרת אין קרית יואל, און ווען נישט וואס רוב זאלן אין וויליאמסבורג איז תחת ידכם, און דארט קען נאר אריין קומען פלייש פון 82, און דאס האלט ענקער בוטשער אין ביזנעס, ווייל ווען נישט דאס, וואלט איר פאלוירן נישט 50 פראצענט ביזנעס, נאר איבער 75 פראצענט, דו''ק ותשכח, סא, 50 פראצענט איז זייער קאנזערוויטיוו גערעכנט און בכלל נישט איבער געטריבן.  

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 15:48 לינק ישיר 
פרעיג די אידן צו די אריזאנע ווייטס זענען חמץ

http://www.zingmit.com/2011/03/satmar-rebbe-visits-ky-dayen-karlsburg.html

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 19:00 לינק ישיר 
די ארונישע ענטפער צו די אריזאנע חמץ

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 19:13 לינק ישיר 

[quote]
און דיין צווייטע מעכטיגע קשיא פון ווי איך נעם דעם נומבער 50 פראצענט, וועל איך זיין א שטיקל הולך רכיל ומגלה סוד, איך האב די זכי' צו פארן אויפן באס קיין קרית יואל מיטן מנהל בית האפי' בכבודו ובעצמו, און איין נאכמיטאג האט ער זיך צולאזט אויף זיין סעל פאן, (איך ווייס געוויס נישט צו וועם ער האט גערעדט) אויף א הויעכן טון, ער האט געשריגן און פארפירט אויפן פארלירן אריבער פופציג פראצענט קאסטומערס, און דאס איז מיין מקור, פארשטייט זיך אז דו דארפסט נישט, און מסתמא גייסטו מיר נישט גלייבן, דו קענסט שרייען שקרן וכדומה, אבער דאס איז מיין מקור.

[/quote]

לאמיר אייך פארציילן א מעשה שהיה,

פאראיאר איז מיינס א חבר געגאנגען ארבייטן אין דעם אריזאנע מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג, אין וואס פארא ארבייט האט מען אים געגעבן? גיטס א געס,

אפמאלן די פאריעריגע מצה אויף מצה מעל, אין סאיז געוועהן תהומות דערפון

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 19:39 לינק ישיר 

האהא אפמאלן פאריעריגע מצות איז גוע נייעס!!!
איז עס גוט אין טעם כאטש פאר חמצ'יגע קניידלעך? אויב יא וואלט איך זיי געגאנגען שטיצן א ביסל זיי זענען דאך יודן און זיי מוטשענען זיך נעבעך אזוי...............

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-25/3/2011 19:44 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו איך זאל ענטפערן פאר דעם חלה דעקל אבער איך האב געהערט פון א כלי ראשון אז די ארונישע מצה בעקעריי אין קרית יואל באקט בלויז 30 פראצענט אריזאנע די איבריגע איז פון די מצומחות (כלשון דזשיגאן)

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 19:51 לינק ישיר 

דאס גרעסטע וויץ איז נאך ווי די אהרונים פרובירן צו מאנעווירן כאילו דאס אז דער רבי האט געגעסן כ"ו כ"ז אריזאנע איז א ראי' אז ער האט מודה געווען צום דזשיגאן עם הארץ אז לאנג איילענד איז בלויזע מצומחות. לשיטתם האט דער רבי געגעסן נאר כשר'ס כ"ז כ"ח, און דערנאך ווען ער איז צוריקגעגאנגען קיין לאנג איילענד האט ער ווייטער געגעסן חמץ, עפ"ל.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 20:06 לינק ישיר 

דברי הדיין שליט"א פלאים מאוד,

ז"ל:

"מכל מקום לא שמענו ולא ראינו לקצור במדבריות שונות או במקומות שכמעט אין גשמים יורדין"

הלא ידוע לכל, שרבינו מסאטמר זצ"ל קצר חיטין במדינות אריזאנע כמה שנים, וגילו נימיקו לכל, שהוא דייקא משום שכמעט אין גשמים יורדין שמה! ואכן נתפרסם בימים ההם בהגליון המאור והעיתון "דער איד"

ואפי' את"ל שבמקום שרבינו קצר אינו דומה בדיוק ליומא אריזאנע, אבל הצד השוה שבהן שמצאינו שרבינו זצ"ל -לשיטתכם - נטה מהמסורה של אבותיו, לילך ולחפש במקומות יבישים ומדבריות, מה שלא ראה מרבותיו,

ודברי הדיין שליט"א נראה כמופרך, ומצוה ליישב.

ובלאו זה, דבריו הם נגד המציאות והשכל, שבכל הדורות בקורות העם ישראל, ידוע שבני ישראל נתגלגלו ונפיצו בכל מיני ארצות, קרים וחמים, יבשים ולחים, וממוצע של ה'שקיה' להזריע שדות, הי' ידוע עוד בדור יוצאי מצרים, קודם מתן תורה, ועכ"ז לא מצאינו שום רמז בתורתינו הרחבה, בכל הדורות מן מתן תורה עד הלום, להקפיד דוקא ליקח חיטין משדות של מי גשמים, וממילא מי אנחנו בדור השפל והנבזה לחדש ולערר קפידות חדשות שלא ראינו ומצאינו בכל הדורות הקודם,

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 21:57 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

דברי הדיין שליט"א הם חיים וקיימים, ולא תהיו מופרכים עבור איזה שורות לשה"ק שבהיידפארק המספר איזה שטותים והבלים ורוצה שיהי' "ידוע לכל".

ולסקאטמאלן אען ואומר אך ורק שכל המהרהר אחר רבו כמהרהר אחר השכינה! ודי בזה.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אריזאנע מצות • ראשוני ל'אידישע געדאנק'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext