| נשלח ב-29/3/2011 17:07 |
|
| |
ווער איז דער ר' חיים יוסף גאטליעב פון וואס מען רעדט ?
* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="344" width="425" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/03/2011 00:37:14
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2011 17:08 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2011 18:54 |
|
| |
האסט נישט וואס צו טון? פונטק אויף אזא יוד ווי ר' חיים יוסף? איך זאג נישט, איך האלט אלעס פונקט ווי אים, אבער אזוי צו רעדן אויף א אזא יוד? פונקט ווי די זאליס, יענער איז א צדיק ווילאנג ער האלט ווי מיר, האלט ער אנדערש ווערט ער א קעציל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/03/2011 00:38:38
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2011 21:09 |
|
| |
אנטשוליגט MR. טראכטען. איינער וואס האלט אנדערש פון מיר פארדינט זיך נאך נישט דעם שיינעם נאמען נאר וואס דען ווען איינער איז געזיצען דא אין טאהש ביים רבין אין שטאט און געלעבט אויף זיין חשבון און די רבי האט זיך אנגענומען פאר אים ווען תולדות אהרן רבי האט אים ארויס געווארפען און די גאנצע וועלט האט אים אויסגעשפיגען און דעס טוט ער אים צוריק. און צווייטנס אז ער זיצט ביי יענעם אין שטאט און ער לאזט פאלען אזעלכע דברי חוצפה פון זיין שמוציגע פיסק פארדינט ער זיך דעם טיטל זייער ערליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2011 21:32 |
|
| |
לייג ארפ די היסטאריע פונקטליך וואס גייט פאר מיט גאטליב היצט וואס איז יעצט געשעהן אז די צארן איז אזוי גרויס
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2011 22:01 |
|
| |
עס איז א נחת און א ווייטאג צו צוקוקן די שלעגערייען אין טאהש-קודש.
א נחת !
ווייל, טאהש קודש האט געשפילט א בלוטיגע ראלע אין די מחלוקת אין קרית יואל קעגן מרן בעל ברך משה זצ"ל אלע יארן.
די טאהשער כלבים וועלכע האבן געוואוינט אין קרית יואל, האט זיך צוגעשארט צו יאשקע פאנדראק און זיינע משלחים אינעם פארשאלטענעם קאפע הויז וואס איז שוין ב"ה אפגעשלאסן געווארן.
אצינד, איז א נחת אז עס גייט בלוט אין טאהש. און טאקע דער קערל ר' חיים יאסל גאטליב וועלכער האט מסירת נפש נאר אויף יענעם, פינקט ווי אלע בני יואל זאליבענעצענס, זאל'ן זיי יעצט עסן די פרוכט וואס זיי האבן אנגעזייעט.
א ווייטאג!
אבער ווי נישט ווי איז דאך א ווייטאג צו זעהן ווי א שטעטל גייט צוגרינד צוליב אפאר יונגאטשן, פאראזיטן און פרעסער, וועלכע זענען נישט מקבל מרות פון קיינעם און זענען לעול ולמשא צו יעדן. זיי האלטן זיך קלוגער און הייליגער פון אלעמען און אפאר אזעלכע ווערים קענען צוגרינד לייגן א שטאט, נישט א שטעטל.
למעשה אין קרית יואל האט מען זיך ב"ה פיין אנייצע געגעבן מיט די זאליבענעצעס-זאליס. זיי האבן נישט קיין "שום" פאוער און שררה אינעם ווילידזש. זיי קענען נאר טאן וואס הונט קענען איבעראל - בילן. הודו לה' כי טוב !
דאס האבן די לוזערס און טאהשער קרעץ היינט צעווארפן אין די גאסן.
עס טוט מיר נאר לייד אז איך זעה נישט די פאשקעווילן יעדן טאג. איך שעפ פשוט מלוא חפנים נחת פון די "נאנחים והנאנקים".
איך ווארט שוין בכליון עינים צו זעהן אונטערגעשריבן:
"הנחנקים והנסקלים"
פה בבית החיים דקרית טאהש
_________________
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/03/2011 00:41:04
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2011 22:35 |
|
| |
ליידער איז ווייטאג צי קוקן ווי הרב הקדוש מטאהש שליט"א וואס האט אזויפיל אהבת ישראל אין זיך קיינמאל נישט געטשפעט מיט קיינעם אוועק געשטאנען פין מחלוקת א גאנץ לעבן זאל אויך דער עלטער דעס געשעהן צי אים אין צי זיין שטעטל.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2011 22:38 |
|
| |
| tosh09 כתב: |  | אנטשוליגט MR. טראכטען.
איינער וואס האלט אנדערש פון מיר פארדינט זיך נאך נישט דעם שיינעם נאמען נאר וואס דען ווען איינער איז געזיצען דא אין טאהש ביים רבין אין שטאט און געלעבט אויף זיין חשבון און די רבי האט זיך אנגענומען פאר אים ווען תולדות אהרן רבי האט אים ארויס געווארפען און די גאנצע וועלט האט אים אויסגעשפיגען און דעס טוט ער אים צוריק. און צווייטנס אז ער זיצט ביי יענעם אין שטאט און ער לאזט פאלען אזעלכע דברי חוצפה פון זיין שמוציגע פיסק פארדינט ער זיך דעם טיטל זייער ערליך. |
|
די טאשער ,
לויט דיר זענען אלע טאשע וואס וואוינען אין קרית יואל דאס וואס די האסט געשריבן אויך מר גאטליעב
זיי האבן זיך אריין געזעצט אין א שטאט ווי עס איז דא א מרא דאתרא אין מאכן זיכער אייביג צי זיין אויך די זייט פין די בעלי מחלוקת
ביי די וועי מר גאטליעב טיט גארנישט ציריק פאר טאשע רבי שליט"א השם יאריך ימו ושנותו ,ער האלט אז דאס וויל טאשע רבי, אז די האלטס אנדערש איז ער נאך נישט קיין נבי...
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2011 00:53 |
|
| |
אבער דאס איז זיכער אז די רבי וויל נישט אז דער נבילה זאל אזוי רעדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2011 01:06 |
|
| |
| tosh09 כתב: |  | | אבער דאס איז זיכער אז די רבי וויל נישט אז דער נבילה זאל אזוי רעדן. |
|
דאס איז זיכער אז טאשע רבי שליט"א וויל נישט אז א טאשע חסיד זאל זיך אויפפירען ווי א נבי... קרית יואל אדער סיי ווי אויף די וועלט
ביי די וועי איך האב נאך נישט געהערט אזא שפראך אויף ווי נבי... נאר פין א זאלי ,אין יעצט פין א טאשער
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2011 04:53 |
|
| |
ארשיווע רב איז מוחה קעגען טאהש....
תוקן על ידי SatmarBum ב- 30/03/2011 05:01:55
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2011 08:51 |
|
| |
טאש 9 איך האב צוגעהערט יעדעס ווארט, יא, די גאנצע, אפילו עס חזר'ט זיך איבער אפאר מאל. זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, ער רעדט נישט קיין שום דברי נבלה, ער זאגט דעם אמת.
דו ווייסט גאנץ גוט אז איבער די הייזער פון וואס ער רעדט זאגט ער דעם אמת. און איך וועל איבערחזרן וואס אנדערע דא האבן שוין געזאגט. ר' חיים יוסף איז אן ערליכער איד. יעדער איינער האלט אזוי, אויסער די ביסל נארישע שווענץ פון דיי מיילעך'ן.
און ווייסט וואס נאך איך וועל דיר זאגן. דאס איז אמאל זיכער אז אין וויסטסן חלום האט טאשער רבי נישט געחלומט אז זיין מיילעך וועט זיך אזוי אויף פירן בכלל, און אז ער וועט מאכן פון דעם שטעטל דאס וואס ער האט געמאכט דערפון, בפרט.
יא, נעבעך נעבעך, אלע ערליכע טאשער, די וואס האבן זיך אלע יארן געווייקט ביים טאשער רבין, די וואס האבן געוואלט וואוינען אין "רבינס שטעטל", הערסט? אין "רבינס שטעטל", נישט אין מיילעךס, די אלע מוזן נעבעך אנטלויפן פון דארט, און בלייבן בלייבן נאר די וואס קענען נאך נישט אנטלויפן און די וועלכע ווילן "מיילעךס שטעטל".
און צום שלוס, ווען דיינע שווענץ האבן די זעלבע געטאן אין קרית יואל זענט עץ אלע געווען העפי, ראו גידולים שגידלתם, ס"ה קומט עס צוריק צו ענק אהיים.
טוטס תשובה, און שטעלטס צוריק דעם שטעטל אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, און שטעלטס דעם מיילעכן דארט ווי ער באלאנגט, וועט עץ זען ווי אלעס וועט צוריק ווערן גוט
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2011 19:25 |
|
| |
גביר אדיר איך האף אז די ביזט נישט ברוגז אז איך וועל דיר זאגען אז די ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט דיר ער רעדט נישט פון קיין הייזער ער רעדט פון די שטעטל און ער שרייט אז די שטעטל האט קיינער נישט געבויעט די גאווערמענט האט עס געגעבן און אפילו פון די הייזער פון וואס די רעדטסט האט אויך די רבי מיט זיינע צוויי געטרייע לייבען ר' שלמה יעקב מיט ר' בנימין זאב געשוויצט און ביטער שווער געארבעט פאר דעם צו באקומען קומט דער ראצער און ער שרייט די שטעטל האט קיינער נישט געבויעט. שעם אן יא. עפרא לפימה.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2011 19:29 |
|
| |
באקומען אין EMAIL
מעשה שהי כך הי פורים בייטאג נאכן מקיים זיין מצות היום כראוי, געטרינקן משקה לרוב כדבעי, האט הבחור החשוב עדיו לגאון א. ש. זיך ארויסגעלאזט שפאצירן, האט מען משמים געטון אזוי פירן, אז ער זאל טרעפן זיך מיט׳ן הרב הגאון, פאר גרויס התרגשות נישט וואוסנדיג וואס צו טאן, אט איז דא א איד וואס איז מקיים א גאנץ יאר, עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי איז ביי אים קלאר, אידן באשמוצן אראבערס באפוצן, אונזער הייליגען רבין מיט די קינדער מיט די קהלה קדושה, באי ביתו של רבינו הק׳ און די משב״ק בארעדט מען מיט די ערגסטע לישנא בישא, האט הב׳ החשוב א. ש. אים פשוט געוואלט צאם קישן, און לאמיר זיך נישט צומישן, עס איז דאך בעצם יום הפורים, נכנס יין יצא סוד די אהבה רבה כמנהג שכורים, אבער אונזער הרב הגאון דו האסט זיך נישט געלאזט, אקעגן געשטעלט דעם חשובן בחור דו האסט, ע״כ ביזטו אביסל געווארן צושלאגן, וועגן דעם דארף מען נישט ווערן אזוי צוטראגן. און יעצט לאמיר רעדן ערנסט, כבר הי׳ לעולמים אז א יחיד האט געשלאגן א צווייטן ״ליידער״ מאי כולי האי? האסט א טענה, רוף אים צו דין תורה, יש דין בישראל, עס איז נישט גיוועהן א מצב פון דו מוזט דיך ראטעווען, אדער אז דו האסט מורא געהאט אז ער וועט נאך אמאהל שלאגן, ניין ביז׳ן קומענדן פורים איז דא גענוג צייט צו גיין צו דין תורה, איז אלזא וואס איז דער פשט פון ארום שיקן פאשקעווילן אין די גאנצע וועלט און באשמוצן כאילו טאהש האט דאס געטאן? און אויך וואס איז דער היתר רופן פאליציי? מסירה? און זאג נישט אז אנדערע האבן גערופן, ווייל דו האסט אונטערגעשריבן די קלאגע, ומענין לענין וויל איך פרעגן, די אידן צו וועם דו קלעיבסט האבן דיך אלע יארן גערודפט, דו געדענקסט אוודאי די אסיפה ווען דער הייליגער רבי האט זיך אנגענומן פאר דיר, אטו כי רוכלא איזיל און אויסרעכענען די נעמען פון דיינע יעצטיגע פריינט וואס האבן דיך אלע יארן גערודפט? אויב עס וועט אויספעלן וועט מען עס אויך טוען, אדרבה ענטפער, וויא אויך זיי אונז מסביר ווער איז דיין גוטער איד אדער רב פון וועים דו ביזט מקבל מרות? דיינע שתי כליות? דעם סאטמאר רבין זי״ע האסטו נישט געקענט, דיין תו״א רבין האסטו אוועקגעווארפן מיט 35 יאר צוריק, אונזער הייליגער רבי, פון ווען דו באקומסט שוין נישט דיין שטיצע האסטו ליידער ממאס געוועהן אין אים, רבנים, מאכסטו אלע אוועק, די רבנים וואס זענען אלע יארן געזעסען ביים סאטמאר רבין זי״ע ביי של״ס תורות, די עלטערע די יונגערע די זענען אלע נעבעך פארפארן אין דיינע אויגן, ואותר אני לבדי שרייסטו, נו לאמיר דיר פרעיגן, ש״ס ופוסקים האסטו גענדיגט? ד׳ חלקי שו״ע קענסטו? ששה סדרי משנה האסטו דארך געלערנט? וואס איז דיין גדולה? אז דו קענסט אביסל נביא ומדרש, מיט דעם האסטו א דעת תורה מכריע צו זיין און די הייקעלסטע ענינים? שומו שמים, וויא עס איז נאר דא א מייק ביסטו גרייט צו גיין דרשענען אין פארפירן אין נאמן פון קידוש השם, איי אפשר מאכסטו א חילול השם נורא מסוף העולם ועד סופו וויא מען זעהט פון די איצטיגע מעשה? לאמיר אפירנעמען אביסל היסטאריע, הרב איטשע מאיר לעווין איז געוועהן באזוכן ביים סאטמר רבין זי״ע האט אים דער רבי פארגעווארפן וועגן געוויסע ווערטער וואס ער האט געזאגט, א״מ האט געלייקנט האט דער רבי געבעטן דעם צייטונג וואס האט עס באשריבן און פארלאנגט ער זאל אריינלייגן אן הכחשה האט ער נישט געוואלט האט אים דער רבי געזאגט אז משם ראי׳ אז ער האט עס געזאגט, דא איז אויך אזוי וויבאלד דו ביסט נישט מוחה איז א סימן אז דו שטייסט ארונטער. דער שרייבער פון די שורות האט געהאט די זכי׳ צו זעהן גדולי הדור וויא דער אלטער סקולענער רבין ספינקער רבין שארמאשער רב צעלימער רב פאפא רב וואידיסלאווער רב וכו׳ זי״ע ולהבחל״ח אונזער הייליגער רבי זאל זיין געזונט דער סקולענער רבי זיי האבן און זענען מקיים אלע תרי״ג מצות מיט אלע דודיקיה ופרטותיה מיט דעם אלעם האבן זיי קנאות איבערגעלאזט פאר דעם סאטמאר רבין און וואס ער האט פארלאנגט האט מען זיך צוגעשטעלט און היינט איז עס דער גאב״ד פון עדה החרדית ובית דינו אבער א סתם לא קרא ולא שנה׳ניק זאל זיך אליינס מכתיר זיין אלץ שר הקנאות בדורינו? רחמנא לצלן אפשר ליגט אין דעם מער גאות וויא קנאות? און אפי׳ די רבנים נ״ע שאפראנער רב און ר׳ אברהם לייטנער און קאשויער רב ודוגמתם וואס האבן יא שטארק עוסק געווען אין קנאות האבן קודם דארך געלערנט כל התורה כולה ולא כל הרוצה לטול יבא ויטול. המשך יבא בע״ה ובזה אבקש שמי שיש לו איזה הערה נא להתקשר אלי בטל או בכתב. והאמת נר לרגלי. החותם בכאב על עלבונה של תורה טובי מאיר ניימאן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2011 19:54 |
|
| |
עס איז א נחת צי הערן דעם צערודערטן אלטר משה גאלדבערגער ווי ער שעלט און וויינט ווי א ביבער ! א נחת צי הערן ווי די סאטמארע על-קאידא'ס כאפן גוטע מכות איבעראל און קענען היינט נאר ווארפן פאשקעווילן.
מיר וועלן נישט דארפן צופיל ווארטן ביז זשיגאן וועט פרעסן כזיתים פון זיינע על-קאידא'ס. מיר דארף א קאפיטשקע געדולד, און טרעילארס פאשקעווילן וועט פליען אין די גאסן קעגן מהרז"ל.
_________________
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/03/2011 01:33:15
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2011 20:06 |
|
| |
מען האט אים געשלאגן אויך? ציביסלעך קומט אלעס ארויס, זאג נאר די הייליגער טאהשער זאלי, וואס נאך האט מען אים געטון?
קוקט צו וואס דא גייט פאר, ער עפענט אויף א אשכול, אין הייבט אן זאמלען סחורה אויף א יוד וואס יעדער ווייסט אז ער איז א ערליכער יוד, נאר ער איז אביסל מאדנע, יעדער קען אים, סאיז נישט קיין סוד וואס ער איז, ער איז זייער באקאנט ביים היימישן ציבור.
דער עצם פאקט פון נעמען א יוד אין באשמירן ברבים נאך דערצו אזא יוד איז א רשעות שאין בדגמתו אויסגעשלאסן וואס דו האסט אויף אים, וואלסטו אוודאי געוואלט מיינען אז ער האט יעצט געטון עפעס אן אויסטערלישע אוולא וואס האט עפעס זייער אויפגערעגט דעם טאהשן שוואנץ, נאא, וואס ווער ווען, די גאנצע אוולא וואס דער שוואנץ איז ארויס פון די כלים אויף ר' חיים יוספן איז, אז א בחור האט געשלאגן ר' חיים יוספן, עטס פארשטייטס וואס דא גייט פאר? איין טאשער שוואנץ האט געשלאגן, אין דער צווייטער נעבעך האט נישט דאס מינדעסטע שכל אין גייט פויקן ברבים, ער רעדט זיך נעבעך איין אז ער ברענגט גרויס כבוד פאר טאהש.
בקיצור, ווי יך פארשטיי איז גארנישט געוועהן עפעס אויסטערליש, ס"ה וויל דא איינער ברענגן כבוד פאר טאהש, אין טון טוט ער פונט דאס פארקערטע.
 |
|
|
|
|
|