חבל על דאבדין אויף ארי' לייב גלאנץ'ס זאלציגע טרערן
מיט גרויס דערלייכטערונג האבן די אלפי חסידי סאטמאר פון איבער די וועלט אויפגענומען די ענדגילטיגע פסק אז דער זשיגאן עם הארץ וואס האט געפלאנט צו גנבנע'ן דעם נייעם בית המדרש אויף בעדפארד ראסס האט געכאפט ווידעראמאל א פליק - דאסמאל שוין שטערקער ווי די פריעדיגע - אז דער פורים נגיד / ראש הקהל יצחק ראזענבערג קען נישט באקומען קיין פערמיט פאר די נייע בית המדרש.
אין א פארלוירענע שריט האבן די ארונים בראשות דער שר המוסרים פארגאסן טייכן טרערן ביי די BSA אז דע ארונים זאלן באקומען א פערמיט ווייל זיי זענען "קהל יטב לב", פון די אנדערע זייט האט אונזער לויער אויפגעוויזן אז מיר זענען די אלע יארן דארט געזעצן, איז אויטאמאטיש און פארשטענדליך אז מיר זענען נישט מסכים אז א צווייטער זאל ארויסנעמען א פערמיט אויף אונזערס א זאך. אויף דעם האט דער חכם מחוכם גאלדבערגער געהאלפן דעם שוין פארלוירענעם גלאנץ אז וויבאלד די זאליס ניצן עס נאר אויף צום פארקויפן פאטעיטאס במילא זאל מען עס געבן פאר די ארונים ווייל זיי האבן נישט קיין שול נעבעך און דארפן באצאלן פאר אחים פישמאן שווערע געלטער.
די BSA האט געגעבן פאר ביידע צדדים צייט אריינצוגעבן פאפירן וואס נויטיגט זיך אז זיי זאלן קענען באשטעטיגן אלע טענות און ראיות,היינט האבן זיי טאקע קלארגעשטעלט אז די ארונים קענען נשט באקומען קיין פערמיט אויף א בנין וואסגעהערט נישט צו זיי, מיטדעם איז בחסדי השם בזכות פון אונזערע הייליגע רבי'ס זצוק"ל מקויים געווארן די ברכה ואס דער - להבדיל - זשיגאן האט שוין פאראויסגעזאגט ביי די חנוכת הבית אויף דעם ביהמ"ד "פון דעם ביהמ"ד ואס אחוץ עס וועט זיין די גרעסטע שול אויפן כדור הארץ, וועט זי אויך זיין א פראכט און שטאלץ פאר סאטמאר".
נשלח ב-30/3/2011 14:36
אוי א בראך פאר די ארונים!
פיקטשער פריעדמאן איז שוין געשטאנען מיט די קעמערע ביי בעדפארד ראסס און געווארט אויף די פרייליכע מינוט ווען דער דזשיגאן וועט אריינגיין אונעם נייע שול מיט די לולב אונעם הענט פראווען די יערליכע הושענה רבה פלעי, דא פליצלינג זענען זיי געבליבן מיט גארנישט ווי עס זעהט אויס וועלן זיי דארפן איבערניצן די בילד ביים חצר הענקי אויף טעילאר סטריט, אדער כאטש אויף הופפער אזוי ווי די פייערלעשער קומען דארט מיט די העק און די הענט
נשלח ב-30/3/2011 15:53
צאכט נישט מער סענס אז די זאליס האבן געבעטן א פערמיט פאר די פסח יריד און די בילדינג דעפט האט געזאגט ניין? פארוואס זאלן די ארונים יעצט וועלן א פערמיט?
נשלח ב-30/3/2011 17:03
איי האט ר' ארי' לייב'ס זאלציגע טרערן געארבעט, און נאך ווי געארבעט, די זאליס האבן געהאט דעם בנין אויף ווילסאן פאר די לעצטע 10 יאר זיי ס'איז זיי געלינגען די ריזיגע גנבה, זיי האבן דארט געפראוועט נעילת החג'ס, שושן פורים'ס, חתונות, יריד'ס, און וואס נישט, זיי האבן דארט געהאט בעלות, ביז די אהרונים זענען געגאנגען און מיט "זאלציגע" טרערן געבעטן ביי די שטאט אז זיי ווילן דעם בנין ווייל זיי האבן נישט ווי צו דאווענען, און... ס'איז געלונגען, מען האט די זאליס ארויס געשטויסן פון דארט ווי הונט, האבן דען די אהרונים געטראכט פאר איין מינוט אז זיי וועלן דאס באקומען? זיכער אז נישט, אז דער קארט קען נישט באשליסן ווער עס איז דער ריכטיגער בעל הבית קען די בילדינג דעפארטמענט זיכער נישט באשליסן, אבער דאס אז מען האט ארויס געפליקט די זאליס פון דארט איז שוין א געוואלדיגער נצחון פאר די אהרונים, און די זאלציגע יאמערליכע טרערן פון ר' ארי' לייב איז ב''ה נישט געגאנגען לאיבוד.
די זאליס טאנצען נעבעך מיט א ביטערן שמייכל אז די אהרונים האבן דאס נישט באקומען, און פראבירן אהער צושטעלן א פנים פון א געווינער, אבער דער אמת איז אז זיי האבן געכאפט א מעכטיגע מפלה, לאמיר זאגן אז די אהרונים ריקן זיך אריין אין ראדני שיל, און עס ווערט א געשלעג, (וויינט נישט, ס'איז נאר א משל) די פאליציי קומט אן, און ביידע צדדים שרייען אז זיי זענען בעל הבית, די זאליס ברענגען דעם פסק פון באראש און די אהרונים ברענגען דעם פסק פון אמבראזיא און די אפעלעט געריכט, און די פאליציי זעהנדיג אז זיי זענען נישט בארעכטיגט מחליט צו זיין ווער עס האט בעלות איז מחליט אפצושפארן ראדני און ביידע משלח זיין, ווער וועט זיין דער געווינער, הא? די אהרונים וועלן טאנצן פאר שמחה אז מען האט ארויס געשליידערט די זאליס פון ראדני, און אז זיי קענען זיך דינגען א ווערהויז לעבן וואסער (דארט ווי זיי מאכן זייער כ''א כסליו) דארט צו דאווענען, און די זאליס וועלן שרייען אז זיי האבן געווינען, ווייל... די אהרונים האבן דאס נישט באקומען, אזא פנים האט זייער געווינס יעצט ביי די ווילסאן סטריט שיל,
נשלח ב-30/3/2011 17:08
מ'דארף זיין בלינד נישט צו כאפן די ציהל פון דעם אשכול אז די קעלבלעך זאלן מיינען אז ס'איז גאר פאר זיי א געווינס..
נעמט אין אכט:
קעציל האט געעפנט דעם אשכול איבער א קיילעכיגן שעה נאך וואס די אמת'ע נייעס איז געשריבן געווארן אין כל העולם כולו
נשלח ב-30/3/2011 17:19
נו ברענגטס פאפירן פונעם פסק
נשלח ב-30/3/2011 17:25
ווער עס שרייבט נאכדעם מיינט אז ער זאגט ליגענט?
אויששש כתב:
נעמט אין אכט:
קעציל האט געעפנט דעם אשכול איבער א קיילעכיגן שעה נאך וואס די אמת'ע נייעס איז געשריבן געווארן אין כל העולם כולו
נשלח ב-30/3/2011 18:00
למעשה קען צד מהרי"י אנדייטן א געהעריגע סיבה פארוואס זיי קענען נישט נוצן דעם בנין?
_________________
נשלח ב-30/3/2011 18:06
דייקן כתב:
למעשה קען צד מהרי"י אנדייטן א געהעריגע סיבה פארוואס זיי קענען נישט נוצן דעם בנין?
_________________
זיי האבן גרויסע ווייעלעישנס
נשלח ב-30/3/2011 18:19
נישט אונטערסאנט איבערצוקייען יעדעס מאל די זעלבע זאך ווער עס האט די בעלות אויף דעם בנין.
וואס דא האט זיך אפגעשפילט איז סך הכל אז די ארונים זענען געגאנגען וויינען פאר א פערמיט, און די זאליס האבן פארלאנגט אז זיי זאלן נישט באקומען. קיין פערמיט האבן די זאליס בכלל נישט געבעטן, נו ווער האט דא פארלוירן? די זאליס וואס האבן געשריגן אז די ארונים טארן קיין פערמיט נישט באקומען - אדער די ארונים וואס האבן געוויינט פאר א פערמיט ??
נשלח ב-30/3/2011 18:31
דער אפליקאנט אויפן פערמיט וואס מען האט ריוואקט איז דער זאלי ארכיטעקט סאנדור ווייס, אדרעסירט איז עס צו יאנקל כהנא, און דער דורכפאל איז די אהרוניס..., דאס קענען נאר אנרעדן ריכטיגע זאלי חלה דעקלעך, די זאליס האבן געהאט דעם בנין גאנצע 10 יאר און מען האט זיי ארויס געטראסקעט, און לאכטס נישט, דאס איז א דורעכפאל פאר די אהרונים, נו וואונדער אז עס עקזעסטירט נישט א זאלי מיט א נארמאלן איי קיו.
נשלח ב-30/3/2011 19:11
ארוני דעקעלעך לאמיר ענק קלארשטעלן וואס די רעדע איז דא. די ביהמ''ד החדש באלאנגט פאר קהל יטב לב ד'סאטמאר בנשיאות כ''ק מרן אדמו''ר מהר''יי שליט''א. יעדעס מאל וואס די קהלה האט זיך געוואלט באנוצן מיט דעם ביהמ''ד פאר סוכות. נעילת החג. פסח. א.א.וו. האבן זיי געדארפט ארויסנעמען א פערמיט צוליב דעם וואס די בילדונג איז נאך רוי. געווענליך איז די בילדונג דעפארטמענט זייער שטרענג צו ניצן א רויע בילדונג נאכדערצו אז אין דעם וועלן דארפן אריינגיין טויזענטער מענטשן. (עס פלעגט טאקע הענגען יעדס מאל א צעטל פון די בילדונג דעפט. וויפיל מענטשן עס מעגן אריינגיין) די עסקנים וועלעכע האבן געהאט גוטע קאנעקשאנס האבן באוויזן צו פויעלן אז מען זאל עס מעגן נוצן, אין יעדעס מאל האבן די סבלנישע דעקעלעך געמאכט פראבלעמען מיטן אריינרופן די בילדינג דעפט. אז עס זענען דא מער מענטשן ווי ערלויבט א.א.וו. דעם פארגאנגענעם יאר נאך פסח האט אויסגעבראכן א שריפה פון די ווייערס. אין די בילדונג דעפט. האט עס אפגעשפארט אין האט געגעבן גרויסע ווייעלעישנס פון שווערע געלטער. אזוי אויך האבן זיי נישט געוואלט מער געבן קיין פערמיטס צו ניצן די בילדונג. א חוץ מען לייגט אריין אסאך געלט אינעם בנין וואס קהל פארשטייט זיך קען זיך נישט ערלויבן יעצט. די ארונים וועלעכע לעבן אויף חיי שעה זענען געגאנגען צו די בילדוג דעפט. אין נאמען פון קיט''ל אין ארויסגענומען א פערמיט (צו בויען נישט צו ניצן), פארשטייט זיך אז אונז זעמיר געגאנגען צו די בילדונג דעפארטמענט אז אונז האבן קיינמאל נישט ארויסגענימען אזא פערמיט. אין זיי האבן דאס תיכף ריוואקט האבן די ארונים דאס אפיעלט אין מען האט נאכאמאל באשטעטיגט אז רא''ט וועט נישט קענען אריינגיין אין די גרעסטע שענסטע ביהמ''ד אויף די וועלט חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
איך ווייס נישט אבער עס רעדט זיך פון עטליסט א מעלאנע מיט די קנסות (אזוי האב איך געהערט גאר קראנט)
נשלח ב-30/3/2011 19:49
דייקן איך גלייב נישט אז די ביסט גרייט עס צו צאלן.
עס צו קענען ניצן פעלט זיך אויס עס זאל זיין ספרינקלערס אין פאל פון א שריפה וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט פאריאר אז עס פעלט אויס.
אזוי אויך פעלט זיך אויס צו ענדיגן די מזרח וואנט און ארויפשטעלן געהעריגע בריקס, וואס די אלע זאכן ציען אריין אין אסטראנאמישע סכומים, נאך אסאך מיט וואס איך בין נישט באקאנט.
נשלח ב-30/3/2011 19:53
דייקן איך גלייב נישט אז די ביסט גרייט עס צו צאלן.
עס צו קענען ניצן פעלט זיך אויס עס זאל זיין ספרינקלערס אין פאל פון א שריפה וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט פאריאר אז עס פעלט אויס.
אזוי אויך פעלט זיך אויס צו ענדיגן די מזרח וואנט און ארויפשטעלן געהעריגע בריקס, וואס די אלע זאכן ציען אריין אין אסטראנאמישע סכומים, נאך אסאך מיט וואס איך בין נישט באקאנט.