אוי איז זויער!
אוי איז ביטער!
וואו זעט מען זיך ארויס?
די שלעק קימען פון אלע זייטען!
מען קען זיך דאס אטעם נישט כאפן!
אנגעהויבן מיט לייקוואד, דאס פיסטקייט וואס דארט האט געהערשט, די זאליבאנעצעס זענען פארוואנדעלט געווארן ביי די ליטאים, אלס דער געשפאט פונעם שטאט,
,די חב''ד סימטאכע, יא איבער געבעטן נישט איבערגעבעטן, ר' זאלמניו מיט זיינע נאכשלעפער האבן זיך ארויס געשטעלט און די ריכטיגע פארבן, און ארויף געצויגן אויף זיך מיט זייער טיפשות, דעם גרומצארן צארן פון די טויזענטער חב''ד'קער פון די גאנצע וועלט, און זיי וועלן עסן די קאנציקווענצן גאנץ בקרוב,
די הכחשה פונעם ראב''ד, וואס האט אפגעקלינגן און דער גאנצער וועלט, וואו א אמת'ע גדול בתורה שאקעלט זיך אפ מיט אפשיי און עקל פון די אנשים שפילים, מיט זייערע נידריגע עגאיסטישע אויסגעבלאזענע מערכות,
ועל כולם דאס פארלוסט פונעם נייען בית מדרש
די זאליבאנישע גנבים וואס האבן אוועק גערויבט דאס נייע ביהמ''ד פון די טויזענעטער יודן ווואס האבן דארט געקויפט זיצען, פאר טבין ותקלין, און עס פארוואנדעלט פאר א קארטאפעל - פעמפער מארק
האבן דאס נעכטען ביטער דערלייגט, די אלע שביעות און הבטחות פון דיפעטי דא פריעדמאן, ( דאס גייט לכארא אראפ גיין ביז איין מיניט) מיט יוזל 90 האט זיך אויסגעלאזט, און א ווייטיגליכע חלום, יא! מען מיז שלום מאכן מיטן מצב, דאס נייער בית מדרש, איז א פארגאנגענהייט, ר' זלצמן דער גאון, וועט מער א גאנץ לעבן נישט קענען דארט אריין טרעטען, און די געהויבענע פורים טענץ פאר א הייפעלע יאקאבאוויטשליך, ווען מיזן פארקימען, אונען געלען ראדני שטיבל, על אפם ועל חמתם פון די זאלי קעפ,
דער דאראגער האט זיך געמיזט זיכן א נייען לאקאל,וואו צו סטארישען, זיינע פאטעטא'ס און זאלציגע פיש!
דאס נייע פלאץ וואס זיי האבן אקוראשט היינט פובליצירט, איז אויף ראטלידזש סט. הארט קעגן איבער דעם סאטמארן מצה בעקעריי
ציניקער זאגן, אז די פערדן מיט די לויפער וועלכע זענען נארוואס געווארן שאך-מאט פונעם הכחשה פונעם ראב"ד, וועלן זיך מוזן אכטונג געבן ס'זאל אויף זיי חלילה נישט ארויפשפריצן זאלץ אדורכגייענדיג דעם מצה בעקעריי און זען די פילע רבנים גאונים וצדיקים און הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וועלכע האנדלען זיך איין מצות פון די מהודר'דיגע אריזאנא מצומחים-ריינע ווייץ
א רחמניות היינט צו קיקן אויף א זאלי!