| נשלח ב-28/3/2011 19:25 |
|
| |
ap
לאמיר זאגן אז דער ליבאוויטשער איז אן אפיקורס, זאל זיין!
ער לעבט דאך שוין נישט 11 יאר, וואס האט איר זיך איצט דערמאנט?
איר וווילט חוזק מאכן פון פארשטראבענע אפיקורסים הייב אן ביי משה מענדלסאן,נחמן ביליק, שלום אליכם, דוד בן גיריון, חיים ווייצמאן, יצחק גרינבוים, וויגדור יאקאבאוויטש, מנחם בעגין, זאב זשבוטנסקי, אברהם יצחק קוק, אלי וויזעל וכו וכו פארוואס ווייטאן טויזענטער יודן? אויף אזא נידריגע וועג? ביים רבי'ן זי''ע וואלט אזא זאך געקענט געשען?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 19:44 |
|
| |
וואלןס"ח זייער גוט ארויסגעברענגט, יפה דיברת, הנאתי
כעל מוסיך זיין 2 זאכן:
קודם אפי' אם תמצא לומר אז ליבאוויטש איז ביי אונז אפגעפרעגט, ביסטו דאך נישט דער איינציגער מענטש אויף די וועלט, די לעבסט נישט און א באקס, ס'דא אזא מין זאך וואס הייסט "מענטשליכקייט" און "דיפלאמאטיע", דער ליבאוויטשער חסיד וואס זענען למעשה אחינו בני ישראל שומרי תומו"צ, האט דיר גארנישט געטשעפעט, עכ"פ נישט בשנת תשע"א, און זייער רבי וואס איז שוין בעלמא דקשוט 15 יאר, איז כידוע זייער פארהייליגט און סענסעטיוו פאר זיי, אזא גאטונג ווי אונזער רבי זצ"ל, גייט מען נישט ברבים אויפן רבי'ן'ס טיש וויי טון רבבות בני ישראל, על לא עוול בכפם
זיי דיך מצייר ווען איינער זאל זיך פארשטעלן ווי די אלטע רבי זצ"ל און זיך נעמען חוזק מאכן פון זיין תניעות והוויות ברבים, וואלסטו זיכער געשפירט ווי איינער וואלט געטרויטן אויף א ספר תורה, ס'וואלט דיר געגעבן א ציפ, דאן טו דאס נישט פאר דיין ברודער על לא עוול בכפו, מה דעלך סאני לחברך לא תעביד,
שנית,
איך וויל איינער זאל מיר מסביר זיין מיט א נארמאלע סברה המתקבל פארוואס פונקטליך דער ליבאוויטשער רבי איז געווען א מין,
ווייל ער האט מרמז געווען אז ער איז משיח? ממילא? פארדעם איז ער א "מין"? ער איז געווען איינגערעט אין פאני ער האט געהאלטן אז ער איז ראוי צו זיין משיח, איז וואס? למעשה גייט דאך משיח זיין א יליד אשה מבינינו, אזוי זאגט דער רמב"ם, נו וואס איז די עק וועלט אז זיינע חסידים האבן געהאלטן אז ער איז ראוי צו זיין משיח, ער האט זיך דאך נישט דערקלערט אז ער איז א גאט, ער האט קיינמאל נישט געהייסן זיינע מענטשן זאלן עובר זיין אויף דת תוה"ק, אזוי ווי להבדיל שבתי צבי,
איך בעט מ'זאל מיך נישט צירייסן און רעדן נארמאל, ווילדע רעטאריק גיי איך איגנארירן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 19:55 |
|
| |
לאמיר דיר פרעגן ווען מאכן מיר ווען חוזק פון הרב קוק, אדער פון בן גוריון, וואלסטו אויך געהאט טענות ווייל אפשר איז דא מאנכע גערער אדער בעלזע חסידים וואס עס טוט זיי וויי ווען מען מאכט חוזק פון די מדינה, אדער עס באדערט פאר די קוקניק'ס אז מען מאכט חוזק פון הרב קוק,
און יעצט דאס וואס מעון האט חוזק געמאכט פון הגה"צ מקארלסבורג שליט"א איז קיינמאל נישט געווען אפיציעל, נאר די בחור האט חוזק געמכאט, און מען האט עם טאקע פראבירט אפצושטעלן, און יא אלע יארן איז געווען מען האט חוזק געמאכט פון געוויסע רבנים, און נישט דוקא חוזק צו מאכן נאר פשוט עס איז געווען אדר און די פורים רב האט נאכגעמאכט די קרעטשניפער, און איינער פון די של"ס תורה פון ר' הערשלע ספינקער, וכדו', און נישט ח"ו חוזק צומאכן נאר א גוטע פורים רב האט גוט נאכגעמאכט, אזוי איז געווען אלע יארן און מיינע בחור'ישע יארן, אבער פארשטעלן איז טאקע קיינמאל נישט געווען און מען האט דאס אפגעשטעלט,
און יעצט ווידער אויס פון די ליבאוויטשער, יא אזוי ווי ווען איך וועל חוזק מאכן פון הרב קוק, וועלן אויך זיין יודן שומרי תומ"צ וואס עס וועט באדערן אבער נאך אלץ גייט מיר עס נישט אנגיין פשוט ווייל איך ווייס ער איז געווען א מין, און מיר גייט נישט אן וואס אנהענגערס פון א מין זאגט, די זעלביגע איז און מיינע אויגן ליבאוויטש, און דאס וואס ענק שטערט איז ווייל ביי ענק האט ענקער רבי אוועקגענומען די אמת'ע בליק וואס אונז סאטמארע יודן האט אייביג געהאט אקעגין ליבאוויטש, און מיר זענען נישט נתפעל געווארן פון זיין יפיצו, און יא אונזער רבי וועט קיינמאל אריינגיין אוןא חב"ד האוז, נישט אז איך האלט אז עס איז אסור, נאר א סאטמאר רבי דארף זיך פון דעם צוריקהאלטן,
און נאך איינמאל ליבאוויטש איז ביי מיר און זי זעלבע קאטאגאריע ווי הרב קוק, (איך גיי נישט מעסטן ווער איז געווען ערגער, אבער און איין קאטאגאריע זענען זיי) און אזוי ווי מיר גייט נישט אן ווען מען מאכט ווען חוזק פון הרב קוק, אזוי גייט מיר נישט אן ווען מען מאכט חוזק פון ליבאוויטש,
און נאכאיינמאל דאס וואס איר קייט איבער אז עס איז שוין היינט נישט נוגע, בין איך מחוללק ווייל ליבאוויטש ארבייט מיט זייער א שטארקע פי אר זיך צו בויען, און אונזערע קינדער ווערן זייער נתפעל, און עס איז זייער גוט אראפצורייסן, און דאס וואס די זאגסט אז פילע האלטן נישט אז ער לעבט, אבער מען רופט נאך אויס מיין איך כמעט איבעראל יחי אדונינו מלך המשיח, און אזא מין חסידות מיט זייער אלטע פירער איז נישט קיין שום פראבלעים אראפ צורייסן, און זייער גוט זאלן מיינע קינדער זעהן אז זיי זענען א חוזק און מיינע אויגן, און נישט נתפעל ווערן פון זיי,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 19:59 |
|
| |
סקאט איך האלט און אזוי האבן מיינע עלטערן געהאלטן, און זאוי האבן אלע חסידי ותלמידי רביה"ק זי"ע געהאלטן, אז איינער וואס איז מרמז אז ער איז משיח, וואס באמת ווייסט ער אליינס אז ער איז נישט משיח, איז א מין און א אפיקורס, און אויב זאגסטו אז ער איז געווען א משוגענער, וויל איך דיר זאגן ער איז גארנישט געווען אזוי משוגע,
און ווי אויבן געשריבן דארפן מיר אויסלערנען אונזער קינדער נישט נתפעל צו ווערן פון זייער פי אר
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 20:08 |
|
| |
אזוי נישט צו דער זאך? רח''ל דער ליבאוויטשער האט און זיין לעבן נישט געזאגט, אדער מרמז געווען אז ער איז משיח! פארשטאנטא?
צווייטענס די גרוויסער הייליגער רבי עקיבע האט אויך געמיינט אז בר כוכבא איז משיח, ער האט אויף אים געליינט דעם פסוק דרך כוכב מיעקב, עיין בספה''ק ויואל משה סוף מאמר א' איז ער דען געווען אן אפיקורס? ח''ו די גמרה זאגט בס''ה ''טעה'' ער האט זיך טועה געווען, זה הא!
פארוואס עס קען זיין אז דער ליבאוויטשער איז אן אפיקורס איז צילוב דעם, ווייל ער האט געהאלטען אז שלימות הארץ איז א מצוה, און מען איז זיך מחיוב מוסר נפש זיין דעראויף, דאס איז לויטן הייליגן ויואל משה אפיקורסת, ווייל יודן טארן נישט האבן גיין אייגען לאנד, ביז משיח וועט קימען,
מאנכע ליבאוויטעשער זאגן אז ער האט נישט געהאלטען אז שלימות הארץ איז א מצוה צילוב א אייגן לאנד, נאר צילוב די אראבישע רוצחים, עס איז אן ענין פון פק''נ, לויט דעם איז גאר קיין אפיקורס קיינמאל נישט געווען, בס''ה גיט פאריקט! פארשטאנטא?
מר AP איך וואלט דיר געראטן דירוך צו לערנען דעם הייליגען ויואל משה פאר די שרייבסט און די דאזיגע ענינים!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 20:29 |
|
| |
סוי בר כוכבא איז גארנישט געווען ראנג ווייל ר' עקיבא האט זיך אויך טועה געווען? ניין ר' עקיבא האט געהאט די זכי' אז ער האט זוכה געווען איינצוזעהן די אמת, סוי איך פארשטיי נישט וואס די ביסט דא בכלל מדמה, און יא אפשר איז דאס א לימוד זכות פאר די ליבאוויטשע חסידים, אבער פאר דער וואס האט פון זיך אליינס געהאלטן איז טאקע געווען אזוי ווי בר כוכבא
און יא די ליבאוויטשער האט מיטגעשפילט אז ער איז משיח, און דאס וואס די רעדסט וועגען שלימות הארץ, איז פרעגסטו מיר אפ אדער לייגסט נאר צו? איך וויל רעדן א אזך וואס איז קלאר פאר יעדן אז איינער וואס האלט אז ער איז משיח איז א מין,
און האנדא איך דארף דורכלערנען די ויוא"מ אדער אדורכשמועסן מיט די ליבאוויטשער וואס זייער רבי האט געהאלטן,
סוי יעצט איז די גאנצע וויכוח צו ער האט יא מיטגעהאלטן צו ער האט נישט מיטגעהאלטן, איך האלט אז ער האט יא מיטגעהאלטן, און אפילו פון סקאט'ס ווערטער איז אויך משמע אז ער האט מיטגעהאלטן, מילא איז נישט קיין שום פראבלעים אז מען רייסט עם אונטער, יעצט אויב האלטסטו אז ער האט נישט מיטגעהאלטן האב אעיך סיי ווי נישט מיט די זיך וואס צו טענה'ן,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 20:39 |
|
| |
פארוואס ווען איינער איז מרמז אז ער איז משיח און די צייט וואס ער ווייסט אז ער איז נישט איז ער א "מין", ער איז העכסטנס א ליגנער און א שווינדלער, פארוואס עפעס "מין"?
בשלמא ווען ער הייסט ווען אידן צו עובר זיין אויף דת תוה"ק ווייל ער איז משיח, למשל ווי להבדיל שבתי צבי וואס געהייסן מאכן א סעודה תשעה באב, אדער ער האט געבראטן א קרבן פסח מיט די חלב און געמאכט די ברכה ברוך מתיר אסורים, הייסט דאס א מסית ומדיח ואפיקורס, אבער איינער וואס איז מדריך זיינע חסידים לילך בדרך התורה והיראה כפי השגתם ושיטתם ומסורתם, פארוואס ווערט ער א "מין" מיטן מרמז זיין אז ער איז משיח?
שנית, מהיכי תיתי אז ער האט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי צו זיין משיח?
שלישית אפי' דאס וואס ער האט יא געזאגט (וואס מ'קען זיך דינגען וואס ער האט געמיינט), האט ער דאך פארט נישט געזאגט אז משיח איז שוין דא, הגיע זמן גאולתכם יעדער זאל זיך פאקן זייער האב און גוטס און ארויפגיין קיין ארץ ישראל ווייל דער גואל איז שוין דא, פונקט פארקערט ער האט געהאלטן אין איין געזאגט אז מ'זאל מתפלל זיין אז משיח זאל נתגלה ווערן און דער אייבישטער זאל אונז ארויסנעמען פון גלות, דאס מיינט אז אפי' די גרעסטע משיח'יסט האט קיינמאל נישט געהאלטן אז משיח איז שוין געקומען, דאס קען מען זיכער נישט אנרופן א משיח שקר, דאס גאנצע פראבלעם אז זיי האבן איבערגעטריבן זיין גדלות אז ער איז "ראוי" צו זיין משיח, וואס קען זיין אז אפשר האט ער אויך געהאלטן אז ער איז "ראוי"
עכ"פ אי משום הא, וועגן משיח'יזם זעה איך נישט קיין שום מקום לומר אז ער איז געווען א אפיקורס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 20:55 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | פארוואס ווען איינער איז מרמז אז ער איז משיח און די צייט וואס ער ווייסט אז ער איז נישט איז ער א "מין", ער איז העכסטנס א ליגנער און א שווינדלער, פארוואס עפעס "מין"?
בשלמא ווען ער הייסט ווען אידן צו עובר זיין אויף דת תוה"ק ווייל ער איז משיח, למשל ווי להבדיל שבתי צבי וואס געהייסן מאכן א סעודה תשעה באב, אדער ער האט געבראטן א קרבן פסח מיט די חלב און געמאכט די ברכה ברוך מתיר אסורים, הייסט דאס א מסית ומדיח ואפיקורס, אבער איינער וואס איז מדריך זיינע חסידים לילך בדרך התורה והיראה כפי השגתם ושיטתם ומסורתם, פארוואס ווערט ער א "מין" מיטן מרמז זיין אז ער איז משיח?
שנית, מהיכי תיתי אז ער האט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי צו זיין משיח?
שלישית אפי' דאס וואס ער האט יא געזאגט (וואס מ'קען זיך דינגען וואס ער האט געמיינט), האט ער דאך פארט נישט געזאגט אז משיח איז שוין דא, הגיע זמן גאולתכם יעדער זאל זיך פאקן זייער האב און גוטס און ארויפגיין קיין ארץ ישראל ווייל דער גואל איז שוין דא, פונקט פארקערט ער האט געהאלטן אין איין געזאגט אז מ'זאל מתפלל זיין אז משיח זאל נתגלה ווערן און דער אייבישטער זאל אונז ארויסנעמען פון גלות, דאס מיינט אז אפי' די גרעסטע משיח'יסט האט קיינמאל נישט געהאלטן אז משיח איז שוין געקומען, דאס קען מען זיכער נישט אנרופן א משיח שקר, דאס גאנצע פראבלעם אז זיי האבן איבערגעטריבן זיין גדלות אז ער איז "ראוי" צו זיין משיח, וואס קען זיין אז אפשר האט ער אויך געהאלטן אז ער איז "ראוי"
עכ"פ אי משום הא, וועגן משיח'יזם זעה איך נישט קיין שום מקום לומר אז ער איז געווען א אפיקורס. |
|
כיהודה ועוד לקרא פרעג איך די זעלבע קשיא אויב האט ער געהאלטן א ער איז ראוי צו זיין משיח איז ער שוין א מין? איך קריך נישט ביז בר כוכבא, ס'איז דא א באקאנטע מעשה פון איינעם וואס איז געקומען צום טשערנאבלער מגיד און זיך איינגעשפארט מיט אים, ווען ער איז ארויס האט דער מגיד דערציילט אז ער איז געקומען זאגן אז ער איז ראוי צו זיין משיח און ער וויל וויסן אויב ער קען שוין קומען, האט דער מגיד אים געזאגט אז ניין, האט מען אים געפרעגט פארוואס האט ער אזוי געענטפערט, האט ער געזאגט, אז איינער טראגט זיך אליין אן דער קען נישט זיין משיח לשיטתך פארוואס האט אים דער מגיד נישט אנגעכאפט ביי די קראגן און ארויסגעווארפן, אזא מין אפיקורסות! נאר וואס, דאס האט נישט מיט אפיקורסות קיין שייכות, אזוי לאנג ווי ער הייסט נישט עובר זיין אויף די תורה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 20:57 |
|
| |
AP אז דו לייגסט אריין דעם ליבאוויטשער אין איין סוג מיט קוק ימ"ש דארפסטו א גרויסן דאקטאר דאס ווייזט אז דו האסט נישט קיין מושג אין קורות היהדות
און צום לעצט, זאג דיך נישט אזוי צי אז דיין רבי וועט קיינמאל אריינגיין אין א בית חב"ד, יו נעווער נאו
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 21:06 |
|
| |
אקעי סקאט לאמיר דיר געבן א תירוץ,
איינער וואס זאגט ער איז משיח, טראכט אריין וואס ער זאגט, עס איז נישט אזוי ווי די מעשה מיט רבי יונתן די מחבר פון יום שבת קודש הוא, וואס מען זינגט און כמה מקומות פרייטאג צו נאכטס, אדער אזוי ווי דער וואס האט פארקויפט אז ער איז די דובנא'ר מגיד דארט קען מען אנרופן אז ער איז געווען א שווינדלער, און באנדיט,
אבער אויב עס קומט איינער און ער איז מרמז אז ער איז משיח, שומו שמים, די פארשטייסט וואס דאס מיינט? איינער וואס ער וויסט קלאר ביי זיך אז ער איז נישט משיח, זאגט אז ער איז משיח, וואס דען איז ער אויב נישט קיין מין, און דאס וואס די זאגסט אז ער האט נישט עוקר געווען פון די תורה, פיין ער איז נישט קיין שייגאץ ער איז נאר אפיקורס, אקעי איך בין מודה שבתי צבי איז געווען ערגער, אבער דאס נעמט נישט אוועק אז ליבאוויטשער איז נישט געווען קיין מין,
און דאס וואס די פרעגסט מהיכי תתי ער האט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי צו זיין משיח, ווייל ער איז דאך נישט געווען א משוגענער פון גאס, און ער האט געוויסט אז ווי גרויס מען איז קען מען זיך נישט אפמאכן אז מען איז משיח, עפעס א גילוי מוז ער באקומען,
און דאס וואס די זאגסט אז ער האט נישט געזאגט אז מען זאל זיף פאקן און גיין, פיין זוי וואס איז? אויב האט ער מרמז געווען אז ער איז משיח נישט קיין נפק"מ פונקטליך וואס ער האט געזאגט, און וויאזוי ער האט עס געזאגט, אויב איינער איז מרמז אזאנס, און דערנאך האלט ער מיט איז און מיינע אויגן א מין
און צום סוף ווי איך זעה איז יעדער שוין מסכים אז פון א מין מעג מען חוזק מאכן, נאר די טענה איז אוי ער איז געווען א מין צו נישט, פיין און דעם מעגן מיר זיך קריגן, און אויב האלטן מיר אז ער איז א מין האבן מיר גענוג זאכן אויף וואס זיך צו אנכאפן, מילא פארוואס איז עס אזא עולה אז מען האט פון עם חוזק געמאכט,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 21:10 |
|
| |
סקאט ביסט פארפארן פון די שינעס.
מ'איז נישט דן צי דער ליבאוויטשער רבי איז גערעכט אדער נישט. מיט וואס א רעכט האבן די קווינסער מושחתים אפגעחו'זקט פון אלע רבנים, חוץ פון זייערע שטריקעס.
עס איז נישטא נאך אזא שטריק ווי זאלי, האט מען פון אים אפגעחוזק'ט = ניין. עס נישטא נאך אזא ליצנות ווי די פורים בית דין, האט מען פון זיי אפגעלאכט = ניין.
פון יענעם מעג מען, אבער פון זיך מאכט מען פתח שין.
בכלל איז עס א גאר א געמיינע זאך, די זאליס געבן א הכשר אויף א ליובאוויטשער וויין, עס זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז איינער אין 770 זוכט דעם הכשר פון די פארקריפלטע זאלי ליצים, וואס ווייסן נישט וועלכע ברכה מ'מאכט אויף וויין.
יעצט, צי וואס מאכסטו חוזק פון זייער אדמו"ר? ווי איז דער לאגיק פון די משוגעים?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 21:42 |
|
| |
ס'נישט געפערליך אז מ'איז אראפ פון די שינעס, דא ווערט דיסקוסירט גאר סענסיטיווע ענינים וואס איך גלייב דרוקט פילע סאטמארע חסידים, און עס מעג אויסגעשמיסט ווערן,
נעמליך מ'האט גענומען ליבאוויטש און זיי אפגעסטעמפלט כאילו דער רבי איז להבדיל א שבתי צבי און די חסידים זענען נוצרים, און אויב ר' אהרן טרעט אריין אין א בית חב"ד איז עק וועלט, שומו שמים! כאילו ער איז אריין און א קלויסטער אין זיך געטויפט,
עס מעג ברייט אויסגעשמיסט ווערן דער נושא, די אהרוני זאלמוני חאזעריי רעט מען גענוג,
אויסערדעם האט וואלןס"ח לפי תומו בארירט נאך א גאר סענסיטיווע נושא, דהיינו די ענין פון קנאות קעגן ציונות,
ביי פילע סאטמארע חסידים איז עס שוין געווארן אז טרעדישן כמצות אנשים מלומדה, אז מ'דארף אלס שרייען פוי! מ'ווייסט נישט וויזוי מבחין צו זיין לפי הזמן ולפי המאורע, איך האב נישט קיין סך צייט צו שרייבן אבער איך וועל שרייבן בקיצור, וואס איך גלייב עס ליגט אין הערצער פון פילע חסידי ותלמידי רבינו ז"ל, ותן לחכם ויחכים.
למשל יעצט ביי די איתמר שחיטה, דאס איז געווען א קלאסישע טראגעדיע ווי די וועלט האט נאכאמאל איינגעזען אין די אמתיות פון שיטת ויואל משה, ס'האט לגמרי נישט אויסגעפעלט זיך צו רייצן בעת ווען קליינע אידישע קינדער זענען בארבאריש אויסגערצח'עט געווארן,
אדער למשל ווען די בחורים אין ישיבת הרב זענען קאלטבלוטיגט ערמארדעט געווארן, האט ר' אהרן מקונן געווען די אידישע קינדער אזוי ווי עס פאסט פאר א אידיש הארץ, זענען דעמאלטס אויך געוויסע סאטמארע קנאים אין פארפירט,
ווייל לשיטתתם איז היות אין תשכ"ו האט דער רבי געשריגן אז ס'דא א בילבול המוחות, מוז מען לעולם ועד זיך אראפציען די היט ביז די נאז אין שרייען "בילבול המוחות!!!" "בילבול המוחות!!!"
וואס בילבול המוחות!? ווען בילבול המוחות!? וואס האקסטו א טשייניק, ציונות איז היינט שוין אזוי באנקראטירט צווישן חרדישע אידן, געוויסע סאטמארע אידן כאפן זיך נישט, דער ספר ויואל משה קען מען שוין היינט טרעפן אין פילע בתי מדרשים וואס מ'וואלט זיך קיינמאל געגלייבט,
איך האף דער עולם כאפט מיין פונקט,
איך וויל נאר ציענדיגן מיט איין לעצטע סטעיטמענט,
אויב בשנת תשע"א איז נאך אלס דא די זעלבע בילבול המוחות ווי בשנת תשכ"ו, איז דער סאטמאר רבי זצ"ל דער גרעסטער לוזער, איך אקצעפטיר דאס נישט!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 22:25 |
|
| |
אין די גרעסטע זשאוק אז טאמיר א חב"ד רב וועט אסר'ן אריזאנא ווייץ צי דעם עירוב וועלן די זאליס לויפן אויף אלע פיר כאפן פין אים א חתימה
אין זיי וועלן פארגעסן פין די אלע פורים פשטלעך
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2011 23:31 |
|
| |
סקאט שוין גארנישט לפי תומי כך קבלתי ולמדתי בבית מדרשו של מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ס'איז דא א באקאנטע דרשה פון רבינו שליט"א פון שנת תשד"מ, דער רבי איז דעמאלטס נאך ניטאמאל געווען רב אין קרית יואל, ער איז נאר געווען ראש ישיבה, און זיין שווער דער וויזניצער רבי שליט"א איז געווען אין אמעריקא, און ער איז געקומען אים באזוכן אין קרית יואל, די שטאט האט זיך איבערגעדרייט מיט פאשקעווילן (בכלל איז באקאנט אז וויזניץ איז געווען מער טריפה אין סאטמאר ווי בעלזא און גור ובדומיהן, נישט אלץ ציונות, נאר ווייל דער סיגעטער האט זיך מיט אים משדך געווען) הקיצור, רבינו שליט"א האט דאם געהאלטן א גאר אינהאלטסרייכע באלערנדע דרשה, וואס איז א יסוד היסודות אין קנאות, דער רבי האט אויסגעשמועסט קודם דאס גאנצע ענין פון די בחירות, און דערנאך האט ער אביסל צולייגט די בחורים ווי מען גייט מיט די קאפ אין וואנט און מען הייבט נישט אן צו וויסן וואס קנאות מיינט. דער רבי האט דערציילט אז א בחור האט אים געזאגט אז ער איז געווען פרייטאג צו נאכטס ביים שווער ביים טיש, און מוצאי שבת איז ער געגאנגען ווארפן שטיינער (אזוי האט מען דעמאלטס געלערנט קנאות אין סאטמאר, אז וויזניצער רבי קומט אויף שבת קיין וומסב"ג ווארפט מען שטיינער, פארוואס? ווייל דאס האט דער רבי ז"ל געוואלט [דא קוועטשט מען דעם היט]) און דער רבי האט אים געזאגט נישט דו האסט געדארפט גיין צום טיש און נישט דו האסט געדארפט ווארפן שטיינער, קוק נישט אויף זיין זייט. און דער רבי האט אביסל צולייגט דעם ענין וואס ער האט מיטגעהאלטן ביים רבין ז"ל ויפיל מאל רבנים פון יענעם לאגער זענען געקומען באזוכן, און דער רבי האט זיי אויפגענומען בסבר פנים יפות, קנאות על פי תורה גייט מיט מענטשליכקייט, און די זאלונים/בני יואל זענען קנאים על פי מדות מושחתות, די שלעכטע אינסטינקטן טרייבט זיי דערצו.
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2011 00:34 |
|
| |
סקאט, סתם פאר אינטערעסאנטקייט, און מיט דעם קענסטו דיך טעסטן, - דו האסטעך דאך ליעב צו זיין פרענק און אמת'דיג. ווען דאס העט ווען געוועזן אויף ר' משה לייב מונקאטשער'ס טיש, וואלסטו דערצו געשאנקן אפילו א פערטל בליק דערצו.....?
|
|
|
|
|