בית פורומים כל העולם כולו

"דער איד" קעגן "העדה"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/3/2011 21:09 לינק ישיר 
"דער איד" קעגן "העדה"

די זאלונים אינאיינעם מיט אתרא קדישא זענען אריין אין א פארלעגנהייט נאכן ברוטאלן ענדע פון די ביה"ח אין יפו, אבער אנדערש ווי גאנץ כלל ישראל, מיט אן אנדערן אפטייטש.

שלומי אמוני ישראל, ערליכע אידן, זענען פארווייטאגט זעענדיג ווי ביינער ווערן אויסגעגראבן דורך רוצחישע הענט, און מיר קענען גארנישט טוהן מער ווי שטיין אין די זייט און אויסשרייען אונזער ווייטאג, זייענדיג אין גלות אונטער די רשעים מזרע ישראל.

זיי, אבער, האבן א צווייטע ווייטאג. דער ווייטאג איז דער זעלבער סיבה וואס האט געברענגט זייער "פרייד" (!) ווען מען האט אנגעהויבן אויסגראבן דעם ביה"ח רח"ל.

דער זעלבער סיבה וואס האט געברענגט אז אתרא קדישא זאל נישט צולאזן קיין פארהאנדלונגען, דער זעלבער סיבה וואס האט געברענגט אז זיי זאלן נישט וועלן אננעמען די איינלאדענונגען פון עטליכע יאר פריער ווען די פירמע האט נאך יא געוואלט זיך דורכקומען אויף א פלאן, דער זעלבער סיבה וואס האט געברענגט אז הרב שמידל שליט"א זאל נישט לאזן דער משגיח אריינגיין בודק זיין וויפיל (און צו) עס זענען דא קברי ישראל, דער זעלבער סיבה וואס האט געברענגט אז אתרא קדישא זאל טוהן שריט וואס האבן נאר פארהארגעט די מערכה - ווען זיי האבן אנגעזיייט פריוואטע טעראר פאר די ארכילאגן אינדערהיים וכדומה וואס דאס האט געברענגט אז זיי שיקן מער נישט קיין רעפארטן פון קיין שום פלאץ וואו זיי גראבן און זיי לאזן מער נישט אריין זייערע משגיחים אין ערגעץ, דער זעלבער סיבה וואס האט געברענגט אז אתרא קדישא זאל אריינגיין אין טמאנעם בג"ץ, דער זעלבער סיבה האט געברענגט זייער פרייד אז מען גראבט ב"ה קברים (רח"ל), דער זעלבער סיבה ברענגט יעצט זייער ווייטאג אז די קברים זענען שוין אויסגעגראבן געווארן. וד"ל.

איז וואס טוט מען? מיט דעם גיט מען זיך אויך א עצה. מען גייט זאגן אז הרב שמידל שליט"א זאגט קלאר ("קלאר"!!) אז ס'איז נאכנישט פערטיג. איי די ארכילאגן זענען דאך שוין ארויס? אה, יא אבער די ארכילאגן האבן איבערגעלאזט נאך קברים, וואס זיי לאזן די בויער אליינס ארויסגראבן מיט טרעקטערס!

נישט ווייל ער איז דארט געווען, נישט ווייל ער ווייסט נאך א כי הוא זה ווואס דארט גייט פאר, נישט ווייל עס איז בכלל פאראן אזא מציאות אז די ארכילאגן זאלן לאזן בויער אליינס גראבן, נישט ווייל זיי האבן א צל ספק אז דאס איז דער מציאות, נאר פשוט:

די געשמאקע פראטעסטן מוזן אנגיין פאר יעדן פרייז! לכה"פ ביז קומענדיגן ערב יוה"ק...

אלזא, לאמיר ליינען וואס די "העדה" האט געשריבן איבער די אויסגראבן דעם ביה"ח "לחלוטין", און דערנאך וועל מיר איבערלאזן פאר יוסף90 אויפצוטרעפן א פשרה צווישן די עדה און דער איד, אז מיר זאלן נישט מוזן זאגן אז דער איד איז אין מלחמה מיטן עדה...




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/4/2011 20:29 לינק ישיר 

סתם נערישקייטן, קיינמאל נישט געגראבן, אלעס פאלטשע בילדער, אדער אין עס ביינער פון שלענג, דריי נישט קיין קאפ מיט קיין געגראבעכטס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2011 21:08 לינק ישיר 

פרעג איבער, כהאב נישט פארשטאנען דיין פראגע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > "דער איד" קעגן "העדה"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext