בית פורומים אידישע געדאנק

באמבע • ברעקינג: רבינו שליט"א קויפט אפ ספר תורה פון הייליגן דברי חיים זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/3/2011 01:05 לינק ישיר 
באמבע • ברעקינג: רבינו שליט"א קויפט אפ ספר תורה פון הייליגן דברי חיים זי"ע

ברעקינג: רבינו שליט"א קויפט אפ ספר תורה פון הייליגן דברי חיים זי"ע דורך הנגיד ר' משה שמואל זופניק הי"ו פאר א מיליאן דאללער!
 
אין די מינוטן איז געשלאסן געווארן דער היסטארישע מקח צווישן די אייניקלעך פון הרה"ק משינעווע זי"ע וועלכע וואוינען אין די איסט סייד, אויפן ספר תורה פון הייליגן דברי חיים זי"ע, וועלכע זיי האבן פארקויפט פאר כ"ק מרן רבינו שליט"א פאר די פאנטאסטישע סומע פון א מיליאן דאללער! וועלכע איז באצאלט געווארן דורך הנגיד המרומם ר' משה שמואל זופניק הי"ו.
 
פרטים יבואו



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 01:26 לינק ישיר 

פארוואס איז עס ווערט א מיליאן דאלער די דברי חיים האט עס אליינס געשריבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 01:49 לינק ישיר 
הדר קבלוה אין חודש אדר!!

איך הער עס איז דא פלענער פאר א גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה אין די נאנטע טעג

_________________

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 16:05 לינק ישיר 

וואס עס קרענקט מיך? עפעס א פראגע? עס קרענקט מיך אז ווי נאר הרב וואזנער שליט''א ווערט געוואויר אז ר' זלמן האט די ספר תורה פון דברי חיים נעמט ער גלייך צו דעם כתר תורה פון אונזער רבי און טיט דאס אן פאר ר' זלמן, רבי אליקים שלעזינגער וועט גלייך מכתיר זיין ר' זלמן פאר רבן של ישראל, רבי משה שטערנבוך וועט זיך תיכף מכניע זיין פארן פרישן תלמיד חכם ר' זלמן, די ארבייט פון יארן לאנג עפעס אהער צו שטעלן אונזער רבי וועט אלעס גיין לטמיון, די אלפים חסידים פון ר' אהרן וועלן גלייך זיך אריבער ציען קיין ראדני, די הקפות אין הופפער וועט ווער וויסט און פוסט ווי ראדני פלעגט צו זיין, ר' מלכיאל קוטלער וועט אוועק נעמען דעם טיטל אורים ותומים און דאס גלייך אוועק שענקען פאר ר' זלמן, מיר וועלן בלייבן אויסגעשפילטע מענטשן, און אלעס וועגן א נישטיגע מיליון דאלאר, ווי איז ר' ישעי' וואלף לעוו? האט ער נישט געקענט געבן צוויי מיליון דאלאר? און וואס איז מיט ר' שלמה קלאגסברוין, ער האט דאך ליב צו דאפלען אלע סכומים, פארוואס האט ער נישט געגעבן צוויי מיליון דאלאר אונזער רבי זאל קענען בלייבן דער גרעסטער רבי פון די וועלט, יא, דאס רעגט מיך, און איך טראג דאס נישט אריבער, סא, ווייסט איר שוין וואס עס קרענקט מיך אזוי שטארק.

און פאר ספרינטער דארף איך מודה זיין, אז צו האבן דעם ספר תורה פון דברי חיים איז ביי מיר ליידער אסאך א קלענערע חשיבות פון צו "לערנען" די הייליגע תורה, איין שושן פורים טיש מתובל מיט שיינע זיסע תורות ארום גענומען מיט ניגוני התעוררות ודביקות איז ביי מיר ליידער פיל חשובער פונעם ספר תורה פון הייליגן דברי חיים זי''ע, איין זאך בין איך דזשעלאס, אז ביי די נעקסטע פראטעסט מיט די ספרי תורות וועט שוין זיין זעקס ספרי תורה, אבער אויסער דעם איז די ספר תורה פון דברי חיים נישט הייליגער פון סיי וועלעכע ספר תורה, בין איך א טיפיקל אהרוני? יא!!!,  ענד איי עם פראוד אוף איט!!!, זאג נאר, איז די ספר תורה בכלל כשר? אדער האט מען ארויס גענומען דעם כבד את אביך ואת אמך? האט מען ארויס געפליקט דעם ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם כדי נישט צו פארשעמען ענקער רבי?, מיר שטייען און שעפן נחת אז די זאליס מאכן א ביג דיל פון א ספר תורה וואס זופניק האט געספענד א מיליון דאלאר, ביי אונז איז דאס א קנאפער געווינס, ליידער ליידער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 16:37 לינק ישיר 

משה'לע, אלעס זייער קיוט, אבער צו האסטו געמיינט ערנסט דעם זאץ: "אבער אויסער דעם איז די ספר תורה פון דברי חיים נישט הייליגער פון סיי וועלעכע ספר תורה, בין איך א טיפיקל אהרוני? יא!!!,  ענד איי עם פראוד אוף איט!!!" ??? דו האסט ממש נישט קיין מושג אדער בכלל אין דעם ענין פון קדושה, אדער וויבאלד דיין רבי האט שוין געלערנט אמאל דברי חיים, [חוץ די תשובה וועגן סידו"ק כמובן, און די רעביסטעווע ירושה) איז ער שוין אויך אזוי הייליג ווי דער הייליגער רב זי"ע (עפ"ל), און במילא איז שוין זיין ספר די זעלבע הייליג?

לדעתי זענען משה'לעס ווערטער וואס ער האט זיך ארויסגעכאפט, א שטארקע אנדייטונג אויף ווי ווייט פארפוילט זייער חינוך גייט.

הגם אלע מחנכים האבן שוין געשריגן פאר 10 יאר צוריק אז זייער פארטיי, און בעיקר די פראפאגאנדע ווי דער בלאט א.א.וו. גייט אויף א סיסטעם ווי פאלגענד: לטמא טהורים ולטהר טמאים ברגע אחד. עס גייט אז מען גייט גרייסן אהרן, אויף ביידע וועגן איינס מען וועט אים הייבן ביזן דאך, צווייטנס אלע פריערדיגע וועט מען ווי ווייט מעגליך קלענער מאכן.

און הגם אז נאך 11 יאר איז שוין יעדערער מודה אז די ערשטע העלפט איז מיאוס דורכגעפאלן, יעדער חדר אינגל ביי די אהרונים האט פונקטליך ארויס דעם גאנצן בלאף, האט אבער דער צווייטער חלק יא געהאט א שטארקע הצלחה, אויסרייסנדיג ביי זייער עולם סיסטעמאטיש דעם געפיל פון הכנעה און מכיר זיין די קדושה פון צדיקים. (?עס האט זייער א פשוטע פסיכאלאגיע: אז דאס קינד וואקסט אויף אז אהרן איז א קדוש וטהור, רשכבה"ג, און אלס תמימות'דיג קינד גלייבט ער אין אלעם, און ווי נאר ער ווערט אביסעלע עלטער דערזעט ער דאך מיט וואסערען "ענדע צדיק" ער האט דא צוטאן, אויטאמאטיש טראכט ער אז אלע אנדערע צדיקים וואס מען האט אים אויופגעצויגן מיט די זעלבע טיטלען און השגות ווי אויף דעם אהרן'נען, זענען געווען - חלילה וחלילה, רח"ל מהאי דעתא - ענליך ח"ו).

חוץ מזה, משה'לע איך ווייס נישט צי דו וועסט פארשטיין וואס איך רעד, אבער עס איז דא אנדערע וואס וועלן מסתמא יא פארשטיין. לאמיר מאכן א דיל, לאז די וועלט איינמאל פאר אלעמאל איינזען וואסערע ת"ח דיין רבי איז. לאמיר זען, ער זאל פרובירן צו פארענטפערן א שווערע שטעלע אין תשובת דברי חיים, א שטייגער ווי זיין פעטער ז"ל, אדער ווי דו רופסט אים מיט א זלזול דער בעל דברי יואל, לאמיר זען א הפלא'דיגן יישוב אויף א סתירה אין דברי חיים. אבער מיט איין רעסטריקשאן. גארנישט מיט פרעה'ס קיען, לבי נוקפי, ברייתא דר' ישמעאל ראה, וכו'. פלעין פשוט וויאזוי א יעדער נארמאלער פשוטער ת"ח - ניטאמאל, א פשוטער כולל אינגערמאן - לערנט אפ, איך דארף נישט קייין גאונות, איך וויל; פשוט מיטן דרך הפשט האבן א נארמאלן ישוב. אז ער קאן אזאנס דעליווערן, איז דא וואס צו רעדן, אבער אז ער וועט אנהייבן מיט זיין חריפות און בקיאות וואס כאפט דיך אזוי שטארק אזש דו זעסט נישט קיין חילוק צווישן זיין ספר תורה, און דעם הייליגן רב'ס - און מיט א פלפול אין די סוגיא פון אחשבי' פארענטפערן א שווערע קשיא אויף פרעה'ס קיען, דאמאלס האט ער קלאר נישט געפעסט דעם טעסט. קענסטו דיך האלטן מיט זיין תלמיד חכמה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 17:09 לינק ישיר 

ר' דוד מאיר טאהלער האט נאכגעזאגט ביים דינער פאר מוסדות יטב לב בני ברק וואס הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה האט אים געזאגט ווען די ארונים האבן געמאכט די ה' אייר פלעי און אריינגעלערענט פאלש פשט אין ספה"ק ויואל משה אז דער רבי זי"ע האט ארויסגעלערנט די איסור צו גיין אין בג"ץ פון די בחירות

"די ארונים ווילן נישט גרויס מאכן די עבירה פון גיין אין בג"ץ, זיי ווילן קליין מאכן די עבירה פון גיין צו די בחירות"

ודפח"ח

 



אומזיסט כתב:

זייער פארטיי, און בעיקר די פראפאגאנדע ווי דער בלאט א.א.וו. גייט אויף א סיסטעם ווי פאלגענד: לטמא טהורים ולטהר טמאים ברגע אחד. עס גייט אז מען גייט גרייסן אהרן, אויף ביידע וועגן איינס מען וועט אים הייבן ביזן דאך, צווייטנס אלע פריערדיגע וועט מען ווי ווייט מעגליך קלענער מאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 19:12 לינק ישיר 

שמעתי אז אהרן איז אויך געווען ביי זיי עס קוקן און האט שטארק חשק געהאט דערויף, ווי אויך - להבדיל - אנדערע רבי'ס אייניקלעך פון'ם הייליגן צאנזער רב זצוק"ל.
נאר וואסזשע זאל ער טוהן אז האט נישט דאס געלט.... ב"ה ס'איז באשערט געווען פאר'ן הייליגן ספר תורה אנצוקומען אין א שענער'ן פלאץ.
ווי עס עס ליגט אויך אגב נאך א סך זייער חשוב'ע היסטארישע חפיצים.

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-25/3/2011 19:31 לינק ישיר 

איינער קען דא מסביר זיין אל מה חרי האף? מ'האט דא בס"ה געמאלדן א פאזיטיווע נייעס'ל, והנה, די אהרונים טאנצן און שפרינגן, שעלטן און שומפן. ווער עס קען וואלט געווען א דבר חשוב ווען מ'איז דאס מסביר.
 
אז זיי שעלטן ווען אויפן ביילאגע אין דער איד די וואך קעגן די אהרונישע ווייץ, פארשטיי איך. אבער סתם קללות אויפן דברי חיים פארן האבן א ספר תורה צריך ביאור גדול.
 
די איינציגסטע זאך וואס מ'קען טראכטן אז זיי האבן מורא איז, זייער דזשיגאן עם הארץ האט זיך באוואוסט געמאכט אלס אנטיקן ליב האבער, והיינו טעמא דקלויזענבורג. דאס האט מען פארקויפט פאר די שעפסן די סיבה פארוואס מען איז געלאפן קיין צאנז - נתני' איז צוליב דעם גרויס השתוקקות וואס מ'האט צום קרוין פונעם ספר תורה וואס האט באלאנגט צום יטב לב (משה'לע, וואס א חילוק צווישן א קרוין פון איסטערן סילווער אדער א קרוין פון דער אלטער היים? צו דארף מען דאס מער קישן? תיקו...). אלזא, די אהרונים האבן מורא אז דער דזשיגאן וועט באקומען א השתוקקות צו דעם ספר תורה פון צאנזער זיידן, און וועלן אריבערגיין צום ברודער דאס זען. דאס וואס קען זיין באדערט די אהרונים, זיי ווילן זיך באווארענען אז זייער רבי גייט נישט צום ברודער, ווייל זיין געזונטהייט פשוט ערלויבט דאס נישט, וועלן זיי מיט אלע מיטלען פרובירן אראפצוברענגן דעם דברי חיים מיט די ספר תורה אויסצורייסן פון זייער רבי'ן דאס השתוקקות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 19:34 לינק ישיר 

סטראבערי כתב:
שמעתי אז אהרן איז אויך געווען ביי זיי עס קוקן און האט שטארק חשק געהאט דערויף, ווי אויך - להבדיל - אנדערע רבי'ס אייניקלעך פון'ם הייליגן צאנזער רב זצוק"ל.
נאר וואסזשע זאל ער טוהן אז האט נישט דאס געלט.... ב"ה ס'איז באשערט געווען פאר'ן הייליגן ספר תורה אנצוקומען אין א שענער'ן פלאץ.
ווי עס עס ליגט אויך אגב נאך א סך זייער חשוב'ע היסטארישע חפיצים.

_________________



 
הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2011 22:01 לינק ישיר 

נאך א ביישפיל פון דער שפלות פון די דאזיגע אהרוני מענטשן. משה'לע איז שוין נעבעך א פרי פון דעם חינוך הקלוקל וואס דער עם הארץ האט אנגענומען צו פירן מיט זיין יוגנט.


*

און מזל טוב כבוד קדושת רבינו עטרת תפארת ישראל שליט"א צו דער שמחה מיט'ן אפקויפן דעם הייליגן דברי חיים'ס ספר תורה. 

וזאת התורה לא ימוש מעתה ועד עולם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 05:52 לינק ישיר 

משה'לע צו וואס האט עטס געדארפט אפקויפן דעם בית החיים אין סיגעט?

עטס האבן דאך דא די קבר פון משה שעהר און א רעבע לרפו"ש וואס איז א לעבעדיגע ת"ח




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 06:16 לינק ישיר 

איך זע נישט משה'לע זאל זאגן אזוי ראונג, איך זע אז כבר קדמו רביה"ק בעל דברי יואל

 

קוק דא זייט 2

 

http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/25Shmini-5771/Zkeinechu.pdf



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 07:20 לינק ישיר 

פליצלונג דארף מען רעכענען מיטן רעבענזיכרוינעלברכה, ווי אזוי עס קומט ענק נארוינים אויס בעסער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 13:49 לינק ישיר 

די מעשה פון וואלן ס"ח איז זייער שטארק


ווייל פון רבינ'ס ז"ל ווערטער זעט מען אז ווען דער ישמח משה וואלט געליינט דערין כל ימי חייו וואלט ער עס יא אפגעקויפט.

בנידונינו רעדט פון א ס"ת וואס דער צאנז'ער רב האט געלאזט שרייבן פאר זיך, און האט געליינט דערין זייער א סאך יארן, און האט דער ספר האט דער שינאווער רב זצוק"ל גענומען בירושה.

עס איז גאר א שטארקע חשיבות

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 18:07 לינק ישיר 

YUCHW
אם כדבריך האט עס מן הסתם א שטארקע חשיבות
אבער פאר אלעם, אפשר ברענגסטו מיר קודם א מקור פון ערגעץ אז דער דברי חיים האט זיך געלאזט שרייבן א ספר תורה און דער שינאווער רב האט עס באקומען בירושה, און אט די זעלבע ספר תורה איז יעצט אנגעקומע ליד רז"ל.

איך לייקן נישט די געשיכטע, פשוט ווייל איך ווייס נישט די מציאות הדברים
ברענגט ביטע מקורות אויף די מציאות הדברים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 18:13 לינק ישיר 

וואלן, קיין חשיבות ביי דיר וועט עס סוף פסוק סייווי נישט האבן, ווייל פאקטיש איז דאס צוגעפאלן צו די האנט פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, און נישט ביים דזשיגאן עם הארץ.
 
אם כדבריך, וואלט איך דיר געוואלט פרעגן וואס איז די געשיכטע מיטן קרוין אין קרית צאנז וועלכע דער דזשיגאן עם הארץ איז געלאפן קוקן, אפשר פארציילסטו אונז פונקטליך וויזוי ס'אנגעקומען אהין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > באמבע • ברעקינג: רבינו שליט"א קויפט אפ ספר תורה פון הייליגן דברי חיים זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext