בית פורומים כל העולם כולו

ווי איז שכל? לצנות מהרבי מליבאוויטש ברבים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2011 18:43 לינק ישיר 
ווי איז שכל? לצנות מהרבי מליבאוויטש ברבים?

חסידי ר' זלמן לייב זענען דא באגאנגען זייער זייער א מיסן אומדיפלאמיטשן טעות, איך בין ברור אז בינו לבין עצמם זענען די נארמאלער מענטשן דארט זייער ברוגז דערויף,

פארוואס זאל מען בשנת תשע"א, ווען ס'נישטא מער קיין שום אקטועלע סיכסוך צווישן סאטמר אין ליבאוויטש, ס'נישט קיין שעת חירום, פארוואס זאל מען וויי טאן אזויפיל ליבאוויטשער חסידים, ממש על לא דבר, ס'זענען דא טויזענטער ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות וואס דער ליבאוויטשער רבי איז ביי זיי זייער הייליג און סענסיטיוו, וואס איז דער תועלת יעצט זיך צו פארטשעפען,

נישט נארמאל!

איך האלט זיי זאלן זיין דשענטלמעןס אין עמטליך מפרסם זיין א מכתב פיוס,



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 19:51 לינק ישיר 

די זאליס זענען פון די בני קרח שלא מתו, ביי זיי דארף מען אנהאלטן מחלוקת עד קצה האחרון, חוץ אויב קען מען דורכן שלום געבן א שטויס פארן אנדערן בר פלוגתא וועט מען פאר א נויט אויך מאכן שלום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 21:59 לינק ישיר 

אויף דעם זאגט דער פסוק ''אי לך ארץ שמלכך נער ושריך בבקר יאכלו'' נערים המנוערים ובראשם זייער מנהיג זעט מען טאקע אזוי אויס עס איז נישט שכל'דיג עס איז נישט מענטשליך פון אלע הינזיכטן האט עס נישט קיין טעם וריח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 22:08 לינק ישיר 


מגחכים על הרבי מחב"ד ב'טיש' בסאטמר

בחצרות חסידיות רבות מקדישים את 'טיש' פורים להצגה משעשעת, במעמד האדמו"רים והחסידים. בחצר אחד הפלגים של חסידות סאטמר בחרו להעלות הצגה שפלה עם טעם רע במיוחד, כאשר אחד החסידים עלה (בנוכחות האדמו"ר) בכדי לגחך על הרבי וחסידות חב"ד.

על גבי שלחן גדול במרכז בית המדרש הוצב סטענדר שכוסה בדגל משיח, עליו נעמד חסיד שפתח בחיקויים על הרבי.

"יש מנהג לקיים הצגות ומערכונים, גם בנוכחות אדמו"רים, במהלך חג הפורים, אלא שכאן נראה שנחצו כל הגבולות", אומר לשטורעם אחד מחשובי חסידות סאטמר בניו יורק, "הרגשתי בושה למראה המחזה שהשפיל בעיקר את יושבי בית המדרש שצפו וגיחכו".




מדובר בפלג מהרז"ל שליט"א מסאטמר


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2011 23:04 לינק ישיר 

די זאליס האבן זיך דא זייער מיס פארפאטשקעט, און זיי וועלן נישט אזוי שנעל ארויסקריכן פון דעם פעקל (חוץ טאמער זיי וועלן האבן די שכל אין מפייס זיין)

סתם זיך פארטשעפענען מיט צענליגע טויזענטער פרומע אידן איבער די גאנצע וועלט על לא דבר,

30 יאר צוריק האט מען געקענט פארשטיין,

אדער מאכסט חוזק פון סאטמאר רבי'ן שליט"א, אקעי מ'קען פארשטיין, ס'איז א עת מלחמה,

אבער וואס פאר א גוט יאר האבן זיך די ליבאוויטשער אידן פארזינדיגט אין יאר 2011 ?

איך האלט ס'שטאמט פון פלעין שלעכטיקייט און סעלפישקייט, און שמולקעפיגקייט, זיי פארשטייען נישט ווי סענסיטיוו דער ליבאוויטשער רבי איז פארעכנט פאר א גרויס חלק פון כלל ישראל חרדים, און אפי' אויב יא, איז ביי זיי דער ליבאוויטשער א סעקאנד קלעס, משוגענער, וואס איז דען א חילוק וואס דער ליבאוויטשער חסיד פילט,

ראו מה בין בנו לבן חמי, סאטמארע חסידי מהר"א זענען געווען די וואס זענען געשטאנען בראש המגבית להצלת רובאשקין, באותו זמן זענען די נועם המידות מצער זיין אידישע ברודער מיטן מזלזל אין אזא סענסיטיווע זאך ווי זייער רבין וואס איז דאס הייליגסטע ביי זיי, על לא דבר, סתם פאר שלעכטיקייט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 00:12 לינק ישיר 

און אפילו פאר 30 יאר צוריק ווען די מחלוקה האט געפלאקערט וואלט מען נישט אזאנס געטאן, מאכן א דאמי פונעם ליבאוויטשער אפעם טיש פון א רבין.

דאס איז די זאלי חיות קענען שרייען א גאנצען טאג אויף יענעם שייגץ פוי, טמא, ימ"ש וכו', און מאכן א דאמי פון יענעם.

זיי אליין האבן א מצוה פון אויסרייסען די תורה הקדושה, והליכה לבג"ץ הציוני איז א מצוה מן המובחר.

אזוי קוקט מען אויס ווען אמען האט א רבין א שטריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2011 00:31 לינק ישיר 

הה"ד מחזיר זיין עטרה ליושנה
אלע שייגעץ שטיק וואס מען האט נישט געקענט צוענדיגן פאר דרייסיג יאר צוריק ווייל די עטליכע באזעסענע מענטשן אין די קהלה האבן נישט געלאזט, ענדיגט מען היינט צו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 01:14 לינק ישיר 

א שטורעם אין א גלאז וואסער....
"זיי וועלן נישט אזוי שנעל ארויסקריכן פון'ם פעקל....."
וואספארא פעקל? בּלאַ בּלאַ, ווי נאר די טיש האט זיך געעענדיגט איז מען שוין געווען ארויסגעקראכן פון'ם פעקל...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-28/3/2011 01:17 לינק ישיר 

אין אלע ליבאוויטשע שוהלן שפילט כסדר ווידעאו פון אים,
ביי אונז איז סך הכל אסור ווידעאו, מוז מען עס איבערשפילן 'לייו' ווי מ'רופט עס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-28/3/2011 06:51 לינק ישיר 

A Purim Tish in Poor Taste, Satmar Makes Fun of Chabad

In the Shuls of the Rabbeim of the many Chassidusim they mark the Purim Tish with an amusing show, with the Rebbes and their Chassidim in attendance. At the Tish of one of the branches of Satmar Chassidim they choose to display a show with particularly bad taste, with one of the Chassidim getting up – before the Rebbe – imitating and mocking the Lubavitcher Rebbe.

The show consisted of a Shtender draped with a yellow Moshiach flag, atop the main table with one Chossid who got up and began imitating the Rebbe.

''There is a [custom] to do plays and skits, also in the presence of the Rebbes throughout Purim, only here it appears that it crossed all lines'', one of the Askonim involved with Satmar in New York told Shturem.net, ''I felt embarrassed at the sight of this skit, and even more so at the people who sat, watched and laughed.''

Note: At the behest of our Mashpiim we removed one of the photos which was in extreme poor taste.







_________________

  


תוקן על ידי SatmarBum ב- 28/03/2011 07:21:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 17:46 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס די גאנצע געטוהעכץ דא איז, ווען מען האט גערעדט אז די וואס האט נאכגעמאכט די ליבאוויטשער האט נאכגעמאכט מהר"א האט עס מיר אויך זייער געבאדערט ווייל נעם נישט דיין פאליטיק און שפיל עס אויף ברבים,

אבער ווען מען מאכט חוזק פון ליבאוויטש וואס יז ביי סאטמאר אפגעפרעגט אינגאנצן, און די רבי האט געהאט א חזקת מין, און מען איז נישטא זיך צו טענה'ן איבער דעם, און יא סקאט עס איז קלאר א שעת חירום, עס איז א צייט וואס יודן פארן ארום האנדלען און די גאנצע וועלט, און איבעראל קומט מען צו צו א בית חב"ד, און עס איז דא וואס ווערן זייער נתפעל פון זיי, און איך ווייס פון א געוויסע סאטמארע יונגערמאן, נישט קיין ארוני און נישט קיין זאלוני וואס לאזט זיך קאסטן שווערע הטנדערטע טויזענטע דאלארן פאר ליבאוויטש יעדע יאר, איך זעה נישט פארוואס ביים רבי'ן ז"ל האט מען געטירבן ליצנות פון ליבאוויטש וואס דעמאלטס איז געווען מער שעת חירום, היינט איז נאך דא פילע וואס ווערן זייער נתפעל פון ליבאוויטש, און זיי האלטן פון עם און אפילו זיי גייען מיט די חסידישע לבוש, 

עניוועי ווען מען מאכט ווען חוזק פון איינע פון אונזערע היימישע רבנים נישט קיין נפק"מ פון וועם צו ער איז מהר"א אדער ר' געציל וואלט עס מיר זייער פארדראסן, אהער האו לאנג ער מאכט חוזק פון ליבאוויטש וואס איז ביי אונז מופרך זעה איך נישט קיין שום פראבלעים, איי עס גייט אן פאר ליבאוויטש, ליבאוויטש האט איינמאל געטראכט ווי עס וועט וויי טוהן פאר טויזענטער ערליכע יודן ווען זיי שרייען יעדן נאכן דאווענען יחי אדונינו מלך המשיח,

יא קען זיין אז ענקער רבי נוצט א חב"ד האוז האלטס עטס טאקע נישט אז ליבאוויטש איז אזוי שלעכט, אבער אונזער רבי וועט און א חב"ד האוז נישט אריינטרעטן ווייל יא ער ווייסט אז ליבאוויטש איז א חסידות וואס פון אפיקורסות, און ער ווערט נישט דערשראקן וואס קאל ניוס וועט שרייבן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2011 17:57 לינק ישיר 

טיה א קיק מר' ap

די שיטה פונעם לעצטען לעבאוויטשער רבי'ן איז ביי אונז מפרך, עס איז נישט איינקלאנג מיט די הייליגע שיטה וואס מיר האבן מקבל געווען בבית מדרשו של אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע, און מיז זענען עס ווייטר מקבל בבית מדרשו פון מ''מ כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א,

חוזק מאכן פון די ליבאוויטשער שיטה? מען קען עס פארשטיין!
חוזק מאכן פון די ליבאוויטשער שיגאנען? מען קען דאס פארשטיין!

חוזק מאכן פון זייער רבי'ן פארזענדליך, און פון זיין צירה, זיינע הוויות, און תניעות, און דערמיט פארזענדליך ווייטאן טויזענטער יודן, און פארשעמען סאטמאר און דער גאנצער וועלט, און אראפ געבן סאטמאר אלס ווילדע בארבארן, דאס פאסט אויס דריקליך נאר פאר די שפילים, די זאליבאנעצעס, וואס האבן נישט קיין שייכות מיטן מין אנושי, און נישט מיט סאטמאר, און נישט מיט אידישקייט,

דאס זענען א כאפקע לייצים, און קאמיקער, אויסגעמישט מיט ווערם און קרעטץ און וויטשליך, מיט העריג זאפט! דאס אלעס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 18:50 לינק ישיר 

ap
ביזט זייער ראונג
האנדא האט עס אביסל גוט ארויסגעברענגט און איך וועל עס מער מרחיב זיין

1) ליבאוויטשער חסידות איז נישט געבויט אויף אפיקורסות
2) נישט יעדער וואס איז א ליבאוויטשער חסיד אפילו פונעם לעצטן האלט אז ער איז געווען משיח

דו ווייסט וויפיל ליבאוויטשע אידן ס'ווייטאגן אויף דעם וואס מען האט אים געקרוינט פאר משיח, און אויף די שוטים וואס האלטן אז ער לעבט נאך?

ליבאוויטש איז געבויט אויף חב"ד, נאר וואס, זיי האבן געוויסע זאכן פאלש אריינגעלערנט, אז יפוצו מעיינותיך חוצה מיינט דורך טעלעוויזשאן און ווידיא וכו'
פלאס, מיט די שיטה הק' זענען זיי אויך נישט געגאנגען ביינאזאם, וואס מיט דעם חלק זענען זיי פונקט ווי ויזניץ גור וכו'

דאס אז מען ווערט נתפעל פון ליבאוויטש, לענ"ד (מיין פערזענליכע מיינונג) איז נישט קיין חסרון
עה שריי נישט, הער מיך אויס א מינוט
ס'איז א דבר המובן מאליו אז ציונות אמאל (פאר 30 יאר צוריק) און ציונות היינט איז קיין פארגלייך, פאר 30 40 יאר צוריק איז די גאס נאך נתפעל געווארן פון די ציונים, און דער רבי ז"ל האט געדארפט פייערן וואך איין וואך אויס אז זיינע מענטשן זאלן נישט פארכאפט ווערן, היינט ווערן די אייגענע נישט נתפעל פון זיי, ציונות איז היינט א באנקראטירטע ביזנעס, די שיטה הק' פון רבין איז היינט פארשפרייט איבער די וועלט ווי קיינמאל בעפאר.
און אז איינער גייט אריין אין א בית חב"ד ווערט ער נאך נישט א ציוני, און אפילו אויב זעט ער זייער ליטאראטור ווערט ער אויך נישט נתפעל פון זייער דרך, ס"ה קאסט אים עס א שמייכל. (אזכיר על הציון...)
ס"ה ווערט מען נתפעל אז אידן שטעלן צו א מקום ווי צו דאווענען, נו וואטס ראונג?

זיך לאזן קאסטן שווערע טויזנטער דאלאר פאר ליבאוויטש, דארף מען פארשטיין פון וואס דו רעדסט, רעדסטו פון זייער פראפאגאנדע, אדער פאר בית חב"ד און מקואות, אויב פאר בית חב"ד און מקואות טוט ער נישט אזוי ראונג, וואס איז, איז עס נישט קיין ריעל עסטעיט פאר סאטמאר, למעשה גייען הונדערטער אידן דארט דאווענען במשך די יארן, און אידן וועלן קען זיך מטהר זיין פארן דאווענען.

צורים צום נושא, קענסט חוזק מאכן פון זייערע שיגאנען און פון זייער שיטה, אבער פון זייער רבין, ובפרט א שוכן עפר (לחד דעה...)

תוקן על ידי וואלןסח ב- 28/03/2011 18:53:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 18:58 לינק ישיר 

מ'זעט די פארפוילטע זאלי פארטיי בתפארתה.

פון ר' יחזקאל ראטה קארלסבורגער רב האט מען געטראפן א היתר חוזק צו מאכן און אים נאכמאכן, ווייל ער איז נישט אזוי דבוק אין די זאלי קאמפאני.

כאטש וואס יעדער ווייסט אז ער איז פון די גרעסטע פוסקים אין דור.

פון דעם נאז קוועטשער וואס איז דאס ליצנות אין די גאנצע וועלט, אים מאכט מען נישט קיין חוזק, ווייל ער איז דאך אונזער'ס...





דאס הייסט פארטיי !


יענעם מעג מען באגראבן, אבער מיינע שמוץ וועש, דאס נישט !

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2011 19:10 לינק ישיר 

זאלסט מיר זייער  אנטשולדיגן אבער איך האב גאנץ א 2טן בליק אויפן ליבאוויטשען ווי עטס האטס האט, איך האב די זעלביגע בליק ווי מיינע עלטערן האבו געהאט פאר 30-20 יאר צוריק אויף עם, און איך ווייס נישט וועלכע חסידים עס האלט יא אז ער לעבט און ווער עס האלט אז ער לעבט נישט, און עס גייט מיר נישט אן, די מציאות טז די מענטש אליינס האט זיך געלאזט קרוינען אלץ משיח, מילא האט ער און מיינע אויגן א דין פון א מין, און מילא זעה איך נישט קיין שום פראבלעים אז מען מאכט פון עם חוזק,

יא אז מען מאכט חוזק פון הגה"צ אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א וואלט עס מיר זייער זייער געבאדערט היתכן די נעמסט איינעם וואס גייט נישט מיט דיר און שפאן און די מאכטסט פון עם חוזק, און נאכדערצו אז איז א גאון עולם, און אפילו מען מאכט ווען חוזק פונעם בעלזער וואלט מיר עס נישט אנגעגאנגען ווייל ער איז מפיץ השכלה, אבער נאך אלץ וואלט איך נישט דעראטן עס צו טוהן, אבער די ליבאוויטשער וואס איז געווען א מין, און איך געדענק נאך ווי אונז אלע האבן אזוי גערעדט ווען ער האט געלעבט און נאך זיין לעבן, און יא יעצט איז עס אפשר שוין נישט אזוי נוגע אבער וואס גייט מיר אן אז מען מאכט פון עם חוזק, איי טענה'סטו אז עס איז דאמענטשן ווען מען טוהט וויי, הער זיך איין  מענטשן וואס האלטן פון א מין זעה איך נישט אז מען דארף זיך מיט זיי רעכענען, ווען די זאלסט ווען נעמען און חוזק מאכן פון  איינע פון די פירערס פון די מדינה אדער פון די עצם עקזיסטענץ פון די מדינה, וועט אויך זיין גערער אדער בעלזער חסידים וואס עס וועט זיי באדערן, סוי מעג יעצט נישט חוזק מאכן פון די מדינה,

עגעין קען זיין אונז האבן א אנדערע בליק אויפן ליבאוויטשען, אבער און מיינע אויגן איז נישט נאר אז ער האט פארדרייט חב"ד נאר ער איז געוועןא געהעריגע אפיקורס,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2011 19:13 לינק ישיר 

וואס רעדסטו אין די וועלט אריין אז עס באדערט דיר.
דער קווינסער פורים רעבע האט נאכגעמאכט ר' יחזקאל ראטה ברבים און געטריבן פון אים שפאס בפרהסיא מערערע מאל - און יעדער איז שטיל !


פון מנשה מראסט סטריט האט מען נישט געטריבן ליצנות, פארוואס????
ווען איז בזיון התורה מותר געווארן?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווי איז שכל? לצנות מהרבי מליבאוויטש ברבים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext