חסידי ר' זלמן לייב זענען דא באגאנגען זייער זייער א מיסן אומדיפלאמיטשן טעות, איך בין ברור אז בינו לבין עצמם זענען די נארמאלער מענטשן דארט זייער ברוגז דערויף,
פארוואס זאל מען בשנת תשע"א, ווען ס'נישטא מער קיין שום אקטועלע סיכסוך צווישן סאטמר אין ליבאוויטש, ס'נישט קיין שעת חירום, פארוואס זאל מען וויי טאן אזויפיל ליבאוויטשער חסידים, ממש על לא דבר, ס'זענען דא טויזענטער ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות וואס דער ליבאוויטשער רבי איז ביי זיי זייער הייליג און סענסיטיוו, וואס איז דער תועלת יעצט זיך צו פארטשעפען,
נישט נארמאל!
איך האלט זיי זאלן זיין דשענטלמעןס אין עמטליך מפרסם זיין א מכתב פיוס,
נשלח ב-27/3/2011 19:51
די זאליס זענען פון די בני קרח שלא מתו, ביי זיי דארף מען אנהאלטן מחלוקת עד קצה האחרון, חוץ אויב קען מען דורכן שלום געבן א שטויס פארן אנדערן בר פלוגתא וועט מען פאר א נויט אויך מאכן שלום
בחצרות חסידיות רבות מקדישים את 'טיש' פורים להצגה משעשעת, במעמד האדמו"רים והחסידים. בחצר אחד הפלגים של חסידות סאטמר בחרו להעלות הצגה שפלה עם טעם רע במיוחד, כאשר אחד החסידים עלה (בנוכחות האדמו"ר) בכדי לגחך על הרבי וחסידות חב"ד.
על גבי שלחן גדול במרכז בית המדרש הוצב סטענדר שכוסה בדגל משיח, עליו נעמד חסיד שפתח בחיקויים על הרבי.
"יש מנהג לקיים הצגות ומערכונים, גם בנוכחות אדמו"רים, במהלך חג הפורים, אלא שכאן נראה שנחצו כל הגבולות", אומר לשטורעם אחד מחשובי חסידות סאטמר בניו יורק, "הרגשתי בושה למראה המחזה שהשפיל בעיקר את יושבי בית המדרש שצפו וגיחכו".
מדובר בפלג מהרז"ל שליט"א מסאטמר
_________________
נשלח ב-27/3/2011 23:04
די זאליס האבן זיך דא זייער מיס פארפאטשקעט, און זיי וועלן נישט אזוי שנעל ארויסקריכן פון דעם פעקל (חוץ טאמער זיי וועלן האבן די שכל אין מפייס זיין)
סתם זיך פארטשעפענען מיט צענליגע טויזענטער פרומע אידן איבער די גאנצע וועלט על לא דבר,
30 יאר צוריק האט מען געקענט פארשטיין,
אדער מאכסט חוזק פון סאטמאר רבי'ן שליט"א, אקעי מ'קען פארשטיין, ס'איז א עת מלחמה,
אבער וואס פאר א גוט יאר האבן זיך די ליבאוויטשער אידן פארזינדיגט אין יאר 2011 ?
איך האלט ס'שטאמט פון פלעין שלעכטיקייט און סעלפישקייט, און שמולקעפיגקייט, זיי פארשטייען נישט ווי סענסיטיוו דער ליבאוויטשער רבי איז פארעכנט פאר א גרויס חלק פון כלל ישראל חרדים, און אפי' אויב יא, איז ביי זיי דער ליבאוויטשער א סעקאנד קלעס, משוגענער, וואס איז דען א חילוק וואס דער ליבאוויטשער חסיד פילט,
ראו מה בין בנו לבן חמי, סאטמארע חסידי מהר"א זענען געווען די וואס זענען געשטאנען בראש המגבית להצלת רובאשקין, באותו זמן זענען די נועם המידות מצער זיין אידישע ברודער מיטן מזלזל אין אזא סענסיטיווע זאך ווי זייער רבין וואס איז דאס הייליגסטע ביי זיי, על לא דבר, סתם פאר שלעכטיקייט,
נשלח ב-28/3/2011 00:12
און אפילו פאר 30 יאר צוריק ווען די מחלוקה האט געפלאקערט וואלט מען נישט אזאנס געטאן, מאכן א דאמי פונעם ליבאוויטשער אפעם טיש פון א רבין.
דאס איז די זאלי חיות קענען שרייען א גאנצען טאג אויף יענעם שייגץ פוי, טמא, ימ"ש וכו', און מאכן א דאמי פון יענעם.
זיי אליין האבן א מצוה פון אויסרייסען די תורה הקדושה, והליכה לבג"ץ הציוני איז א מצוה מן המובחר.
אזוי קוקט מען אויס ווען אמען האט א רבין א שטריק.
נשלח ב-28/3/2011 00:31
הה"ד מחזיר זיין עטרה ליושנה אלע שייגעץ שטיק וואס מען האט נישט געקענט צוענדיגן פאר דרייסיג יאר צוריק ווייל די עטליכע באזעסענע מענטשן אין די קהלה האבן נישט געלאזט, ענדיגט מען היינט צו
A Purim Tish in Poor Taste, Satmar Makes Fun of Chabad
In the Shuls of the Rabbeim of the many Chassidusim they mark the Purim Tish with an amusing show, with the Rebbes and their Chassidim in attendance. At the Tish of one of the branches of Satmar Chassidim they choose to display a show with particularly bad taste, with one of the Chassidim getting up – before the Rebbe – imitating and mocking the Lubavitcher Rebbe.
The show consisted of a Shtender draped with a yellow Moshiach flag, atop the main table with one Chossid who got up and began imitating the Rebbe.
''There is a [custom] to do plays and skits, also in the presence of the Rebbes throughout Purim, only here it appears that it crossed all lines'', one of the Askonim involved with Satmar in New York told Shturem.net, ''I felt embarrassed at the sight of this skit, and even more so at the people who sat, watched and laughed.''
Note:At the behest of our Mashpiim we removed one of the photos which was in extreme poor taste.
איך פארשטיי נישט וואס די גאנצע געטוהעכץ דא איז, ווען מען האט גערעדט אז די וואס האט נאכגעמאכט די ליבאוויטשער האט נאכגעמאכט מהר"א האט עס מיר אויך זייער געבאדערט ווייל נעם נישט דיין פאליטיק און שפיל עס אויף ברבים,
אבער ווען מען מאכט חוזק פון ליבאוויטש וואס יז ביי סאטמאר אפגעפרעגט אינגאנצן, און די רבי האט געהאט א חזקת מין, און מען איז נישטא זיך צו טענה'ן איבער דעם, און יא סקאט עס איז קלאר א שעת חירום, עס איז א צייט וואס יודן פארן ארום האנדלען און די גאנצע וועלט, און איבעראל קומט מען צו צו א בית חב"ד, און עס איז דא וואס ווערן זייער נתפעל פון זיי, און איך ווייס פון א געוויסע סאטמארע יונגערמאן, נישט קיין ארוני און נישט קיין זאלוני וואס לאזט זיך קאסטן שווערע הטנדערטע טויזענטע דאלארן פאר ליבאוויטש יעדע יאר, איך זעה נישט פארוואס ביים רבי'ן ז"ל האט מען געטירבן ליצנות פון ליבאוויטש וואס דעמאלטס איז געווען מער שעת חירום, היינט איז נאך דא פילע וואס ווערן זייער נתפעל פון ליבאוויטש, און זיי האלטן פון עם און אפילו זיי גייען מיט די חסידישע לבוש,
עניוועי ווען מען מאכט ווען חוזק פון איינע פון אונזערע היימישע רבנים נישט קיין נפק"מ פון וועם צו ער איז מהר"א אדער ר' געציל וואלט עס מיר זייער פארדראסן, אהער האו לאנג ער מאכט חוזק פון ליבאוויטש וואס איז ביי אונז מופרך זעה איך נישט קיין שום פראבלעים, איי עס גייט אן פאר ליבאוויטש, ליבאוויטש האט איינמאל געטראכט ווי עס וועט וויי טוהן פאר טויזענטער ערליכע יודן ווען זיי שרייען יעדן נאכן דאווענען יחי אדונינו מלך המשיח,
יא קען זיין אז ענקער רבי נוצט א חב"ד האוז האלטס עטס טאקע נישט אז ליבאוויטש איז אזוי שלעכט, אבער אונזער רבי וועט און א חב"ד האוז נישט אריינטרעטן ווייל יא ער ווייסט אז ליבאוויטש איז א חסידות וואס פון אפיקורסות, און ער ווערט נישט דערשראקן וואס קאל ניוס וועט שרייבן,
נשלח ב-28/3/2011 17:57
טיה א קיק מר' ap
די שיטה פונעם לעצטען לעבאוויטשער רבי'ן איז ביי אונז מפרך, עס איז נישט איינקלאנג מיט די הייליגע שיטה וואס מיר האבן מקבל געווען בבית מדרשו של אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע, און מיז זענען עס ווייטר מקבל בבית מדרשו פון מ''מ כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א,
חוזק מאכן פון די ליבאוויטשער שיטה? מען קען עס פארשטיין! חוזק מאכן פון די ליבאוויטשער שיגאנען? מען קען דאס פארשטיין!
חוזק מאכן פון זייער רבי'ן פארזענדליך, און פון זיין צירה, זיינע הוויות, און תניעות, און דערמיט פארזענדליך ווייטאן טויזענטער יודן, און פארשעמען סאטמאר און דער גאנצער וועלט, און אראפ געבן סאטמאר אלס ווילדע בארבארן, דאס פאסט אויס דריקליך נאר פאר די שפילים, די זאליבאנעצעס, וואס האבן נישט קיין שייכות מיטן מין אנושי, און נישט מיט סאטמאר, און נישט מיט אידישקייט,
זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן אבער איך האב גאנץ א 2טן בליק אויפן ליבאוויטשען ווי עטס האטס האט, איך האב די זעלביגע בליק ווי מיינע עלטערן האבו געהאט פאר 30-20 יאר צוריק אויף עם, און איך ווייס נישט וועלכע חסידים עס האלט יא אז ער לעבט און ווער עס האלט אז ער לעבט נישט, און עס גייט מיר נישט אן, די מציאות טז די מענטש אליינס האט זיך געלאזט קרוינען אלץ משיח, מילא האט ער און מיינע אויגן א דין פון א מין, און מילא זעה איך נישט קיין שום פראבלעים אז מען מאכט פון עם חוזק,
יא אז מען מאכט חוזק פון הגה"צ אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א וואלט עס מיר זייער זייער געבאדערט היתכן די נעמסט איינעם וואס גייט נישט מיט דיר און שפאן און די מאכטסט פון עם חוזק, און נאכדערצו אז איז א גאון עולם, און אפילו מען מאכט ווען חוזק פונעם בעלזער וואלט מיר עס נישט אנגעגאנגען ווייל ער איז מפיץ השכלה, אבער נאך אלץ וואלט איך נישט דעראטן עס צו טוהן, אבער די ליבאוויטשער וואס איז געווען א מין, און איך געדענק נאך ווי אונז אלע האבן אזוי גערעדט ווען ער האט געלעבט און נאך זיין לעבן, און יא יעצט איז עס אפשר שוין נישט אזוי נוגע אבער וואס גייט מיר אן אז מען מאכט פון עם חוזק, איי טענה'סטו אז עס איז דאמענטשן ווען מען טוהט וויי, הער זיך איין מענטשן וואס האלטן פון א מין זעה איך נישט אז מען דארף זיך מיט זיי רעכענען, ווען די זאלסט ווען נעמען און חוזק מאכן פון איינע פון די פירערס פון די מדינה אדער פון די עצם עקזיסטענץ פון די מדינה, וועט אויך זיין גערער אדער בעלזער חסידים וואס עס וועט זיי באדערן, סוי מעג יעצט נישט חוזק מאכן פון די מדינה,